בלאט 1 פון 1

ת"ת עטרת צבי - מאנסי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:36 pm
דורך Milk shake
מיין חבר מוטשעט זיך ארום מיט מוסדות אין מאנסי, ער שטייט שוין ממש פאר'ן מופן, זיינע טעכטער זענען שוין אנגענומען אין א פיינעם מוסד, און זיינע בנים זענען נאכנישט מסודר, א באקאנטער זיינער האט אים געאפפערט אז ער איז בכח אריינצולייגן די אינגלעך אין חדר עטרת צבי, מיין חבר זאגט אבער אז ווי ער הערט איז דאס מער פאר אויפגעקלערטע אדער האלב מאדערנע, יענער עסקן לייקנט, ער זאגט ס'איז גאר היימיש.

נאך א פרט, ס'הייסט אז דער מוסד איז געעפנט געווארן דורך אדמו"ר מקאסאן פארשעי ר' לייביש ראטענבערג, און דער יעצטיגער נשיא המוסד איז... כ"ק אדמ"ר מספינקא מאנסי שליט"א, קען איינער ביטע ארויסהעלפן און געבן מער פרטים איבער דעם מוסד?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:55 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
ס׳איז פאר פארשעי - געוועזענע חסידישע יונגעלייט.
מקור: אחך האב צוויי פלימעניקס דארט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:57 pm
דורך הוגה
עס איז א פיינע חסיד'ישע מוסד, נאר עס איז נישט פארפרומט און ווייט נישט ווי די טיפיקעל חסיד'ישע מוסדות ווי סאטמאר, וויזניץ וכדומה, נאר ענדערש ווי פארצייטישע חסידים. דארט שוקן ע"פ רוב חסידישע משפחות פון פארשעי, קאנקארד און עירמאנט. ליפא שמעלצער שוקט דארט, סאו אויב דאס פסל'ט עס אפ...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:58 pm
דורך ריינער
האט ער פרובירט אמרי שפר, מונקאטש? ביידע דארפן אנצונעמען גרינג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
Milk shake האט געשריבן:מיין חבר מוטשעט זיך ארום מיט מוסדות אין מאנסי, ער שטייט שוין ממש פאר'ן מופן, זיינע טעכטער זענען שוין אנגענומען אין א פיינעם מוסד, און זיינע בנים זענען נאכנישט מסודר, א באקאנטער זיינער האט אים געאפפערט אז ער איז בכח אריינצולייגן די אינגלעך אין חדר עטרת צבי, מיין חבר זאגט אבער אז ווי ער הערט איז דאס מער פאר אויפגעקלערטע אדער האלב מאדערנע, יענער עסקן לייקנט, ער זאגט ס'איז גאר היימיש.
״גאר היימיש״ איז עס זיכער נישט, אבער זיי האבן שוין עטליכע מאל פראבירט עס צו מאכן היימישער אבער מיט ווייניג הצלחה כפי ידועתי.

Milk shake האט געשריבן:נאך א פרט, ס'הייסט אז דער מוסד איז געעפנט געווארן דורך אדמו"ר מקאסאן פארשעי ר' לייביש ראטענבערג, און דער יעצטיגער נשיא המוסד איז... כ"ק אדמ"ר מספינקא מאנסי שליט"א, קען איינער ביטע ארויסהעלפן און געבן מער פרטים איבער דעם מוסד?
לויט ווי עס הייסט יעצט ׳אפיציעל׳ איז עס ווייטער אונטער הרב חיים לייבוש ראטטענבערג, נאר ׳אויך׳ אונטער ספינקא מאנסי און נאך א רב (איך געדענק נישט ווער), בקיצור, אונטער א וועד פון דריי רבנים, פונקטליך וועלכע פאליטיק עס איז דארט געווען און וואס די טויש דארף צו מיינען אינטערן טיש ווייס איך נישט.

הוגה האט געשריבן:עס איז א פיינע חסיד'ישע מוסד, נאר עס איז נישט פארפרומט און ווייט נישט ווי די טיפיקעל חסיד'ישע מוסדות ווי סאטמאר, וויזניץ וכדומה, נאר ענדערש ווי פארצייטישע חסידים. דארט שוקן ע"פ רוב חסידישע משפחות פון פארשעי, קאנקארד און עירמאנט. ליפא שמעלצער שוקט דארט, סאו אויב דאס פסל'ט עס אפ...
איך מיין אז דאס זאגט זייער אסאך איבער דאס מקום... איינער וואס רעבעלט רק לשם רעבעלן... וכדברי @מנחם אבראמאוויטש
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ס׳איז פאר פארשעי - געוועזענע חסידישע יונגעלייט.
מקור: אחך האב צוויי פלימעניקס דארט.
״געוועזענע״...

