בלאט 1 פון 3

די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 5:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז לעצטענס נתפרסם געווארען א נייע סארט סכך מיט'ן נאמען מטר-מע"ט וואס דארף צו באשיצען פון רעגן און אויך זיין כשר. אלס איינער וואס איז געווען א ביסל אריינגעמישט אינ'ם ענין פון אנהייב, וויל איך געבען א בליק דערוועגן. וזאת למודעי, אז פון אנהייב האב איך געקענט דעם הרב קלעצקי וואס האט עס פארפאסט, און איך האב געזען די קונטרס אקעגן דעם פון פאר פינף און צוואנציג יאר צוריק, און זיין צוגאנג האט אזוי גע'עקעלט אז איך בין עס נאכגעגאנגען. היינט האט ער מיר באצאלט צו שרייבען פאר איהם (נישט די ארטיקל), אבער איך בין געווען איבערגעצייגט פאר דעם, ממילא איז מיין מיינונג נישט פאר געלט, הגם איך ווער היינט אביסל באצאלט (נישט קיין סאך אויך נישט).

דער המצאה איז אזוי. מ'נעמט די באמב"ו שטעקענעס און מ'שניידט זיי אין העלפט אדורך און אדורך ביז ס'איז צוטיילט אין צוויי האלבע רערען. מ'לייגט א רייע פון אזעלכע שטעקענעס אויפ'ן סוכה ופניו למעלה. דעריבער ווען ס'רעגענט וועט די שטעקן זיך אנפילען און טאמער ס'איז א קליין ביסל שיף, וועט ארויסרינען איידער ס'גיסט אריין אינ'ם סוכה. אבער ס'קען נאך אלץ אריינרעגענען צווישען די שטעקענע'ס. פאר דעם נעמט מען די שטעקן און מ'דרייט איהם איבער און מ'לייגט איהם אויף יעדע צוויי שטעקענעס, באהעפטענדיג דערמיט די צוייי שטעקענעס. אזוי ווען ס'רעגענט אויפן אויבערשטן שטעקען, רינט עס אריין אינ'ם אונטערשטן שטעקען, וואס פון דארט רינט עס אויפ'ן ערד איידער ס'קומט אן אריין אין סוכה.

די פאטענט האט מען באהאנדעלט מיט פינף און צוואנציג יאר צוריק אויף אביסל אן אנדערן אופן, אבער בעיקרון די זעלבע, און גדולי הפוסקים האבען עס באהאנדעלט. דעמאלס איז נתפרסם געווארען אז הרב שלמה זלמן אויערבאך האט מתיר געווען און הרב ישראל יעקב פישער, הרב אלישיב האט געשריבען א תשובה להיתר (וואס דער פאליטיקאנט דעמאלס האט גערעדט מיט גרויס חוצפה אויף א 'רבנות רב' וכו' וכו') ווי אויך הרב שמואל וואזנער אין שבט הלוי. הרב חיים קניבסקי האט געשריבען א תשובה להיתר (ווי ער שרייבט אז מסתמא האבען די ענני הכבוד אויך נישט אריינגעלאזט די רעגן!). ס'איז אויך געווען תשובות וואס מ'האט מיט געוואלד באהאלטען, איך הער אז פון הרב פישל הערשקאוויץ און להבחל"ח הרב חיים קרייסווירטה און הרב הענאך פאדווא זענען פארהאנען תשובות להיתר. לאיסור איז דא א תשובה אין קנה בשם (ח"ב סי' כ"ז) און א הסכמה דערויף פונ'ם מנחת יצחק (אן נימוקים).

יעצט איז עס נתפרסם מיט א באגרעניצטע היתר פון ב"ד קארלסבורג און דער אוי. יו. און הרב היינעמאן פון באלטימור, אבער הרב אליהו לוין האט געשריבען א שארפער תשובה להיתר מסביר צו זיין הרב אלישיב.

