בלאט 1 פון 1

היטש

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 1:49 pm
דורך דולה ומשקה
הלכות היטש פעלט אויס צו וויסען
פון בארא פארק קיין ווילימסבורג אדער פון ווילימסבורג קיין בארא פארק איז א האלבע צרה,
אבער אין די קוומעדיגע פאר וואכען, פון דער שטאט צו די הרי הקעטסקילס וחזור איז א אנדערע וועלט.
איז אויסגעהאלטן אראפ צו לאזען מיין היטש אין דער "מנחה עריע" אין נעלם ווערען (כבר היה לעולמים) מיטן סמך אז ער וועט שוין טרעפען א וועג.
מיט אני הקטן איז עטליכע מאהל כ'האב געהאט דאס מאיז צוגעקומען צו מיר ביים מנחה עריע בעטן פאר היטש.
ר' איד ווי אזוי ביסטו אהער געקומען? אה, האסט דאך סומך געוועהן גייסט עפעס טרעפן,
נו פארוואזשע טאר איך נישט נעלם ווערען מיט מיין אוטו? איי ס'איז נישט מענטשליך, נא מילא.

אוי ווען דער היטש כאפער קומט נאך אן אנגעלאדענט...

האסט נאך פלאץ... מיין...

יענער בעל הכרת הטוב האט איבער געגעבען פאר ביתו זו אשתו אז כ'האב געהאט גערייכערט עטליכע ציגארעטן אויפן וועג. פלוני אלמוני די זוצט אין מיין קאר, כ'גיב דיר א טובה, און דאס איז וואס די גיבסט מיר צוריק?