בלאט 1 פון 2
ניק פונעם יאר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:20 pm
דורך גאנצל
אין א אויסערארדענטליכע שריט גייט דער שטילער גאנצל זיך אליין קרוינען צו נעמען דאס ווארט און אפגעבן די טיטל מאן פונעם יאר ביי אונז אין שטיבל
און איך מיין אז כולם פה אחד וועלן מודה זיין אז די ניק פונעם יאר תשע"ה קומט זיך פאר אונזער הויכגעשעצטער געטרייער ניק וואס האט הויך געברענגט אונזער שטיבל עכ"פ געהיטן אז ס'זאל נישט קליין (מל' קטני הדעת) ווערן.........
הרב [tag][/tag]אדנירם מעיר אמשינובאתא
שיינע שרייבונגען מיט שיינע זמירות ריכטיגעשכלמאן (שכל הישר)
שש לאז מיר דיך עפעס זאגן אין אוער שטילערההיט קיינער זאל נישט הערן מיר האבן געפילט צווישן דיינע שורות אז ס'האט זיך אמאל אמאל אריינגעכאפט א מחשבה אויפצוגעבן דיין שווערע ארבעט(מיר האבן געפילט ווי דו פלאצט אמאל איך מיין נישט דו איך מיין דיין געדולד) אבער האסטוך געשטארקט מיר שעצן דאס
Re: ניק פונעם יאר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין מצרף מיין הוכרה, איינע פון די לעצט פארבליבענע סיבות פאר מיר צו באזוכען דעם שטיבל איז צו זעהן צו רב משזר האט עפעס געשריבן,
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:29 pm
דורך ראוונע
רב שש איז אויסדריקליך ווערט דעם טיטל ניק פונעם יאר
מיר באלעקן זיך מיט זיינע באשרייבונגען
רבותי, איך שטים נישט צו מיט גאנצל!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
יא חברים טייערע, איר האט גוט געליינט! איך שטים נישט צו מיט [tag]גאנצל[/tag]!
איך האלט אז [tag]אדנירם[/tag] איז אסאך מער ווי דער ׳ניק השנה׳, איך האלט אז מען קען אים אנרופען די ׳עמוד השטיבל׳!
איך האלט אז קיינער קען זיך נישט קאמפערן צו די חיות און אשכולות וואס ער האט דא אריינגעברענגט!
מיר האבן דא ב״ה אסאך געלונגענע שרייבער, אבער יעדער טויג אויף זיין פאך, איינער אין ׳העמק דבר׳ איינער אין ׳פאעזיע׳, איינער אין ׳תורה און מחשבה׳ איינער אין ׳היסטאריע׳, איינער אין ׳אנשי שם׳ איינער אין ׳שפראך און גראמאטיק׳, מה שאין כן @אדנירם שליט״א שטייט אויף די אויבן אן ווי ער שרייבט נאר עפעס מיט זיין פעדער, איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין צו מיר.
נ.ב. איך האלט שוין לאנג אזוי ווי איך שרייב דא און איך האב שוין געשריבן מיין מיינונג לאנג צוריק אין @אדנירם׳ס הלכה למעשה אשכול.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 3:20 pm
דורך [NAMELESS]
מה נאמר ומה נדבר, האלקים מצא את עון עבדיך...
געווענדליך אין אזא פאל איז שגור בפי לומר, אז אין אמת'ן אריין וואלט איך זיך געדינגען און געזאגט אז ס'איז נישט אמת, און נישט 'ממש אזוי', נאר ווער בין איך זיך צו דינגען מיט אזעלכע חשוב'ע אידן ווי ענק...
איך בין סורפרייזד, סיי פונעם געדאנק און סיי פונעם הכרת הטוב.
ייש"כ הרב [tag]גאנצל[/tag] וכל בני חבורתא קדישתא הדין.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 3:36 pm
דורך ציבעלע-קיגל
יעצט לאמיר זיך משמח זיין מיט א גוט הייס שטיקיל ציבעלע-קיגל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 5:46 pm
דורך געוואלדיג
כיהודה ועוד לקרא גם אני מצטרף לכל הני גדולי ומאורי הדור שיחיו שכבר פרסמו דעתם דעת תורה ואין לערער עליה, שמורה מורינו הרב [tag]אדנירם[/tag] הוא הגבר של בית טרינקתינו,
ויה"ר מאת ה' שתשרה שכינה במעשה ידיו ויוכל להמשיך במפעלו הטוב ולהרבות חילים למען כבוד שמו ית' אמן,
ממני הקטן דל ונבזה השפל באמת
געוואלדיג
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 7:31 pm
דורך שמעקעדיג
גם אני הק' מצטרף בדברי ברכה, קע"ה דער שש שרייבט אזויפיל קוים וואס איך קום אן צו ליינען, יעדע תגובה באזונדער איז א פלעזשור, אפילו צומאל קען ער דיסעגריען אדער געבן אזא פסק וואס איז נאמנים פצעי אוהב, עכ"ז באלעקט מען זיך מיט יעדע שורה. כה יתן ה' וכה יוסיף אויף ווייטער.
Re: ניק פונעם יאר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 8:26 pm
דורך [NAMELESS]
WE LOVE SHEISH!!!
[emoji169] [emoji170] [emoji171] [emoji172] [emoji173] [emoji175] [emoji307] [emoji324] [emoji323] [emoji322] [emoji813]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 9:59 pm
דורך וויליאמסבורגער
גם אני מצטרף
אדנירם איז א דימאנט דא אין שטיבל אנגעזאפט מיט ידיעות און ס'גיסט זיך איבער פאר אונז בשפע.
