קמץ אלף – מיין שרייב ווינקל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

קמץ אלף – מיין שרייב ווינקל

שליחה דורך קמץ אלף »

1) שווארץ און ווייס, 2 סארט מצומצמים

דער מענטש וואס אנדערע פארזיגלען אים פאר א "מצומצם", איז דער וואס איז א תמים, א פלאטשיגע גלויביגער, א פארמאכטער וואס ווערט איבערגענומען פון יעדע "וכך הוה" עובדא, נעמט אן ווי א פאקט די תוארים, לשון מושאל'ס פון יעדע "צדיק בא לעיר", "היום תאמצינו", "אזהרה חמורה" און אפילו "לעצטע געלעגנהייט" פאליש צעטלעך. זיין צמצום זעהט זיך אן קלאר און אפען, ער קען נישט טראכטן ארויס פון די צעטל. אזוי שטייט און געדרוקט(!), ס'הענגט אין בית המדרש(!), און אזוי איז.
אבער דער לייקענער און לאכער פון יעדע סארט דבר שבקדושה, יעדע רב, רבי, דומ"ץ, ראש הכולל, ראש הישיבה, נשיא, סגן נשיא, משגיח, מגיד שיעור, מלמד, באס רבי. יעדע מוסד, קהילה, וועד, חבורה, יעדע קול קורא און יעדע מודעה, יעדע גליון און יעדע ספר, יעדע דרשה און יעדע שיעור, אלעס אלעס איז קראפירט פון קאפ ביז פוס, אלעס איז גניבה, פאלטש, גאוה און כבוד, קיינער מיינט נישט די גוטס פון א צווייטען איד וכו'. די סארט מענטשען ווערן נאכגעשריגן צו זיין "אויפגעקלערט" "משכיליש געשטימט", "לינק גענויט", ווען אין אמתן זענען זיי די שפיץ פון מצומצם שבתוך צימצום.

ווען אלעס איז אמת, אדער אלעס איז שקר, קיינער רירט זיך נישט ארויס פון זיין קעסטעל. אזוי איז עס, איך האב שוין מחליט געווען אז די גאנצע וועלט איז ווייס / שווארץ. דאס מיינט "פארמאכטקייט".

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר