בלאט 1 פון 1

קמץ אלף - בכלל נישט אזוי פשוט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:24 am
דורך קמץ אלף
"קמץ אלף אָ" (ווי UBER) איז א ברייט-באניצטע ביישפיל אויף פשוטקייט, זיכערקייט, פאר אן אַבסאָלוטע געדאנק און מציאות. יעדעס קינד פארשטייט אזוי.

ווען איך בין עלטער געווארן האב איך אנגעהויבן מסופק צו זיין אויב מיין רבי איז גערעכט געווען. ביי א משפחה-שמחה האב איך געהערט מיין לעיקוואודע פעטער זאגט די שבע ברכות, און ער זאגט קמץ אלף אָ (ווי "אָבער דער רבי זאגט...")

עטליכע יאר שפעטער, ווען איך בין געשטיגן אין ארץ ישראל, הער איך א איד דאווענט ביים עמוד און זאגט קמץ אלף אָ/אַ ממש ווי ס'וואלט געווען פתח אלף.

יעצט בין איך שוין אינגאנצען צומישט. אזא פשוטע זאך, וואס יעדע כיתה אלף אינגל לערענט און קען, זאל ווערן אויס פשוט? גאנצע קונטרסים פארשונגען וואלט געזאלט חוקר זיין וועלכע הֶגֶה איז די ריכטיגע פאר "קמץ אלף". צווישען אנדערע איז עס תלוי פון וועלכע לאנד די זיידע שטאמט, און צו די עלטערן זענען געבליבן אשכנזיש אדער זיך דעקלערט חסידים. אבער ווער איז גערעכט? איז דען שייך אז איין נקודה זאל האבן מער פון איין סארט ביטוי? וויאזוי האבן אידן געהערט ביים הר סיני "אנכי ה' אלוקיך"?

וואס מ'זעהט פון דעם א שטיקל מוסר השכל, אז אפילו דו "ווייסט" אז ס'איז אזוי, מ'האט דיר אזוי מחנך געווען, סיי דיין רבי און סיי דיינע עלטערן האבן דיר אזוי געזאגט, מיינט עס אבער נישט אז דאס איז אַבסאָלוט. ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז אנדערע האלטן אנדערשט, און ס'וועט דיר נישט זיין גרינג אויפצוווייזען ווער איז גערעכט.

יעדען טאג הערט א מענטש נייעס, פארשידענע געדאנקען און שיטות. א קלוגע מענטש דארף וויסן גארנישט אנצונעמען פאר אַבסאָלוט. ס'איז גאנץ מעגליך אז אנדערע האלטן אנדערשט, אדער אז ס'איז נישט אמת די גאנצע מעשה, נייעס, בריוו און קליפ.

"קמץ אלף" זאל דיר זיין א ביישפיל, אז יעדע זאך, ווי פשוט ס'זאל זיין, איז עס למעשה נישט אזוי פשוט.

אז מ'פרעגט איינעם: זאג נאר, קמץ אלף ... ? דארף דער ענטעפער זיין: איך ווייס נישט, ס'דא וואס זאגן אזוי, ס'דא וואס זאגן אזוי, און ס'אפילו דא וואס זאגן אזוי.

הודעה 2#

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 2:14 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די ניגון גייט אויפען פריפעטשיק ברענט א פייערל און די שטוב איז הייס אין דיר רבי לערנט קליינע קינדערלעך קמץ א אהה. איז משמע פון דער ניגון אז אהה איז די עכטע וועג

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 10:24 am
דורך קאווע טרינקער
שלום וברכה.
זאגסט גוט.
גראדע אין מיין חדר האט מען שוין אין כיתה א גופא געלערנט אז קמץ איז נישט אלץ א (Uber איז נאך נישט געווען אין די בראשית יארן) ווי אמן, אבינו מלכינו, ווייל אמאל הערט זיך די קמץ ווי (אבער די רבי זאגט.. איז נישט געווען דעמאלטס) אב הרחמן, אחד.

אלץ קינד לערענט מען פשוט, מיט די צייט באקומען די אלטע הנחות מער dimensions.
זייער שיין.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די חילוק צווישען א קמץ גדול און א קמץ קטן, וואס אונז ליטוואקעס\רוסישער האבען איגאנצען אויסגעריסען. ס'מאכט א חילוק צו די שווא דערנאך איז א שווא נע צו א שווא נח, אבער איך דארף מיר משער זיין, נישט וויסענדיג די כללים פון קמץ גדול, זייענדיג א ליטוואק.
עי' כאן וכאן

Re: קמץ אלף - בכלל נישט אזוי פשוט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:44 pm
דורך ירא שמים

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 2:27 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
קמץ אלף האט געשריבן:"קמץ אלף אָ" (ווי UBER) איז א ברייט-באניצטע ביישפיל אויף פשוטקייט, זיכערקייט, פאר אן אַבסאָלוטע געדאנק און מציאות. יעדעס קינד פארשטייט אזוי.

ווען איך בין עלטער געווארן האב איך אנגעהויבן מסופק צו זיין אויב מיין רבי איז גערעכט געווען. ביי א משפחה-שמחה האב איך געהערט מיין לעיקוואודע פעטער זאגט די שבע ברכות, און ער זאגט קמץ אלף אָ (ווי "אָבער דער רבי זאגט...")

