בלאט 1 פון 1
דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:51 am
דורך ליפא
א נייע יאר ברענגט אונז א פרישען נייע צייטונג ''דער איד''.
'דער איד' גייט באקומען א גענצליך נייעם אויסשטעל און נאך טוישונגען אין פילע הינזיכטן, אבער דאס שטערקסטער חידוש איז הויפטזעכליך דאס אריבערגיין צו א קלענערע סייז. דער איד האט געטוישט צום זעלבן פרינטען קאמפעני ווי דער המודיע און וועט אנגעהויבן פון די וואך זיין אין אזא סייז, ווי אויך וועט עס זיין געסטעפלט.
אין די נאכפאלגענדיגע וואכן וועלן פארקומען נאך אסאך פאזיטיווע שינויים אין 'דער איד'.
Re: דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 6:30 am
דורך פליקער
אויב די דראדזש רעפארט וועט אינטערגיין וועל איך ליינען די שיניים לטובה,
Re: דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:23 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:55 pm
דורך Kool man
די איד פלעגט זיין א אומבאארבעטע צייטונג, די לעצטע פאר יאהר האט זיך די איד גענומען אין די הענט אריין, איטליכע סעקשענס, בעסערע שרייבערס, ס'יז דא אסאך מאטריאל צום לייענען, זייט די טוישען לאז איך עס אריין אין שטוהב ווען די בני בית קויפט עס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:56 pm
דורך ישראל קאפקע
פרייז?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
קאפקע, ס'שטייט אויפן צייטונג אז דער פרייז איז דריי דאלער.
דערמאנסט מיר פון א מעשה [נוסח בעלעגלע. וואו איז ער?]:
איינער קומט אריין מיט א צייטונג צום געשעפטסמאן, און פרעגט אים וויפיל דער צייטונג קאסט. זאגט אים דער געשעפטסמאן: קוק אריין אינעם פראנט פעידזש פונעם צייטונג, דארט שטייט דער פרייז. ענטפערט אים דער קונה: וואס? דו גלייבסט אפילו
איין ווארט וואס ס'שטייט אינעם צייטונג?!...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:34 pm
דורך פליקער
א יישר כוח פארן צייגן די שהחינו, איך וויל טאקע נעמען די מי צי דאנקען דעם בורא עולם אז איך האב ב"ה נאך זוכה געוועין צי זעין די נייע איבערגעארבייטע 'דער איד', איך שפיר זיך גליקלעך, איך בין שוין איצט מסופק צי איך וועל נישט אפשר מיזן אויסלאזן די ווערטער תכלה שנה וקללותיה.
אבער ווען איך גיב נאר א בליק זעי איך גארנישט ניי, די זעלבע אלטע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] רעטאריק נאר אביסל קאליר, חסדי השם אהער טויזענט לומדי תורה אהין, די אלע נייעס קען איך אליין שרייבן אויב איינער צאלט מיר,
ניי איבערגעארבייטע 'דער איד' מיינט ביי מיר, אז עס גייט זיין א צייטונג מיט אמת'ע נייעס, לדוגמא,
די קרן שמיטה איז געוועין דאס מאל א דורך פאל, יא מיר זענען טאקע בעסער ווי לעצטע שמיטה, אבער זיך נאך דע אסאך צי לערנען, אזוי גיבט איבער די פארשטייער'ס פונעם קרן,
דעקלעראציע פון התאחדות דרבנן יא דערווייל ווייסט נאך קיינער נישט דעוועיגן, אדער וואס התאחדות דרבנן איז בכלל, מיר האפן צי מאכן עפעס א פאמפע און לאזן די וועלט וויסן וואס זייער דעקלעראציע איז ווען דער עולם וועט עס אנהויבן רעספעקטירן, ווייל עס מאכט דערווייל נישט קיין שום סענט צי מאכן א חוזק פונעם חרדישן אינדענטום,
ביטע היי יאר גיבן דופלט פאר די כולל אינגעלייט וואס גייען נעבעך ענדערש אויס פאר הינגער ווי איידער גיין עפעס ארבייטן, זיי זעיען נישט פארוואס עס איז נישט גיט אזוי, פאר א פיפציגער קענט איר זיין דער וואס שטיפט דעם ראסטיגן וואגן ביז נעקטעס יאר, מיר האבן שוין דערווייל אויסגעפלינדערט אלע שטאטישע פראגראמען וואס דער אינגערמאן האט געהאט רעכט צי ניצן זיך אויסלערנען א פאך, על כן נאך א יאר צוויי וועלן מיר אים סיי ווי ארויס שטיפן כדי צי מאכן פלאץ פאר די פרישע אינגעלייטלעך וואס האט נאך עפעס וואס מען קען פון אים זייגן.
ווען איך זעי דעיס אין דער איד זאג איך צו איך וועל קויפן וועכענטלעך.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:38 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]פליקער[/tag], סטאפ...
ס'נישט שיין צו מאכן אזויפיל לאכן דריי טעג פאר ר"ה...
