איז אייסעס מיין פראבלעים
מיר פארן אויף א באן, אן א באוויסטע ציל, אזוי ווי די באנען פון די קריג, מיר זענען נישט דא און פרידען'ס צייט, מיר קענען נאר נישט מחליט זיין די כוונה פונעם קאנדאקטער, ווי אהין פארט דער באן, איך קיק ארויס פון פענסטער, איך פרעיג ביי שכנים, איך זעי ווי אזוי מען באנעמט זיך מיט מיר, ווי אזוי די גוסטע איז ביי די פלאנירער, איך פראביר אפלערנען ווי אהין איז דער ציל, איז דער ציל אז מיר זאלן אנקומען קיין אמיש טאון, פשוט נישט זיין אנגעוואנדען און אלע נסיונות הדור, דעריבער שטייען מיר אוועק פון אלע טעכנילאגישע ערפינדינגען, אדער פירן מיר זיך מיט די שטייפע האנט פון אייסעס
כדי צי אנעלעזירן דעים באן ברויך מען זיך אריין טיען אינעם ענין, אנעליזירן געוויסע סימנים וואס זיי לאזן איבער אינעם פארם פון פינגער אפדריקן און דערפון אפלערנען ווי אינזער ציל איז אנציקומען, אויך איז שטארק נוגע צי שטאדירן סיי אייסיס און פארשטייט זיך אויך אמיש טאון, כדי דאן צי קענען טרעפן די נויטיגע חילוקים און דאן קענען וויסען למה הדבר דומה, צי וואס מיר זענען ציגעגליכן, און וויסען דערפין אינזער ציל.
אמיש טאון איז א באפעלקערונג אין פענסעלוואניע, זיי פירן זיך מיט אלע אלטע מעטאדן פון אמאל, זיי זענען גאר טראדיצינאל, זיי ניצען פערד מיט וואגן און זייער טאג טעיגליכע סדר היום, זענען שטארק עוסק און עבודה בשדה, זיי פלאנצען, זייען, דרעשן, ווינט שאוולען, שפינען, לעיזן געהענגלעך, אקערן, און אזוי ווייטער, ניצן אלטע סארט מעטאדן פון קאמיאניקאציע, פארשטייט זיך אז די אינגווארג פאלט אוועק און גרויסן, זיי ווערן אפילו פארשיקט לכתחילה אונעם גרויסן וועלט, גיין אויספלוגן, און אויב ווילן זיי ציריק קומען אויסלעיבן מיט די אמיש ווירטשאפט, דאן ווערן זיי ציריק געווילקאמט אהיים, און ברויכן אינטערנעמען, אינטערשרייבן, ציזאגן, זיך פירן מיט די גאנצע אמישע טראכט, אבער אזוי צי אזוי זענען זיי אמיש נאר אויבן אויף, זיי האבן שוין היינט מייסטענס סעלפאון'ס, טעלעוויזיע, נאך אזעלכע מאטארעזירטע כלים, אבער די טראדיציע גייט אן אימגעשטערט, פונקט ווי טויזענט יאר ציריק, זייער סקול סיסטעם איז פרימיטיוו, ווען זיי ברויכן א דאקטאר פארן זיי ארויס פון זייער געזעלשאפט און גייען צי געהעריגע דאקטורים אן קיין חכמות, אזוי מיין איך קען זיין אז איך בין זיך טועה.
מיר אידן זענען בכלל נישט אמישע, מיר זענען טאקע זייער טראדיציאנאל, אבער נישט ווייל מיר האלטן אן די אלטע אמאל, נאר ווייל מיר האלטן אז דאס איז דער ריכטיגע וועיג, דאס וויל דער באשעפער, מיט מיין שטריימל קויפ איך אינטער השם יתברך, דאס איז די עכטע רצון השם, מיט מיין ראשוואלקע בין איך א אור המקיף, מיר זענען פיל מער ווי אמיש, ווייל מיר מיינען עס ערענסט, מיר זענען פאר ריל, מיר קענען נאר זיך נישט פאראייניגן אויף געוויסע פרטים וואס עס איז דער רצון השם, צי גלייכט עס א פלאטשיגע אדער א הויכע, צי גאר א שטאפען אדער קראך, צי ווער ווייסט אפשר א לאבאוויטשע קנייטש אדער גאר א בענד דאון, לאנגע אדער קארצע רעקל אדער גאטשעס, ובלבד שיכוון לבו לשמים.