ריינער האט געשריבן:האט ער פרובירט אמרי שפר, מונקאטש? ביידע דארפן אנצונעמען גרינג.
איך וואלט נישט רעקעמענדעט עטרת צבי פאר חסיד׳שע יונגעלייט, עס איז אויסדריקלעך נישט געמאכט דערפאר (פאר מער פרטים, פרעגט אין אישי...) אבער אז איינער איז שוין מסכים צו ׳אמרי שפר׳... קען ער שוין לכאורה מסכים זיין צו עטרת צבי. (אין מונקאטש ווייס איך נישט וואס די מצב איז)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 8:30 pm
דורך הוגה
איך האב נישט קיין פראבלעם צו שוקען מיינע קינדער אלע דריי דערמאנטע חדרים און איך בין א חסידישע יונגערמאן. וועלכע חסרון דו וועסט נאר טרעפן איז עס נישט ערגער ווי די חסרונות וואס, סאטמאר, וויזניץ, באבוב און סקווער פארמאגן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 8:35 pm
דורך געוואלדיג
חוץ פון די נאמען אין גאס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 9:38 pm
דורך העלא
איך וואלט נישט געוואלט מיין אינגעל זאל לערנען אין א חדר מיט אינגלעך וואס די מאמעס גייען אהן שטרימפ, און אויפגעדעקט אין נאך עטליכע מקומות המכוסים,
ביודעי ומכירי קאמינא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:21 pm
דורך אספקלריה
הוגה האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו שוקען מיינע קינדער אלע דריי דערמאנטע חדרים און איך בין א חסידישע יונגערמאן. וועלכע חסרון דו וועסט נאר טרעפן איז עס נישט ערגער ווי די חסרונות וואס, סאטמאר, וויזניץ, באבוב און סקווער פארמאגן.


יעדער מענטשען האט זיינע פרינציפען וואס סהייסט ביי עם א מעלה און וואס הייסט ביי עם א חיסרון.
און ממילא אה״נ אז לפי [tag]הוגה[/tag]ס פרינציפען לייגט ער דא פאר וואס הייסט ביי עם אן ערגערע חיסרון און וואס נישט.
איך גלייב אבער אז [tag]milk shake[/tag] וויל סך הכל פארלייגען פאר זיין חבר וואסארא סארט חדר דאס איז,און פאר וועלכע סארט קאממיונוטי די חדר סערווירט,און דערנאך בלייבט איבער פאר [tag]milk sakes[/tag] חבר צו באשלוסען לויט זיינע פרינציפען פון מעלות און חסרונות,צו די מוסד איז פאר עם.

Re: ת"ת עטרת צבי - מאנסי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:33 pm
דורך דעת תורה
העלא, נאך אזאלכע מקומות ה'מכוסים' ווי דער מקום ה'שטרימפ?

איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז אין מיינע קינדער'ס קלאסן זאלן לערנען אזאלכע קינדער, כ'וואלט אבער נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן לערנען אין א מוסד וואס איז געשטעלט פאר די סארט משפחות.

סאו איי געס די שאלה איז נישט ווער עס שיקט אין דעם מוסד, נאר פאר וועם עס איז געמאכט און אין וועלכע גייסט עס פירט זיך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:31 pm
דורך Milk shake
א שיינער דאנק פאר אלע וואס האבן זיך געמיט און אראפגעלייגט די אינפארמאציע איבער דעם מוסד ברחל בתך הקטנה, וכשולחן הערוך, ממש כמין חומר..

קוקט אויס ס'איז נישט פאר אים, זיין חבר האט אים אויך געזאגט אז ער האט געוואלט דארט שיקן, ער איז זיך געגאנגען דורכרעדן מיט איינעם פון די נשיאי המוסד, און יענער האט אים געזאגט "ס'איז נישט פאר דיר ודכוותיך", ער ארבעט יעצט אויף א אנדערע חסידישע מוסד, וואס ס'איז שוין דא צוויי פון כמעט די זעלבע נאמען, (איינס האט נאר צוויי נומערן צוגעלייגט), לאמיר זען וואס קאכט זיך.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:26 pm
דורך שעפטל
ס'מיר גוט... די נשיאי המוסדות זאגן אז "עס איז נישט פאר דיר", און די נשיאים פון די אנדערע מוסדות זאגן דאך אויך די זעלבע זאך "מיר זענען נישט פאר דיר!" גייט ער בלייבן אן קיין מוסדות...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 9:34 pm
דורך פאפיטעס
די מוסד עטרת צבי איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"צ ר' חיים יהודה לייביש ראטענבערג שליט"א אדמו"ר מקאסן פארשעי פאר בערך פופצן יאר צוריק.
ער האט עס געעפנט פאר זיינע מענטשן וואס זענען על פי רוב חסידישע יודן וואס געהערן נישט אינערגעץ אדער האבן זיי זיך אפגעשייד פון א צווייטן פלאץ, זיבעציג פראצענט פון זיינע יודן זענען ערליכע פרומע ביזנעסלייט וואס זיכען אנצוהאלטן די מסורה, אבער נישט אלעס זאל זיך דרייען ארום דער "הייליגער רבי" מיט די "הייליגע מנהגים", איבער די איבריגע דרייסיג פראצענט איז א שמועס פאר זיך וואס די פלאץ איז נישט דאהי,

