בלאט 1 פון 1

משפחה אדער עמי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:49 pm
דורך ליפא
א חבר וויל מיר באדאנקן מיט א מתנה א יאר סובקריבשען איך קען זיך וועלן משפחה אדער עמי. איך האב זעלטן ווען אריינגעקוקט אין די צוויי. וועלכע וואלט געווען אינטערעסאנטער? נייעס און פאליטיק אינטערעסירט מיר נישט, איך מיין גוטע ארטיקלן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:39 pm
דורך ליפא
וואלט איך געגאנגען מיט משפחה. די צייטונג איז רייך, טאקע ווייניג בלעטער אבער סאך צו ליינען.

Re: משפחה אדער עמי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:50 pm
דורך samiam
האנדל אן ביידע די וואך און זאג די אונז

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 4:18 pm
דורך יעקב מענטש
ס'זאל דיר באמת אינטערסירן משפחה, דארפסט ליעב האבן איזראעלישע טעמעס, אויף די ענינים העומדים על הפרק אין אמעריקע זענען זיי געווענליך שפעט אין רעפארטן,
פאר א אמעריקאנער וועט עמי זיך פילן מער אינדערהיים,
און געדענק, ר' שית טויב פיגורירט נישט אין דעם משפחה,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 7:33 pm
דורך אספקלריה
איך האב געווענליך א וואך דאס און א וואך יענץ.
משפחה איז מער סטאביל מיט זייער פרא איזרעל און פרא קאנסרוועטיווע מהלך.
עמי האט נישט קיין מהלך סווענט זיך אויף וועלכע זייט פראנפורטער האט זיך דערוועקט, אמאל איז ער א ווילדער ליבעראל,און אמאל קאנסערוועטיוו.
ביידע האבען און זיך הויפענעס פון לופטיגע ארטיקלען וואס מטרתם רק למלאות החלל כפשוטו,אבער משפחה האט קראנטערע זאכען און אביסעל מער תוכנ׳דיג ,עמי בלאזט שטארק אויף זיינע ארטיקלען,ער איז שטארק פארנומען פון די ארום און ארום פון די זאך ווי צו גרונטעווען און די עצם זאך
פארשטייט זיך כנעל״ד
איך ליין זיי ס״ה נאר שבת און ביהכ״ס מילא קען איך נאר זאגען אן אויבערפלעכליכע אנאליז.
וו אוכט עמי ליווינג איז פיהל מיט לופט געשריבען פענסי אבער ברענגט גארנישט ארויס,פעמילי פירסט איז אוכט א געוואלד ליפט,סאיז אבער פארט העכער און תוכן הגם זיי שרייבען נישט אזוי פענסי ווי עמי.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:31 pm
דורך קאווע טרינקער
עמי האט ביזנעס קאלומס וואס משפחה האט נישט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:צווישן די קינדער-ביילאגעס, דזשוניער פון משפחה און עים פון עמי, געפעלט מיר מער דער עים.

די דשוניער האט לעצטנס אויפגעהערט מיט אלי&גולד, א שטארקע חסרון אין חן לדעתי.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:28 am
דורך שבת אחים
ווער האט געזעהן די לעצטיגע קאווער פון די עמי מאגאזין? א ארטיקל פון הרב משה וויינבערגער פון אש התורה איבער ווי אזוי זיך צובאגיין מיט קינדער אז זיי זאלן נישט חלילה גיין OTD, איינער האט עס געליינט?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 10:13 am
דורך אחד העם
שבת אחים האט געשריבן:ווער האט געזעהן די לעצטיגע קאווער פון די עמי מאגאזין? א ארטיקל פון הרב משה וויינבערגער פון אש התורה איבער ווי אזוי זיך צובאגיין מיט קינדער אז זיי זאלן נישט חלילה גיין OTD, איינער האט עס געליינט?

יא

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 2:15 pm
דורך שבת אחים
אחד העם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ווער האט געזעהן די לעצטיגע קאווער פון די עמי מאגאזין? א ארטיקל פון הרב משה וויינבערגער פון אש התורה איבער ווי אזוי זיך צובאגיין מיט קינדער אז זיי זאלן נישט חלילה גיין OTD, איינער האט עס געליינט?

יא


אינטערסאנט? ער איז עפעס מחדש?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 2:53 pm
דורך וואלווי
א שיין און הארציגע ארטיקל. ער זאגט למשל אז אלע מינע פילטערס אין איסורים אויף טענעלאגיע וועט קיינמאל נישט העלפען אליינס ווייל א מענטש דארף Satisfaction און מ'דארף טיילען פאר די יוגנט געשמאק אין זייער לעבען און יודישקייט. נאכדעם קען מען ניצען גדרים אויף דער זייט.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:03 pm
דורך חברהמאן
איך קויף בידע יעדע ואך, איך האלטע אז די עמי איז בעסער געשריבן,
אין זאך וואס איך האב פיינט איז די נייע ביז טנק, סאיז זייער קארני

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:34 pm
דורך ליפא
עמי מאגאזין גייט ארויף מיטן פרייז, און וועט אנהייבן צו קאסטן זעקס דאלער יעדע וואך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:44 pm
דורך ליפא
Succos mishpacha
IMG_20161012_234355.jpg