די פרייליכע סליחות באוועגונג
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 7:25 am
ווי דער עולם זעהט איז לעצטענס ארויסגעוואקסן אסאך אזעלכע וואס האבן געזאגט גענוג צו דער ביטערער וויינעדיגער סליחות, דאס אויפשטיין פינעף אזייגער לויפן אין מקוה דערנאך מיט די נאסע פיאות און האלב פארשלאפענע אויגן מיט די קישן אויפן באק איז נישט א דבר השוה לכל נפש, שוין צייט פאר עפעס אנדערשט, עפעס וואס רעדט צו די אמעריקאנער עולם.
ווי שוועמעל נאך א רעגן האט זיך צושפרייט קאלירפולע מעלדונגן פון פילע סליחות קאנצערטן, זה בכה וזה בכה, רוב פרובירן זיך צו פארופן נאך קאלבאך סטייל און אנדערע נוסח עירמאנט, יעדער מיט זייערע קלאפערס זינגערס און שפילערס פארשטייט זיך מלא אהבה כנהוג.
צו ס׳איז די ריכטיגע זאך לאזט זיך דעבאטירן אבער מ׳צווינגט קיינעם נישט א טייל צונעמען אין די סליחות צערמאניעס, דאס איז זיכער אז צענדליגער אידן זאגן (אדער הערן) סליחות צום ערשטן מאל נאר א דאנק די עקסייטינג סליחות סעלעברעישאן.
ס׳דערמאנט פון אומאן ווי צענדליגער וואס האבן געהאט קנאפ נערווען צו די גאנצע ראש השנה נערוועזיטעיט פון די וויליאמסבורג טיפ אידן פלעגן זיך ארויסלאזן קיין אומאן מיטן בארעכטיגער טענה אז דער צדיק האט געהייסן זיין ראש השנה דארט, ס׳פלעגט זיך הערן אזאנע ווערטער פון זיי כאילו זיי זענען גאר אלטע ברסלב׳ע חסידים נאך פון די צייטן פון רבי מיכל דורפסמאן, זיי זיכן נאר מקיים צו זיין ׳דעם רבינ׳ס זאך׳, אבער דארט און אומאן פלעגט מען נישט אריינטרעטן אין שול, ווייל דער עיקר איז צו זיין ביים רבין, ׳הראש השנה שלי׳, ביז ס׳איז געקומען אזעלכע אידן ווי הרב יואל לעבאוויטש מ׳פעסט, און בערי וועבער זיי האבן געמאכט א מנין פאר זיך, פארשטייט זיך אז דער עולם איז שוין איינמאל געלאפן און שול, נו דאס איז דאך זיכער א געוואלדיגער אויפטו, וכן בדידן.
ס׳לאזט זיך נאר קלערן צו פאר זייערע קינדער וועט אויך געפעלן די סטיל סליחות, גאנץ מעגליך אז פאר זיי וועט די סליחות זיין עפעס נישט ארגינעל, זיי וועלן זיך דערוויסן פון עפעס א אלטער וויליאמסבורער סליחות נוסח, עפעס אזא וויינעדיגער, מיט א על הבוקר׳דיגער ערענסקייט, קען זיין אז דאס וועט זיי מער ציען און וועלן אנאנסירן מעלדונגן אז ביי זיי גייט מען סעלעברעיטן די ׳אלד אריזשענעל סליחות׳, מיט א בעל תפלה ווי דער מטה אפרים ברענגט, אנע מוזיק.
די פארגאנגענהייט האט שוין אזאנס באוויזן ווען דער צווייטער דור נאכן קריג איז צוריקגעקראכן צום מקור, צוריקברענגענדיג די אלטער פרומקייט פון איירופע כאטש פון זייערע עלטערענס געפיראכץ און פון די חינוך וואס זיי האבן באקומען איז דאס געווען גענצליך אום ערווארטעט, גאט זאל אונז אבער באהיטן ווען די אייניקלעך- די קינדער פונעם צווייטן דור זאלן ווערן שטערקערע אכשר דרא׳ניקעס אזוי ווי ביי אונז דער דריטער דור נאכן קריג, זייענדיג פרומער פונעם פויבסט.
ווער ווייסט, אפשר וועלן זייערע אייניקלעך נאך נאכשרייען אונזערע קינדער פארן טראגן מיטן עירוב?
דאס נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט שוין באוויזן דאס זעלבע, אפשר חזרט זיך דאס יעצט איבער???