בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:32 am
דורך קמץ אלף
זאל מיינע ווערטער נישט דערצערענען דעם חשובען עולם בכלל און די מארי דאתרא בפרט, מיין באגער איז איר זאלט נישט זיין אין רוגז, ווייל אין זינען איך האב נאר גוטס.

ווי די נאטור פון א "פארום" איז, ראובן לייגט ארויף א "נייע אשכול", קומט שמעון און לייגט צו א "תגובה", נאך אים קומט "לוי", ראובן נאכאמאל, און אזוי ווייטער געוואנדען לויט דעם עולםס אינטערעס אין ספעציפישען טעמע. אזוי זאמעלט זיך אן רבבות אלפי תגובות, געמישט פון גוטע, קלוגע, געשמאקע, און ציענדיגע שרייבער, אבער אויך ליידער מיט געפירקלטע תגובות וואס פארשמירן דעם פארום מיט קינדערישע סברות און לעכערליכע טענות. עס איז אוממעגליך צו זיין אויפן וואך און מעסטן יעדע תגובה באזונדער אויב סזאל בלייבן, פאראכטען אדער פארמעקט ווערן. אזוי אויך דארף מען פארשטיין אז יעדער, אפגעזעהן ווי געלונגען ער איז, האט דאס פרייהייט פון ווארט אלץ א געבורט רעכט, ווילאנג עס גייט מיט די געזעצן פון דעם פלאץ. – אבער א פראבלעם איז עס נאך אלץ.

פון דעם אנדערען זייט, אויף דעם שרייבערס זייט איז אויך דא א פראבלעם. אין א פארום וואס שטייט שוין 3 יאר, איז כמעט יעדע טעמע שוין ארויפגעברענגט געווארן. האב דער שרייבער עפעס א געדאנק איבער אן ענין, דארף ער יעצט גיין זוכען אויב און וואו דער נושא ווערט דערמאנט? עס נעמט אוועק דעם אפעטיט פון שרייבן. צו-דעם איז אויך פארהאנען ביים שרייבער הערהלעך וואס איז סיי נישט גענוג צו מאכן א נייע אשכול דערפון, און סיי נישט קיין דירעקטע שייכות צו אן עקזיסטירענדע אשכול.

מיין פארשלאג איז אז א ניק זאל קענען פארלאנגען פון די גבאים צו האבן זיין פריוואטע אשכול, ווי קיינער קען נישט צולייגן תגובות. און דאס וועט העלפן דעם שרייבער:
א) ער וועט האבן זיין מקום צו שרייבן וואס ער וויל אלץ, אן דארפן זיכען וואו אין קאווע שטיבל דער נושא איז שוין א רעדע.
ב) עס וועט דינען ווי זיין פריוואטע יומן, דייערי, וואס משרייבט אמאל איין שורה, אמאל א מחשבהלע און אמאל אן אפהאלדונג.
ג) ער וועט הנאה האבן פון זיינע ווערק, דורך דעם וואס ער קען מיט אן אויגן בליק איבערליינען וואס ער האט אלץ געשריבן.
ד) ער וועט נישט ווערן אפגעקילט דורך אומגעוואונטשענע געסט וואס פארדרייען זיין שמועס.

איך פארשטיי אז א פארום איז נישט קיין בלאג, און אוודאי נישט ווי פעיסבוק און טוויטער וואס מפאלאווט נאר וועם סשמעקט. אבער אין פאקט, און איך בין זיכער אז איך בין נישט דער איינציגסטער, באזוך איך שוין דעם פלאץ א שיינע צייט, כדי חלילה נישט צופארפאסן קיין פערל פון געוויסע שרייבער וואס איך בין געפאלן אין ליבע מיט. ממילא איז דער מהלך, פון פריוואטע אשכולות א גרויסע הילף פאר ליינער און באזוכער וואס קומען דא לכבוד א געוויסן שריייבער אדער מער.

אבער בעיקר וועט דאס אסאך העלפן די שרייבערס, וואס האבן כסדר אלץ עפעס צו זאגן, דבר גדול דבר קטן. – א פריוואטע אשכול וועט זיין זייער שרייב טישל. (און פארשטייט זיך אז ער וועט צולייגן א קעפל פאר יעדע תגובה)

איך וועל ענדיגען מעין הפתיחה, איך בין נאר מציע, נישט תובע. אויב איך קום אריין אביסל חוצפהדיגע בעט איך פארגעבונג.

א דאנק

נ.ב. ענטפער צו אישי פראגע: ניין, דאס מיינט נישט טוישען דעם פארום, נאר א הוספה. צו מייחד מקום זיין פאר שרייבער וואס ווילן א פריווטע באלג אינערהאלב דעם גרויסען פארום.
הערה 3#

Re: קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:57 am
דורך ראשעקאל
איך מיין אז די קענסט עפענען א אשכול און אליין בעטן אז קיינער זאל נישט תגובה'נען

Re: קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 9:03 am
דורך ירא שמים
קענסט אויך לינקען דיין פעיסבאק אין דיין פראפייל.

קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 9:05 am
דורך ירא שמים
אין דעם גיב איך דיר גערעכט אז די ׳סאיז שוין דא אזא אשכול׳ איז א געפערליכע זאך , כהאלט אז מדארף אויסמעקן אלע אלטע אשכולות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 9:10 am
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:איך מיין אז די קענסט עפענען א אשכול און אליין בעטן אז קיינער זאל נישט תגובה'נען

אזויווי דא?
ס'איז א גוטע זאך, גראדע. ס'וועט אפשר ממעט זיין אין וויכוחים אבער ס'וועט שטופען דעם ניק צו זיין מער אקטיוו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 9:11 am
דורך קאווע טרינקער
ירא שמים האט געשריבן:אין דעם גיב איך דיר גערעכט אז די ׳סאיז שוין דא אזא אשכול׳ איז א געפערליכע זאך , כהאלט אז מדארף אויסמעקן אלע אלטע אשכולות.

שוין דא אזא אשכול.

Re: קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 9:15 am
דורך ראשעקאל
ס'דא פארעמס ווי אלטע אשכולות ווערן גע'לאק'ט און מ'קען מער נישט שרייבן דארט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:33 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:איך מיין אז די קענסט עפענען א אשכול און אליין בעטן אז קיינער זאל נישט תגובה'נען

ראשעקאל: איך מיין בעסער. אז ער , קמץ אלף זאלל זיך אליינס עפענען א בלאג. און באצאללן די הוצאות פון אויפהאלטן דעם בלאג. און דארט וועט ער קענען אליין שרייבן זיין בויך ווייטאג און זיינע מיינונגען און קיינעם נישט אריינלאזן. אזוי ווי א געוויסער איד טוט טאקע אויפ'ן בלאגאספערע. ער איז אזוי ווי רש"י הק' זאגט. ..."השולחני הזה", דער באנקנקערער" ווען מ'ברענגט איהם געלט צו טוישן, טוישט ער. און ווען קיינער ברענגט איהם נישט קיין סחורה, פראדוצירט ער אליין אייגענע סחורה. עד כדי כך אז ער איז געווארן אן ענציקלאפעדיע פון שמוץ פון גאנץ אמעריקע, יוראפ, אויסטראליע און ארץ ישראל. ניין. קיין אפריקע איז ער נאך דערווייל נישט אנגעקומען....!... :roll:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:39 pm
דורך אחד העם
קמץ.
איך מיין אז קאווע שטיבל זאל אויך אנפאנגען צו פארקויפען בעסכיסעס, היות א גרויס חלק תגובות דא זענען געשריבען געווארן דארט, סאו...המממ, פיר די אליינס אויס.

כ'מיין, וואס האט דיין הצעה מיט קאווע שטיבל?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 4:10 pm
דורך מבקר
אדנירם האט געשריבן:[tag]קמץ אלף[/tag],
כ'ווייס נישט צו דו ביזט א זנב לאריות, אדער גאר אן ארי שבחבורה, אבער דיין שפראך איז מעיד אז מ'האנדלט דא פון א לייב...

רבותי[tag]קמץ אלף[/tag] איז א נייע שרייבער דא, ער וועט לכאורה אסאך צו געבן צום פורום, אלזא אפילו אויב מ'איז מחולק מיט אים, זאל מען אבער עם נישט אטאקירן, מיר ווילן נישט אז ער זאל אזוי יונג אפפיצן פון דא, רעדטס מיט רעספעקט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 4:16 pm
דורך בן אדם
מבקר האט געשריבן:[tag]קמץ אלף[/tag] איז א נייע שרייבער דא, .

עכ"פ מיט דעם ניק זיכער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 4:36 pm
דורך קמץ אלף
מבקר האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:[tag]קמץ אלף[/tag],
כ'ווייס נישט צו דו ביזט א זנב לאריות, אדער גאר אן ארי שבחבורה, אבער דיין שפראך איז מעיד אז מ'האנדלט דא פון א לייב...

רבותי[tag]קמץ אלף[/tag] איז א נייע שרייבער דא, ער וועט לכאורה אסאך צו געבן צום פורום, אלזא אפילו אויב מ'איז מחולק מיט אים, זאל מען אבער עם נישט אטאקירן, מיר ווילן נישט אז ער זאל אזוי יונג אפפיצן פון דא, רעדטס מיט רעספעקט.

א דאנק פארן אויסגראדן דעם מצב.
איך האב נישט מער ווי פארגעלייגט א פלאן, בלשון שאלה. ווער עס האלט אז דער פלאן טויגט נישט, זאל שרייבן א תגובה בלויז אויף דעם, נישט וועגן געלט טוישערס, בית הכבודס, און ווי אלט דער ניק איז.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 4:46 pm
דורך אדנירם
מבקר האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:[tag]קמץ אלף[/tag],
כ'ווייס נישט צו דו ביזט א זנב לאריות, אדער גאר אן ארי שבחבורה, אבער דיין שפראך איז מעיד אז מ'האנדלט דא פון א לייב...

רבותי[tag]קמץ אלף[/tag] איז א נייע שרייבער דא, ער וועט לכאורה אסאך צו געבן צום פורום, אלזא אפילו אויב מ'איז מחולק מיט אים, זאל מען אבער עם נישט אטאקירן, מיר ווילן נישט אז ער זאל אזוי יונג אפפיצן פון דא, רעדטס מיט רעספעקט.

חס ושלום. איך האב אים נישט אטאקירט, איך האב אים מכבד געווען אז ער מאכט א רושם ווי א נייע לייב אין קאווע שטיבל.
מיינע ווערטער באציען זיך צו די ערשטע ווערטער פון קמץ אלף זעלבסט אינעם ברוכים הבאים אשכול, ודו"ק.

[דא האב איך טאקע גארנישט מעיר געווען לטב ולמוטב, ומטעמים המובנים].

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 4:49 pm
דורך מבקר
אוי וויי גם בארזים נפלה... אפילו [tag]אדנירם[/tag] האט זיך טועה געווען.

איך האב אראפגעברענגט דיינע ווערטער לסיוע לדברי אז ער קען אסאך צו געבן צום פורום, נישא חס ושלום אז דו פארטרייבסט שרייבער פון דא, כידוע ביסטו דאך דער וואס ברענגט גאר צוריק די אנטלאפענע.

Re: קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 5:03 pm
דורך גר ותושב
עס קען זיין א גיטע זאך אויב עפענט מען א עקסטערע אפטיילינג אויף צו באשרייבן מענטשן מעשיות וכדוגמת מסעות דאדנירם וואס איז א מוראדיגע אשכול און וואלט אפשר געקענט זיין נאך מער באטעמט אויב עס וואלט נישט געוועין קיין אריינרעדן און דערמיט אבער דאס איז אויסשליסליך נאר אזעלכע זאכן וואס איז נישט שייך דערין קיין דעות פארשידענהייטען וכדומה......

Re: קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 5:06 pm
דורך גר ותושב
העיקר אים צו קריטיקירן קומט זיכער נישט דא אריין ווייל קען זיין ער איז גערעכט אז עס נעמט אים פשוט אוועק די אפעטיט פון שרייבן אויב אנדערע רעדן אריין

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:32 pm
דורך קמץ אלף
אחר הדברים האלה, באתי למסקנה, צו עפענען א "נייע אשכול" אונטערן טייטל "קמץ אלף'ס טעגליכע שרייב טיש'ל" (אדער: פון דארט און פון דא, קמץ אלף א?). די גבאים האבן מיר געזאגט אז זיי זענען נישט דערביי צו איינפירן דעם דערמאנטען אפציע, אבער כדי די ליינער דא זאלן האבן די השגה פון מיין טעגליכע תגובות, וועל איך ביים אנהייב שיקן אסאך תגובת אויף איין מאל, איינס נאך די אנדערע, זאל די צייט רעדן. איך ווארט נאר אז מיינע אפגעהיטענע דרעפטס זאל זיך מערן.

קאווע שטיבל צולייג אויסשטעל פארשלאג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:34 pm
דורך ירא שמים
איך בין מעדיף די ערשטע נאמען , מוועט מעגן מגיב זיין ?