א לעבן בדיעבד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

א לעבן בדיעבד

שליחה דורך בר-כוכבא »

אויב מען קען זיך פאר א רגע'לע ארויסרייסן פונעם הרגל החיים און אנקוקן די קולטור אין וועלכער מיר לעבן, טרעפט מען זיך מיט א מאדנעם, טראגי-קאמישן מהלך. אלעס וואס מיר טוען און טראכטן איז אוועקגעשטעלט אויף א יסוד איתן פון "בדיעבד". מען ווערט געבוירן בדיעבד, מען לעבט בדיעבד, מ'האט חתונה בדיעבד, מ'ארבעט בדיעבד, מ'דאוונט בדיעבד, מ'עסט בדיעבד, מ'לאכט בדיעבד און מען וויינט שטילערהייט, אויך בדיעבד.

חתונה האט מען צוליב צוויי סיבות. די ערשטע און פארמעלע: אויפצושטעלן אידישע דורות. די צווייטע און מער אמת'ע: ווייל אזוי טוט מען – אזוי טוט יעדער. ווער וויל דען זיין אנדערש ווי יעדן?

שטעלט מען צוזאמען מעכל'ן מיט רעכל'ן און אזוי לאנג ווי די עלטער-באבע איז אהערגעקומען פון אונגארן, פוילן אדער גאליציע און נישט פון רוסלאנד אדער ארגענטינע, איז עס א גוטער שידוך און מ'קען גיין ברעכן טעלער. אויב איז פאראן א "פראבלעם" מיטן בחור, מיידל אדער ערגעץ וואו פארווארפן אין דער משפחה, פארקירצט מען דעם יאר און מ'שטעלט צוזאמען תזריע און מצורע, און ווייטער א פאסיגער שידוך. אז דער בחור איז אין ישיבה און דאס מיידל קען הלכות מליחה און פארשטייט דעם חומר הענין פון פארבן דאס פנים, איז די זאך ווי געגאסן.

דער פאקט וואס סיי דער בחור און סיי דאס מיידל זענען (אויסער מעבל אינעם שוי-פענסטער פון א געזעלשאפט וואו א יחיד פארנעמט אזויפיל מקום ווי ערגעץ אנדערש א מילב) אויך מענטשן מיט רצונות, געפילן, מידות און נטיות איז בכלל נישט נוגע לעצם הענין. מען וועט דאס פארל אריינווארפן אין א לעכל ערגעץ וואו אין די שמאלע, איבערוואגיגע גאסן פון ירושלים דאמעריקע, און זיי וועלן זיך שוין אויסקומען. כ'מיין, זיי גייען דאך צו די חתן און כלה שיעורים פאר א סיבה, נישט אזוי?

דער עיקר איז, אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין א סך נחת, ס'זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד! אוודאי א קשר; ווען מען צווינגט צוזאמען צוויי היפוכים בלי שום טעם וחשבון נויטיגט זיך דער "קיימא" טאקע אין א פעסטן קשר וואס זאל צוזאמהאלטן די צוויי באונס וכפייה. אז נישט, וואס וועט די גאס זאגן? און די גאס, ווייסן מיר א כלל, פארנעמט דאס ערשטע פלאץ אין יעדער החלטה. דאס מציאות למעשה איז שוין א צווייטע זאך. מ'קען דאך נישט נעמען אין חשבון יעדן נארישן פרט!

אזוי האט מען חתונה – די וויכטיגסטע געשעעניש אין א מענטשנס לעבן – לכתחילה אויף אן אופן פון בדיעבד גמור.

פון חתונה האבן בדיעבד פאלט מען תיכף לברכה שחיטה אריין אינעם נעקסטן, לעבנס-לאנגען בדיעבד. דאס פארל ווערט אריינגעקוועטשט אין א כמו אכסדרה, וואס ווערט ווייטער צעטיילט אין א קאך, שלאף-צימער, און בעסקיסע – יעדע פון די אפטיילונגען גענוג גרויס צו דינען אלס שפייז שפייכלערס פאר מייז און מוראשקעס. פארן זכות פון וואוינען אין ווענט און נישט אויף דער גאס צאלט מען איין א חודש'ליכן פרייז וואס קיינער אין דער וועלט, אפילו מיט די עלעמענטארע קענטעניסן וואס פארלאנגען זיך אין דער ביזנעס וועלט, פארדינט נישט. אונזער יונגערמאן קען אפילו דאס אויך נישט און דאס ווייבל מוטשעט זיך אויס די נשמה אהיימצוברענגען א מאגערן טשעקל, וואס וועט אין בעסטן פאל מיט די לעצטע כוחות קלעקן אויפן רענט און בילס. (אויף מאנסי זאלסטו נישט חלומ'ען צו מופן, ווייל די עלטערן, וועמען דער "מידלייף קריזיס" האלט אינמיטן אויפוועקן פונעם בדיעבד-שלאף, האבן מורא זיך אויפאמאל צו טרעפן מיט זיך אליין).