אייסעס, א גרופע פרימע אראבער, זענען גארנישט ספעציעל פרימער געווארן און די לעצטע יארן, זיי זענען שוין פרים טויזענט יאר, נאר וואס האט פאסירט, וואס איז פונקט איצט די קעפ געהאקעריי, די תירוץ איז אז זיי האבן שוין לאנג געהאט חשק צי האקן קעפ, נאר היות זיי האבן נישט געקענט ביז לעצטענס האקן האבן זיי נישט געהאקט, היינט אז מען קען יא האקן פארוואס דען נישט, האקט מען וויפיל עס לאזט זיך, זיי האלטן זיך נישט אפ פון גארנישט, זיי קוקן וואס עס שטייט אין זייער פסוק און פירן אויס מיט די גענויע פונקטלעכקייט לויט זייער מעיגלעכקייט, לויט ווי שטארק די יד מוזלים'ס על העליונה, גענוי אזוי זענען די שטראפן, ווען מען פַּאקט היינט א אראבער גנב'ן נעמט מען א זעיג און מען נעמט ביי אים צי די האנט, אינעם נאָמען פונעם איילמעכטיגן שטאקן גא-ט, א-ללהאָ אקבאר, אז איינער איז מזנה, אויב איז פארהאן עדות, דאן נעמט מען אים אדער איר ארויס אין הויף, מען גרייט אן שטיינער, יד העדים תהיה בו בראשונה להמיתו, ויד כל העם בתחתנה, מען איז מקיים ובערת הרע מקרביך, א ערליכע מוזלים איז זיך מחי'ה, נאר די ערב רב זיי שעלטן דעם שמייליגען סיסטעים, נישט איבעראל האבן זיי שוין די כוח פון האקען קעפ, אדער שניידן הענט, זייער אסאך מקומות זענען נאך מתפלל ווען וועט שוין קומען די צייט וואס זיי וועלן שולט זיין, האפן און בעיטן עס זאל שוין קומען די צייט זיי זאלן קענען מקדש זיין דעים באשעפער'ס נאמען, למשל אין אמעריקע ווי שאריע געזעץ איז נאך נישט די געזעץ פון לאנד, אדער נאך נישט אזוי פאפילער, דאך לאקאל און זייערע געיגענטער דארט ווי זיי האבן פריוואטע חדרים מיט מיידל סקול'ס דארט גייען די רשעות אן וויפיל זיי קענען, מען האקט קעפ דורך נישט לאזן אריין די קינדער, מען ברויך זיך אינטערנעמען צי גיין מיט די לבוש, די ווייבער ברויכן גיין בערקע'ס, טארן נישט האבן די טריפה'נע כלים וואס איז מטמא די איגענט, זעיט דאך אויס קלאר אז מיר זענען אויך כמעט ל'אייסעס דומה, ווען מען האקט אפ מיין קאפ ווען מען לאזט נישט ארויס די רעגעסטראציע קארטלעך ציליב א חטא פון נישט איינהאלטן די תקנות וואס דער רבי שליט"א האט מתקן געוועין, און מיר זאלן זיין געווארנט אז אויב קענען זיי ווען האקן מיין קאפ וואלטן זיי ווען דאס אויך געטיען, ווייל עס איז נישט בעסער פאר א טאטע ווען מען האקט אפ זיין קאפ אדער נישט באקומען א רעגעסטראציע קארטל, עס איז א טויט שטראף.