די מוסד איז טאקע אנפאנג געפארן אויף דעם דירעקציע ווי געפלאנט, אבער דא האט זיך געמאכט א אינטרעסאנטער אינטערפער אז פולע יודן וואס האבן נישט געהאט ווי צו לייגן זייערע קינדער און זיי האבן דאך געוואלט א חסידישן חינוך זענען אנגעקומען דארט, אין ציווישן זיי אלע איז געווען פארשידענע סארט עלעמענטן וואס האבן איינוועגס אראפגעברענגט די מוסד אויף א גאר נידריגע שטאפל, אבער ר' חיים לייביש איז א יוד א צדיק וואס קען שווערליך אפזאגן א צווייטן אין ער האט ווייטער אריינגענימען נאך קינדער וואס זענען געבליבן אן א מוסד, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז עס האט געהאט א נאמען פון א גאר נידריגע מוסד, דעמאלטס האט ער נישט געהאט קיין ברירה, אין מיט די הילף פון זיינע מקורבים איבערגעמאכט די סיסטעם, אריינברענגענדיג א היבשע פאר נייע סטעף, אין געשטעלט מינעמאלע תקנות איבערן חדר, אין עס האט זיך אויסגעשטעלט פאר א מיטל וועג פון א חסידישן מוסד מיט א ליטפישן, די השקפות דארט זענען גאר פיינע און ערליכע אבער אויף א מער ברייטערן צוגאנג ווי ביי די גאר היימישע,


אין די לעצטע פאר יאר איז ר' חיים לייביש שליט"א געווארן אריינגעלייגט אין שווערע חובות, אין צוליב דעם האט ער געדארפט פארמאכן די ישיבה גדולה, אבער ווי פארשטענדליך איז צו פארמאכן א חדר אסאך ערגער ווי פארמאכן א ישיבה, האט ער זיך צוזאמגעשטעלט מיט נאך צוויי יודן, אדמו"ר מספינקא עירמוינט וואס איז אגב זיין קאזין, אין הרב טווערסקי וואס איז א פראמענירטע רב אין וועסלי/פארשעי געגענט, כדי צו אריבערברענגן זייער ציבור, אין גלייכצייטיג זייער געלט, אין ווי אויך זייער מיטארבעט וואס ער האט נישט די פולסטע צייט דערפאר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:55 pm
דורך כפרה
איך פיל אז איך מוז דא אריין רעדן, זייענדיג א טאטע פון צוויי קינדער אין דעם מוסד. מיינע קינדער האבן ביז פאריגעס יאר (תשע"ד) געלערנט אין א אנדערע מוסד. איך קען נישט אויפהערן דאנקן דעם אייבערשטען אויף דעם שריט וואס איך האב געטון. עטרת צבי איז א מוסד וואס האט געלונגענע און עקספיעריענס מלמדים, איך קום אריין אין חדר אמאל אינמיטן טאג. די האללס זענען ליידיג, אלע קינדער זיצען אין די קלאסען און לערנען. איך לערן מיט מיין זון שבת, ער קען די גמרא און חומש רש"י א נחת. ער איז צופרידן צו גיין אין חדר, און האט ליב זיין רבי.
דער בנין איז גראדע דעם יאר הערליך איבערגעמאכט געווארן און די עסן איז צוגעשטעלט אויפ'ן העכסטן סטענדערט. דעם יאר האבן זיי אויפגעהערט אן נעמען כל וכל, דארפסט זיך צושטעלן און בעיקר צאלן שכר לימוד ווי ס'דארף צו זיין.
איך וואלט עס רעקאמאנדירט הונדערט פראצענט!

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:58 pm
דורך יישר כח באשעפער
היינט תשע"ט האבן זיי שוין א גוטע נאמען און מאנסי א חדר מיט גאר אסאך מעלות עס שטייט זייער גוט היינט