עטליכע יאר שפעטער, ווען איך בין געשטיגן אין ארץ ישראל, הער איך א איד דאווענט ביים עמוד און זאגט קמץ אלף אָ/אַ ממש ווי ס'וואלט געווען פתח אלף.

יעצט בין איך שוין אינגאנצען צומישט. אזא פשוטע זאך, וואס יעדע כיתה אלף אינגל לערענט און קען, זאל ווערן אויס פשוט? גאנצע קונטרסים פארשונגען וואלט געזאלט חוקר זיין וועלכע הֶגֶה איז די ריכטיגע פאר "קמץ אלף". צווישען אנדערע איז עס תלוי פון וועלכע לאנד די זיידע שטאמט, און צו די עלטערן זענען געבליבן אשכנזיש אדער זיך דעקלערט חסידים. אבער ווער איז גערעכט? איז דען שייך אז איין נקודה זאל האבן מער פון איין סארט ביטוי? וויאזוי האבן אידן געהערט ביים הר סיני "אנכי ה' אלוקיך"?

וואס מ'זעהט פון דעם א שטיקל מוסר השכל, אז אפילו דו "ווייסט" אז ס'איז אזוי, מ'האט דיר אזוי מחנך געווען, סיי דיין רבי און סיי דיינע עלטערן האבן דיר אזוי געזאגט, מיינט עס אבער נישט אז דאס איז אַבסאָלוט. ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז אנדערע האלטן אנדערשט, און ס'וועט דיר נישט זיין גרינג אויפצוווייזען ווער איז גערעכט.

יעדען טאג הערט א מענטש נייעס, פארשידענע געדאנקען און שיטות. א קלוגע מענטש דארף וויסן גארנישט אנצונעמען פאר אַבסאָלוט. ס'איז גאנץ מעגליך אז אנדערע האלטן אנדערשט, אדער אז ס'איז נישט אמת די גאנצע מעשה, נייעס, בריוו און קליפ.

"קמץ אלף" זאל דיר זיין א ביישפיל, אז יעדע זאך, ווי פשוט ס'זאל זיין, איז עס למעשה נישט אזוי פשוט.

אז מ'פרעגט איינעם: זאג נאר, קמץ אלף ... ? דארף דער ענטעפער זיין: איך ווייס נישט, ס'דא וואס זאגן אזוי, ס'דא וואס זאגן אזוי, און ס'אפילו דא וואס זאגן אזוי.

הודעה 2#

נאר פאר די אשכול לוינט צו עפענען א ניק אדער סקומט נאך סחורה?

Re: קמץ אלף - בכלל נישט אזוי פשוט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:38 pm
דורך יואב
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די ניגון גייט אויפען פריפעטשיק ברענט א פייערל און די שטוב איז הייס אין דיר רבי לערנט קליינע קינדערלעך קמץ א אהה. איז משמע פון דער ניגון אז אהה איז די עכטע וועג

אדער איז דערפון משמע אז דער רבי זאגט אזוי.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

Re: קמץ אלף - בכלל נישט אזוי פשוט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:57 pm
דורך שמערל
או יש לומר אז דער ניגון גייט נישט אזוי.
עס גייט, דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך דעם אלף בית, (גראמט מיט הייס)

Re: קמץ אלף - בכלל נישט אזוי פשוט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 9:33 pm
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1441589611.227173.jpg
ImageUploadedByTapatalk1441589611.227173.jpg (447.22 KiB) געזען געווארן 1423 מאל
ImageUploadedByTapatalk1441589600.701650.jpg
ImageUploadedByTapatalk1441589600.701650.jpg (448.26 KiB) געזען געווארן 1423 מאל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
מארק ווארשאווסקי, דער מחבר פון "אויפן פריפעטשיק" איז געווען אן אוקריינער. מסתמא האט ער מכווין געווען קמץ א' לויטן רוסישן הברה. אזוי אויך אין די ערשטע נאטען געשריבן דורך מאיר נוימאן איז זי אויסגעלייגט Koumez Alef Ou

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:51 pm
דורך רוסישער
[tag]ירא שמים[/tag], פון וואנעט איז דער בילד? הייתכן מ'האט ניט צענזורירט דער טריפה'נע ציוניסטישע פאן פון דער הייליקער ליד?! בערל וואו ביסטו!? :lol:

Re: קמץ אלף - בכלל נישט אזוי פשוט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:56 pm
דורך ירא שמים
פון דא א סי.די וואס איז ארויסגעקומען לעצטנס.
ImageUploadedByTapatalk1441598162.227956.jpg
ImageUploadedByTapatalk1441598162.227956.jpg (380.78 KiB) געזען געווארן 1368 מאל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 3:33 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איין זאך איז זיכער. דער בעש"ט האט נישט געהאט די הברה וואס מען רופט היינט חסידיש .
BOOREECH.

ווייל די געגענט ווי ער איז אויפגעוואקסען און געוואוינט האט מען געזאגט BORUCH.
און ער האט נישט געוואוינט און אונגארין און אויך נישט אין וויליאמסבורג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:07 am
דורך [NAMELESS]
לויט הרב דעמביצער ביסטו נישט גערעכט און ער האט יא געזאגט boorich.
נישט בלויז אין אונגארן און אין וויליאמסבורג רעדט מען אזוי, נאר אין ווייס רוסלאנד אויך.