Re: דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:14 pm
דורך פליקער
שש זארג זיך נישט ביז א וואך איז עס אריבער, מיר וועלן אבער בלייבן מיט א פארמישטע שטן, ער וועט נאך מיינען אז אינטערעט איז א מצוה.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:54 pm
דורך ליפא
די ווארט 'אומאפהענגיק'' פון איד'ס סלאגען וועט מעגליך אראפקומען וויבאלד עס הענגט שוין אויף סטעפלס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:45 pm
דורך אחד העם
פליקער, גלייב מיר, די שטן טרעט נישט צו צי דיר, ער פחדנט אז די וועסט מאכט ס'גענאר פונים.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:42 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:שש זארג זיך נישט ביז א וואך איז עס אריבער, מיר וועלן אבער בלייבן מיט א פארמישטע שטן, ער וועט נאך מיינען אז אינטערעט איז א מצוה.
פליקער: ווען דער איד זאלל כאטש פארמישן דעם שטן וואלט נישט געווען אזוי שלעכט. די פראבלעם איז אבער אז ער ארבעט אויף אונז צו צומישן...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:25 pm
דורך ליפא
דאס איז נישט איינע פון די שינויים...
א טעות האט פאסירט ביים דרוקן דעם איד אינעם נייעם דרוק. דער סוכות ביילאגע דארף מען ליינען פון לינקס אויף רעכטס... אזא טעות האט געקענט פאסירן ווייל דער איד איז דער איינציגסער אידישער צייטונג וואס דרוקט דארט איז עפעס צומישט געווארן די יוצרות.
אפשר וועט עס ברענגן פרישע קונים פון די מאדערענע קרייז וואס גלייכן לינקס אויף רעכטס...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:01 am
דורך ליפא
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:31 am
דורך בעל מדות
גאר נאריש און אומאפטעמיסטיש, עס וועט נישט העלפן בארוהיגן די אומצופרידענע עולם וואס גלייכט "נישט" די טויש, מיטן טרייבן קורני לצנות פון מיאוסע טעותים און מיסאינפארמאציע אינערהאלב די אייגענע ראנגען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:38 am
דורך ליפא
מ'הערט צוריק פונעם עולם עפעס אנדערש אינגאנצן פון וואס דו זאגסט. דער עולם איז גאר שטארק צופרידן פון די נייע סייז, מער קאלירפולע אויסשטעל, און סטעיפעלס. נישט סתם.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:03 am
דורך בעל מדות
ליפא האט געשריבן:מ'הערט צוריק פונעם עולם עפעס אנדערש אינגאנצן פון וואס דו זאגסט. דער עולם איז גאר שטארק צופרידן פון די נייע סייז, מער קאלירפולע אויסשטעל, און סטעיפעלס. נישט סתם.
נאכאמאל, עס זענען דאך דא מענטשן וואס ליינען שוין דעם צייטונג פאר 20/30 יאר און קענען זיך נישט צוגעוויינען צום טויש, אבער נישט דאס איז מיין שפיץ.
איך האב אפגעליינט דעם בריוו וואס די ברענגסט דא, עס קוקט מער אויס ווי דער עקיבא זאל דאס שרייבן אינטערן דראנג פון עמיצער מיט א רעוואלווער וואס סטראשעט אים מיטן ערגסטן אויב שרייבט ער נישט וועגן פארקלענערן די סייז, עס איז עפעס נישט אהער און נישט אהין און נאכאמאל נישט דאס וועט מאכן צופרידן די קליינע קרייז וואס טריצט אויפן טויש.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:37 am
דורך petergrifin
איך האב שוין לאנג נישט געלײנט "דער איד". די װאך האט די גראסערי נישט באקומען דער בלאט האב איך געקויפט דער איד. איך האב הנאה פון דער סײז מיט די סטעיפלס, אבער נאך מער ליב געהאט די ארטיקלען מיט די װעג זײ שרײבן א פשוטע שטיקל נײעס אן פארדרײען פון א פרוי סײענטיסט צו א זכר אדער צולײגן די אײגענע דברי חכמה צו דעם.
און פארשטײט זיך אז "פון דא און דארט" האט זיך טאקע גארנישט געטוישט נאר גײט װײטער אן מיט די אלטע
לאזונגען. איך בין נאר אינטערסירט אין דער בלאט צוליב זײער אוצר סעקשאן, אויסער דעם איז גארנישט כמעט מיר אינטערסאנט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 11:49 am
דורך ליפא
"די צייטונג" גייט נאך אין די פיס טריט פון דער איד אנגעהויבן מארגן.
Re: דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 11:59 am
דורך ירא שמים
אם בארזים נפלה שלהבת … ראובן האט געהאט א ווייטע בליק …
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 12:13 pm
דורך שמעקעדיג
ליפא האט געשריבן:"די צייטונג" גייט נאך אין די פיס טריט פון דער איד אנגעהויבן מארגן.
סיי אין פארקלענערן דעם סייז, און סיי מיטן הייבן דעם פרייז צו 3 דאלער.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:26 pm
דורך [NAMELESS]
באלד וועט דער בלאט אויך אנהויבן אזוי צו דרוקן און זיי וועלען נאך זאגן אז זיי זענען געווען די ערשטע...