עס איז טאקע א פראבלעים אבער עס איז נישט מיין פראבלעים, מיר זעיען ווי די וועלט קוקט זיך צי וואס אייסעס טוט אין סיריע, דער עולם וויל אנטלויפן ווי די אויגן פירן, מען שמאגלט זיך שוין אריבער קיין אייראפע, אבער כמעט קיינער נעמט זיי נישט אריין, עס איז טאקע א גרויסע פראבלעם אבער נישט מיין פראבלעים, אזוי מאכט מען זיצינגען, אבער קיינער קומט נישט אפיר און עפענען א טיר פאר די אימגליקליכע אראבער וואס פריוון צי אנטלויפן פון די רוצחים, סארי עס איז נישט מיין פראבלעים, פארוואס עפעס איך, וואס עס פאסירט ברויך וועין אויפשוידערן יעדע מענטש וואס האט א נשמת רוח חיים באפיו, אבער די פאקט איז אז די שוידערליכע בילדער וואס מען זעיט ווי מענטשען ווערן ג'הרג'ט איז נישט געניג שוידערליך אז מען זאל עס מאכן מיין פראבלעים, די בילדער ווי שיפן ווערן דערטרינקען איז אויך נישט געניג שוידערלעך, ווי די באנען וואס פארשוואמען מיט אנטלויפענדע מענטשן, דאס דערמאנט נישט און גארנישט, דאס גיבט א קליינע ציפ, אבער וואס זאל איך טיען עס איז נישט מיין פראבלעים.
מיך דערמאנט עס יא און שוידערליכע סצענעס, איך לעיב יא איבער א שוידערליכע קאשמאר, איך זעי יא ווי היסטאריע חזר'ט זיך איבער, ווען פון 1933-1945 האבן מיליאנען מענטשן פראבירט צי אנטלויפן פון די נאצי רעזשימען, אפילו ווען מען האט שוין קלאר געוויסט וואס עס קומט פָאר אין נאצי דייטשלאנד, היטלער ימ"ש האט קלאר געמאכט אז אויב נעמט די וועלט נישט אריין אידן גייט ער ארויס לייגן זיין אידען פלאן, להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן, יעדער האט געקרעכצט יעדער האט פראטעסטירט, אבער אוי די שוידערליכע ווערטער, סארי באט איט'ס נאט מיי פראבלעם, טאקע א גרויסע פראבלעם, אבער נישט מיין גרויסע פראבלעם, די ווערטער, די אטיטוט האט אויסגעשחט'ן זעקס מיליאן מענטשן, און אפילו דאן האט מען זיך נישט געקימערט צי עפענען די טיר פאר שארית הפליטה, עס איז דאך שומי שמים אז קיין לעקציע ווערט נישט געלערנט פון וואס מיר האבן ציגעזעין, און היסטאריע חזר'ט זיך איבער.
מיר ליידער האבן אויך דעם גענויעם נאצישן אטיטוד, און דאס שטערט מיך שרעקליך, א קינד האט נישט קיין חדר, איז א גרויסע בראך, א ערנסטע פראבלעים, אבער נאך אלס נישט מיין פראבלעים, ווי קען זיין אז די שיטה וואס האט געשיקט מיליאנען אידישע קינדער אין קאלך אויבן זאל זיין היינט און צוויי טויזענט פיפצן אזא גלייכגילטיג ווארט, דא האלטן מיר שוין, אזוי נידריג האבן מיר זיך שוין דערקייקלט, ווען א בחור האט נישט קיין ישיבה, ער איז א נידן למוות, און מיר שרייען נישט און די גאסן 'איט איז מיי פראבלעם', מיר לאזן אים איבער אויף וועים, וועימעס פראבלעם ווערט ער, א אידיש קינד אויפן גאס איז יעדעמס פראבלעם, א בחור וואס ציליב א רשעות פון א מנהל, צי א מאנגל און פלאץ צי ווייל ער איז נישט אזא מציין, איז נישט איין געשריבן אין קיין חדר אדער ישיבה איז יעדעם'ס איינעם'ס פראלבעם, צי פארשטייען מיר דען די טענה פון די וועלט אז איט איז נאט מיי פראבלעם, צי בארעכטיגן מיר די עינגלענדער וואס האבן נישט אריין געלאזט א שיף און געלאזט זינקען אינעם רוישיגן ים, צי זענען מיר מסכים מיט אלע לענדער פון די וועלט וואס האבן פארהאקט טירן טויערן אויף די אידישע טרערן וואס האבן געוויינט פאר וויזע'ס, צי פארשטייען מיר היינט שוין אז די אויערן פון די וועלט האט געמעיגט זיין פארשטאפט צי די וויי געשריי פון די מיליאנען הרוגים, איז אמעריקע נישט שילדיג פארן נישט לאזן באמבעדירן אוישוויץ, איט'ס נאט מיי פראבלעם, ניין אזא טענה איז א טענות רצח, מיר ווייסן יא פון לא תעמוד על דם רעיך, ואהבת לרעך כמוך, מען דארף יא הערן א וויי געשריי פון א יחיד, ווען א קינד בעיט ער וויל גיין אין חדר מיז זיין טענה אנגענימען ווערן אפילו זיין טאטע האט א סעל פאון, אפילו זיין טאטע איז א משומד, א רשע א מסור א עוכר ישראל, ווער קען דן זיין די דיני נפשות, נאר אייסעס קען אזאנס דן זיין, און ליידער מיז איך אויסריפן אז מיר עינדלען גאר שטארק און אייסעס.
איז אייסעס מיין פראבלעים
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
איז אייסעס מיין פראבלעים
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אזוי ווייטאגליך אמת יעדע ווארט.
איך זעה אז דו נויגסט שוין אביסל אפ פון דיין אלטע שיטה
viewtopic.php?f=4&t=5230
איך זעה אז דו נויגסט שוין אביסל אפ פון דיין אלטע שיטה
viewtopic.php?f=4&t=5230
וירח ה' את ריח הניחוח
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
ווי זעיסטו מיין שיטה...
אויך ווי איז די סתירה צי פרישער'ס שיטה הקדושה, איך בין דאך הייליג מסכים מיט יעדע'ס ווארט
איך פליקער פלידיש רעד בכלל נישט פון די נאצי'ס ימ"ש, נאר פון די וועלט וואס האט איגנארירט די נאצי'ס, מיט די שוידערליכע מערדערליכע טענה "איט'ס נאט מיי פראבלעם"
אויך ווי איז די סתירה צי פרישער'ס שיטה הקדושה, איך בין דאך הייליג מסכים מיט יעדע'ס ווארט
איך פליקער פלידיש רעד בכלל נישט פון די נאצי'ס ימ"ש, נאר פון די וועלט וואס האט איגנארירט די נאצי'ס, מיט די שוידערליכע מערדערליכע טענה "איט'ס נאט מיי פראבלעם"
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
יא עס איז יא דיין\אונזער פראבלעם. ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן א באוויסטע שרייבער וואס האט גשריבען א זייער אמת'ר ווארט. ער איז געוועהן א דייטש אבער די נאציס ימ"שו האבען איהם איינגעזעצט ווייל ער איז געוועהן א שרייבער און א רעדנער און געהאקט אקעיגן זיי. ער האט געהייסען
[left]Martin Niemöller 1892–1984[/left]
ער האט געשריבן...
[left]First they came for the Socialists, and I did not speak out—
Because I was not a Socialist.
Then they came for the Trade Unionists, and I did not speak out—
Because I was not a Trade Unionist.
Then they came for the Jews, and I did not speak out—
Because I was not a Jew.
Then they came for me—and there was no one left to speak for me.[/left]
יא עס איז אונזער פראבלעם
[left]Martin Niemöller 1892–1984[/left]
ער האט געשריבן...
[left]First they came for the Socialists, and I did not speak out—
Because I was not a Socialist.
Then they came for the Trade Unionists, and I did not speak out—
Because I was not a Trade Unionist.
Then they came for the Jews, and I did not speak out—
Because I was not a Jew.
Then they came for me—and there was no one left to speak for me.[/left]
יא עס איז אונזער פראבלעם
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
היות די אשכול איז 'בטעות' אנגעקומען צי שנעל אויף דף בית, האב איך עס גענימען אויף די אייגענע האנט נאך איין מאל אויפוועקן, אה נעווער מיינד עס איז שוין ציריק אויבן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
Re: איז אייסעס מיין פראבלעים
פליקער פליקט שטיקער
אונז זעמיר אלע מסכים, נאר די הארטנעקיגע אייסעס מנהלים דארפען דאס אויך ליינען
אונז זעמיר אלע מסכים, נאר די הארטנעקיגע אייסעס מנהלים דארפען דאס אויך ליינען