מ'מוז באטאנען אז דער גאנצע פראבלעם איז נאר א לכתחלה'דיגער. דער משנה ברורה שרייבט קלאר אז א סוכה וואס איז מעובה כמין בית ווי ס'קען נישט אריינרעגענען איז כשר בדיעבד, און טאקע די שיטה לפסול איז נישט אין שו"ע אין ערגעץ נישט. דער מג"א ברענגט עס און די פוסקים באהאנדלען עס שפעטער, אבער ס'איז נישט אראפגעברענגט אין שו"ע להדיא.

דער היתר פון די אלע אויבענדערמאנטע גדולים איז, בקיצור נמרץ, אז דער פסול איז נישט דאס אז מ'זיצט אין א פלאץ וואס ס'קען נישט אריינרעגענען. דער תוס' (סוכה ב.) בשם ר"ת רעדט פון די פסול פון דירת קבע, אז דער מחיצה פון א סוכה מעג זיין א מחיצה פון קבע, אבער דער מחיצה פון די סכך, וואס דאס איז די עיקר סוכה, מוז זיין עראי, און קבוע במסמרים אדער די וואס ס'קען נישט אריינרעגענען טויג נישט. זאגען די פוסקים אז דאס איז אלס ווען די מחיצה איז דאס וואס בלאקירט די רעגן. טאמער די רעגן גייט ערגעץ אנדערש אנשטאט אין די סוכה מחמת א פאטענט, האט עס גארנישט מיט די קביעות פון די מחיצה, מיט די חוצץ צווישן די רעגן און די פלאץ ווי מ'זיצט, און ממילא לא ע"ז אמר קרא, מ'האט דאס קיינמאל נישט גע'אסר'ט. ממילא אלע פוסקים וואס רעדען דערוועגען, למשל דער פמ"ג אז ס'דארף קענען רעגענען אין די גאנצע סוכה, נישט נאר איין ווינקעל, צו דער ביכורי יעקב וואס זאגט אז ס'דארף רעגענען גענוג שתסרח המקפה אדער דער שו"ע הרב וואס רעדט פון די כוונה פון די סכך, אלס איז נאר קעגען א סוכה וואס די מחיצה פונ'ם סכך איז חוצץ בפני הגשם, און נישט אין די פאל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 5:44 pm
דורך [NAMELESS]
@ליטוואק די מתירים האבן זיך משתמש געווען דערמיט?? אדער פאר זיך האבן זיי מחמיר געווען?

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 6:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
למעשה איז עס נישט דעמאלס ארויס אין מארק דוכט זיך, אבער פון א''י איז נישט קיין ראיה. יעצט וואס ס'איז ארויס דאהי, ווייס איך נישט. איך האב געפרעגט הרב אליהו לוין און ער האלט זיך פעסט. טאמער איך וועל האבען די געלט דאס צו קויפען, וועל איך עס קויפען, און איך וועל איהם בעטען ער זאל מיר מכבד זיין מאכען א ברכה אויפ'ן סוכה. הרב חיים קנייבסקי קען איך נישט בעטען, און די אנדערע ווילען דאך לעכער, וואס לויט הרב אלישיב ודעימיה דארף מען נישט.
דער עולם אין נ.י. רעדט פון דעם? די מודעות זענען אנגעקומען אהין? מ'הערט קול מבשר? וואס זאגט מען?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 7:37 pm
דורך [NAMELESS]
בבקשת מחילה מכ"ת, לענ"ד מאכט איר צו שטארק אוועק דעם פסול פון סכך שאין הגשמים יכולין לירד בה. ציווישן די פוסקים איז עס גאנץ א שטארקע שיטה, מיטן רבינו תם האלטן מיט דער ב"י (הגם אין שו"ע ברענגט ער עס נישט איז נישט קיין ראיה להתיר כידוע מכללי הפוסקים), דער ב"ח, לבוש, מג"א, פרימ"ג און שו"ע הרב. ס'איז זייער שווער מתיר צו זיין אפי' בדיעבד אויף א משנ"ב בשם השערי תשובה קעגן די אלע פוסקים הפוסלים אפילו בדיעבד, כל שכן ווען די רעדע איז אויף לכתחילה וואס אפי' דער משנ"ב איז נישט מתיר. (ס'קומט נאך צו נאך א שטארקע צד פסול ווען די מדובר איז ביי א סוכת גנב"ך, ווי די סדר איז ביי טייל שוהלן אז דער גוי לייגט די סכך, וואס דעמאלס פסל'ט אפי' דער מהרלב"ח ודעמיה לפי הרא"ש).

דאס וואס טייל פרובירן מחלק צו זיין ציווישן די מעשה מיטן רבינו תם וואס דארט האט מען קובע געווען במסמרים, און די באמבאו פאטענט וואס האט נישט קיין קביעת מסמרים, אין לשון הראבי"ה איז בכלל נישט משמע אז די מסמרים איז דער פסול נאר די מציאות אז רעגן גייט נישט אדורך, אזוי פירט ער אויס אין די סיפה "אבל השכיבן זה אצל זה כשרה שאז אינה מצלת מן הגשמים" און נישט וועגן יא מסמרים אדער נישט מסמרים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:19 pm
דורך יהושע חיים
ליידער מיט א פערזענליכע אגענדע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
כ'וויל נאר מוסיף זיין, כ'האב געהערט טייל בארירן די נקודה, אויב איז די פאטענט געמאכט אז רעגן קען יא אדורכגיין, ס'העלפט נאר אפצוהאלטן די רעגן לענגער ווי געווענדליך, אדער ביי א קליינע רעגן, דעמאלס איז יא דא א שטארקע מקום להכשיר. די לשון המשנ"ב אין די שיטת האוסרין איז "אם היא מעובה כ"כ עד שאין הגשמים יכולים לירד בתוכה אפילו כשיורדין גשמים מרובים וא"כ הוי כעין בית יש להחמיר ולפסול". אויב אבער גייט אריין וואסער עכ"פ ווען ס'איז דא גשמים מרובים איז עס שוין נישט כעין בית און ס'איז כשר. די אנדערע פוסקים דערמאנען טאקע נישט דעם חילוק אבער די מקור דברי המשנ"ב איז כנראה פונעם ראבי"ה וואס איז בפירוש מחלק "ובתוס' ריב"א כתב סתם סוכת רועים עשויה להגן מן החמה ומן הגשמים וכו'. ושמא הצלת גשמים פורטא, אבל אם אין יורדין בה גשמים כלל פסולה".

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 9:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מ''ב איז נישט נאך א שיטה, ער איז מכריע אין דער ענין זע'ענדיג די אלע שיטות. טאמער אנדערע זע'ען נישט זיין הכרעה אלס א מחייב, האב איך נישט וואס אריינצורעדען. דער סיסטעם פון הכרעה איז א האקעלע, פאסט נישט פאר סתם מענטשען. מ'דארף קענען אפלערנען דער 'סוגיא דעלמא' און ווי איז דער פשטות און ווער איז דער מחדש. דעריבער פאסט נישט אויסצורעכענען נעמען. 'רבותא למחשב גברא'?
מ'דערציילט אז דער מ''ב האט געוויילט פערציג יאר ביים שרייבען דער מ''ב. פיהר פון זיי זענען געווידמעט אויף אויסצורעכענען דער משקל פון יעדער ראשון אין די פוסקים.
צו זאגען אז דער ראבי''ה האט א גאנץ נייע שיטה, בזמן אז דער עיקר רבינו תם זעט נישט אויס אזוי, ובפרט אז דער ציור פונ'ם ראבי''ה דארף נישט קיין גרויסע חידוש.
אוודאי איז אביסל רעגען שוין עפעס, אבער אויב מ'גייט אהין, דארף מען שוין נעמען אין חשבון דער ביכורי יעקב אז מ'דארף גענוג רעגען שתסרח המקפה.
איך ווייס נישט וואס האבען די גוים מיט די סוכה איינגעלייגט. יעדער סוכה דארף מען היטען, נישט נאר דער מיט'ן פאטענט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 10:05 pm
דורך קאווע טרינקער
די אונטערשטע שורה סכך איז נישט קיין כלי?

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 10:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויב יא, איז יעדער באמבו. נאר וואס? ס'פעלט צוויי עקען. נו, דא אויכ'ט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 10:36 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם אין נ.י. רעדט פון דעם? די מודעות זענען אנגעקומען אהין? מ'הערט קול מבשר? וואס זאגט מען?

@ליטוואק
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=5&t=27852

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 7:07 am
דורך קאווע טרינקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויב יא, איז יעדער באמבו. נאר וואס? ס'פעלט צוויי עקען. נו, דא אויכ'ט.

לא הבנתי.
יעדע בעמבא איז פארמאכט, משא"כ די האלבע איז ממש א כלי לקבל, הן מי הגשמים והן די בעמבא משכבה העליונה?

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 7:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נישט די הלכות, אבער אפילו פון די אוסרים דעמאלס האט מען נישט געהערט די טענה. קען זיין אז מ'דארף פיהר עקען פאר קבלת טומאה, ווער ווייסט?
איך קוק דא אן א מחלוקת, מיט די רוב להיתר, אבער למעשה אפאר גרויסע האבען אויך גע'אסרט. איך פארשטיי נאר נישט א מערכה לאיסור. ממילא להיתר, איינער מאכט דאך פרנסה דערפון. אבער לאיסור, וואס האט ער דערפון? זאל יעדער פסקנ'ען ווי ער גלויבט. ס'איז דאך נישט קיין ציבור זאך וואס ס'דארף א ציבור פסק.
נו נו, וואס פארשטייען מיר אונז קרויטקעפ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 7:29 am
דורך איש עברי
להערה בעלמא: די פאקט איז אז עס רעגנט יא אריין אין די סארט סכך, איך האב אליין בייגעוואוינט א שטארקע רעגן און עס האט היבש אריינגערעגנט, דעריבער איז מער וויניגער די גאנצע מערכה נאך א חדשאסורמןהתורה מערכה און האט גאנץ ווייניג צוטוהן מיט הלכות סוכה.

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:00 am
דורך יהושע חיים
ר משה שטרנבוך שרייבט אז אויף די רעקלאמען זאל מען ארויסשרייבן אז עס רעגנט אריין (דאס איז אמת כנ"ל) כדי עס זאל נישט זיין קיין חסרון כוונה (לויט די ר"ת)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט געזען אינ'ם תשובה פון הרב מח"א פאדווא שליט"א לאנדאנער רב. דאס איז געצילט צו [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] וואס האט טענות אז איך האב אנגענומען כפשוטו אז דער ר"ת איז נאר לכתחלה וועגען די הכרעה פונ'ם מ"ב.
דער גאנצע תשובה איז כדאי צו זען דא. ער לערנט שטארק, און מ'זעט דער חילוק צווישען איהם און דער בא אחריו אין יענער קובץ.
יעצט בין איך 'שטאלץ צו זיין א לאנדאנער'.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:42 am
דורך קאווע טרינקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען נישט די הלכות,

איך יא. ס'איז סכך פסול אן קיין ספק.

שטייט פון ספרים הקדושים אז פאר משיח וועט קומען, די לעצטע ניסיון וועט זיין אין הלכות סוכה...

די נייע סכך איז פסול. ס'איז כאילו מ'דעקט צו די סוכה מיט האלצענע טעפלעך!

ובאתי על החותם... הק'.... בלאממממווורר... נכד... זצצקקללההללהה...

Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מ'האט דערמאנט דער קעגענער פון אנטווערפען, האב איך מורא געהאט מ'וועט אריינשטופען אין צימעס. יעצט האב איך מורא פון 'א שמייכעל'.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק שיחי'

אף שאינינו כדאי לחלוק על הגאון מלונדון במילתא דתליא בסברא, אבער אויב שרייבט ער אויפן ברכי יוסף און שע"ת "והם רבותינו אשר הוראותיהם נתקבלו בכל ישראל", מה אנעה אבתריה אויפן ב"י, ב"ח, לבוש, מג"א, פרימ"ג און שו"ע הרב. און נאך א שטויס מיט פוסקים וואס נעמען אן שיטת ר"ת אפילו בדיעבד. כל שכן אז דער ברכי יוסף (ולאחריו דער משנ"ב) זענען אויך נאר מקיל בדיעבד.

דער עצם תשובה האב איך געזעהן, וברמיזה השבתי על כל יסוד בנינו. (אגב, דעם "בא אחריו" ווי דו רופסט אים, מסתמא קענסטו אים נישט. מ'רעדט פון א גאון עצום בכל מקום ששואלים אותו)

טאמער אבער איז ווי "איש עברי" שרייבט אז ס'רעגענט יא אריין דעמאלס איז מסתבר אז ס'איז כשר, ע"פ הראבי"ה הנ"ל. טאמער איז דא אזעלעכע וואס יא און אזעלעכע וואס נישט, חשש חדש איז טאקע הבלים, ס'איז אבער יא דא א דערהער אין הלכה א חשש פון "יאמרו כל הסריקין אסורין וסריקי בייתוס מותרין". אין דעם קען איך אבער נישט אריינרעדן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 12:41 pm
דורך lazar
ר' יחזקאל ראטה האט געשריבן עפעס א מכתב אז זיין היתר איז נאר פאר די שכבה תחתונה, אבער נישט פאר די שכבה עליונה.

איינער קען אפשר מסביר זיין וויאזוי ס'ארבעט די שכבה עליונה און תחתונה?

קען מען אפשר זעהן קלארע בילדער פון עס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 12:55 pm
דורך ישראל קאפקע
איך שטעל זיך פאר עפעס אזוי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 12:59 pm
דורך [NAMELESS]
"שכבה תחתונה" איז א סכך צודעק פון האלבע רערן מיטן פנים אויף ארויף, מיט דעם אליינס רעגענט נאך אריין פונקט ווי ביי יעדע סכך. "שכבה עליונה" איז א צווייטע סעט פון האלבע רערן וואס דעקט איבער די שפאלטן און אזוי קען נישט אריינרעגענן אין די סוכה (ווי איך האב נאך דעמאלס געהערט ליייגט מען די סכך אביסל שיעף אזוי אז דאס וואסער זאל אפרינען ארויס פון די סוכה). וואס רבי יחזקאל שרייבט איז אז בשעת ס'רעגענט נישט, דאס הייסט ווען מ'איז מחוייב בסוכה, דעמאלס קען מען נישט האבן די אויבערשטע צודעק. נאר ווען ס'רעגנט און מ'איז ממילא פטור מן הסוכה קען מען ארויפלייגן די צווייטע סעט סכך להגן מפני הגשמים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 1:16 pm
דורך lazar
דאס ווייס איך, מיין פראגע איז נאר וויאזוי ארבעט די מציאות הדברים? קומט די שכבה עליונה אזוי ווי א שלאק וואס מ'קען עפענען אדער צומאכן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 2:36 pm
דורך יהושע חיים
lazar האט געשריבן:דאס ווייס איך, מיין פראגע איז נאר וויאזוי ארבעט די מציאות הדברים? קומט די שכבה עליונה אזוי ווי א שלאק וואס מ'קען עפענען אדער צומאכן?


אזוי האט מען געזאגט פאר קארלסבורגער רב און אויף דעם סמך האט ער געגבן די היתר