ישר כח!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:31 pm
דורך פליקער
גם אני מצרף לכל האמור לעיל ע"י אבטולמוס ושמעקעדיג, וכל חברי שטיבלינו, זאלן מיר אלע זוכה זיין אז אלע אנדערע ניק'ס זאלן זיך אויפוועקן, און אז שש זאל נישט אייינשלאפן ווי כוכב וחביריו.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:46 pm
דורך [NAMELESS]
[center]א גרויסן ייש"כ נאכאמאל פאר אלע וואס האבן אויסגעדריקט זייער הנאה פון מיינע ווערק דא אין שטיבל,
ובפרט לחכמים שהטריחו והוסיפו כמה מילים של שבח, ה"ה מרנן ורבנן [ע"פ סדר החתימות...]:
[tag]גאנצל[/tag],
[tag]גראדעמעכעלע[/tag],
[tag]ראוונע[/tag],
[tag]פריעד באטשי[/tag],
[tag]געוואלדיג[/tag],
[tag]שמעקעדיג[/tag],
[tag]אבטולמוס[/tag],
[tag]ראשעקאל[/tag],
[tag]וויליאמסבורגער[/tag],
[tag]פליקער[/tag],
ה"ה בי"ד של עשרה שליט"א, וכל בי עשרה שכינתא שריא...
דאס געבט אסאך חיזוק אנצוגיין ווייטער מהנה זיין דעם עולם מיט מאמרים ותגובות, רבות הכמות והאיכות [כ'האף אזוי...].[/center]
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:54 am
דורך אהרן

[tag]אדנירם[/tag]
אייערע מאמרים זענען מתוק מדבש ונופת צופים
Re: ניק פונעם יאר
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 1:16 am
דורך א איד
כהאב עס שוין כמה פעמים געשריבן, אז דער שש האט מיר געמאכט פאר א אמשינאווער חסיד, און איך רעאגיר שפעטליך.
ששי כה לחי, יאריך ימיך על ממלכתיך צו מחיה זיין די אלע ניקים וניקים שונים ומשונים, בכלל ובפרט.
א גוטע נאכט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
שש האט אריינגעבלאזן א אומבאשרייבליכע חיות אין שטיבל. כ'ווייס נישט ווער דער זכר איז, אבער ער איז א רוח שאינה מצויה. ווילסט תורה? אדנירם. ווילסט מדע? אדנירם. ווילסט הומאר? אדנירם. ווילסט ידענות און היסטאריע? אדנירם. ווילסט השקפה? אדנירם. ידו בכל. ער דערמאנט מיר פון די הויפט בלאט אויף קאווע שטיבל, א מפתח צו יעדע נושא. שש, אונזער אדמאראציע צו דיר איז שפראכלאז. יישר כח פאר די צענדליגע מאמרים דו האסט אונז מחיה געווען מיט ברוחניות ובגשמיות.
Re: ניק פונעם יאר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:09 pm
דורך קאסטנער
די אהבה צווישן שש אין רויטע ווערט שטערקער אין שטערקער,
איך הייב אן מורא האבן...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
ממנ"פ, אויב האסטו מורא אז מיר זענען די זעלבע ניק, איז עס מיר א באזונדערע כבוד אז מ'האלט אז דער געשמאקער געלונגענער און צוגעלאזענער [אויטש. סימן מובהק אז ס'איז נישט מיך...] [tag]רויטע וואנצעס[/tag] איז גאר אדנירם.
אויב האסטו מורא אז צוויי זכרים האבן זיך צו שטארק ליב, נו, [tag]קאסטנער[/tag] וועט וואטשן...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:19 am
דורך [NAMELESS]
אייגנטליך איז מיין אוואטער בילד מיט [tag]רויטע וואנצעס[/tag]'ס אוואטער בילד צוויי אפעזיטס.
איך טראג א לאנגע בארד, רויטע האט קיין בארד.
מיין בארד/וואנצעס איז ווייס, רויטע'ס איז רויט.
איך טראג נישט קיין ברילן, רויטע טראגט יא.
ביי מיר זעט מען קלארע אויגן, ביי רויטע נישט.
ביי מיר זעט מען א קאפל אן קיין הוט, ביי רויטע נאר א הוט.
אבער מ'קען פארענטפערן, אז לעקטער 'ברענט' דווקא בעת חיבור הפאזיטיוו והנעגאטיוו, כלומר צוויי אפעזיטס...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 3:02 am
דורך קאצקע ציקער
opposites attract....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:28 am
דורך [NAMELESS]
שוין פארלאפן א יאר...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:23 am
דורך קאווע טרינקער
אדנירם האט געשריבן:שוין פארלאפן א יאר...
און אלץ בלייבט ביים אלטן. שש. זהו.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 12:14 am
דורך [NAMELESS]
במקום שאין איש איז ריכטיג אויך א פיש...
היות קיינער רופט זיך נישט אן איז בלית ברירה וועל איך זיך אנרופן. און איך בין מציע ידידינו [tag]אבטולמוס[/tag] לו נאה ולו יאה, איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין מיט הסברים, איך מיין יעדער פארשטייט סייווי פארוואס.
אויב ער איז נישט מסכים וועל איך למען השלום מציע זיין איש את רעהו אדער דיףף... אלזא אבטולמוס, למען השם, ביטע זיי וויליג און נעם אן דעם כבוד!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 12:30 am
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: אז דו קענסט ארויסזאגן אדער שרייבן אבטולמוס מיט איש את רעהו און דיףף בנשימה אחת פארדינסטו א פוליטצער. (נישט אז איך ווייס אדער קעיר וואס דאס איז.) ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל לייגן מהרז"ל מיט בנימן נתניהו ביי איין טיש...!