אזוי פאלן מיר לכתחילה אריין אינעם ערשטן מקום מנוחה פון לעבן אויף א יסוד פון בדיעבד שבדיעבד.

פון דארט פאלט מען אריין אינעם אחריות וואס פארלאנגט זיך פון א טאטע-מאמע, וואס גייט ווייטער באופן בדיעבד למהדרין מן המהדרין. מילא דאס ווייבל, זי האט דאך שוין געארבעט אלס מיידל און האט מסתמא שוין באוויזן אויפצוכאפן דעם אלף בית פון פאראנטווארטליכקייט. דער יונגערמאן קומט דאך אבער פון 19-20 יאר פארן על מי מנוחות, אן קיין שום דאגה פון גארנישט אויסער נישט מאכן צופיל גערודער און זיך נישט באווייזן אויף דער גאס בשעה שבני אדם נמצאים שם. ער האט קיינמאל גארנישט געדארפט דורכפירן, משיג'ט נישט וואס טראגן אחריות מיינט, און פון אייגענער ערפארונג ווייסט ער אז מ'דארף דורכשטופן די צייט ביזן אויסגעלייזט ווערן.

ער ווייסט גארנישט, אבער דערווייל שטעלט ער יערליך צו נחת'לעך פאר זיידע-באבע. די הוצאות וואקסן דערווייל מיטן זעלבן אימפעט ווי פריער די לאנגווייליגקייט אין ישיבה, און דער יונגערמאן לערנט זיך שנעל אויס אז דאס פשוט'ע טאג טעגליכע לעבן איז אויך נישט מער ווי א בדיעבד און מען דארף פשוט טרעפן א וועג בדיעבד דאס געשעפט דורכצושטופן.

די קינדער וואקסן אונטער און גייען אין בית חינוך, דעם זעלבן וואס האט די עלטערן פריער גארנישט צוגעשטעלט און נאך ווייניגער אויסגעלערנט, בדיעבד. די עלטערן לערנען זיך אויס מיטשפילן דאס עסק בדיעבד און לעבן און טאן וואס מ'האט צו טאן בדיעבד, אונטער דעם אויבערשטן לכתחילה'דיגן שיכט תקנות וואס קלעבן סיי צו מסורה און השקפה, סיי צום מציאות החיים אזוי לכתחילה'דיג גוט ווי ערנסט עמיצער נעמט זיי אויף.

די היימישע ישיבה וועלט, באקאנט מיט איר הויכן ניווא פון לימוד און חינוך, איז זייער איבערקלייבעריש מיטן אננעמען תלמידים – און מיטן פולסטן רעכט! ווייל קוק אהער: ווען די ישיבות וואלטן געווען סתם בנינים אנגעפולט מיט בחורים וואס ווארטן זיך ארויסצוזען פון דארט, החרשתי. למעשה לערנען אונזערע קינדער זיך דארט אויס חוץ א פאך אויך תורה, יראת שמים און מידות טובות, יא? נו, קען מען דאך נישט סתם אננעמען כאפ לאפ אין דער וועלט אריין.

ווארפט מען די קינדער אריין אין דער ערשטער ישיבה וואס איז וויליג זיי אנצונעמען, ווידעראמאל נאר בדיעבד, נאכן זיך איינבעטן ביי די מומחים אין חכמת מה יאמרו הבריות, און מ'האפט אויפן בעסטן אז דער בחור זאל דורכמאכן די בדיעבד'דיגע בחורישע יארן און ארויסקומען פון דארט בדיעבד בשלום, גענוג אז ער זאל נישט אונטערהייבן די לכתחילה'דיגע ברעמען ביי דער מלא בדיעבד גאס.

ביז די קינדער קומען בשטומ"צ אן צו יענעם יארגאנג ווען מען טרעט ארויס פון די בדיעבד'דיגע ישיבה-יארן און אריין אינעם בדיעבד'דיגן שידוכים פעלד.

אזוי ווערן מיר געבוירן בדיעבד, לעבן בדיעבד, כאפן א דאווענען און א פרישטאג בדיעבד און געבן זיך אן עצה מיט אלערליי שוועריגקייט בדיעבד.

עס פילט זיך עפעס אז איידער מען שיקט פון הימל אראפ א נשמה צו דער חרדישער געזעלשאפט גיט מען איר אויך אזא בדיעבד'דיגן שטופ מיטן אקסל, אזוי צו זאגן: נו גיי שוין בדיעבד לעולם שכולו בדיעבד.

א גוט, געבענטשט יאר - לכתחילה!
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר