איך בין א ניגון
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
איך בין א ניגון
איך בין א ניגון,
פון אויסגעצויגענע טענער.
צופעליגע נאטן,
אן קיין חשבון און סדר.
איך בין א ווינט,
אין חלל אָן אטמאספער.
וויל בלאזן,
אבער נישטא וואס און וועמען.
כ'בין א פלאקער,
אפגעריסן פונעם פייער.
וויל ברענען,
אבער נישטא קיין אחיזה.
איך בין א טרער,
אנטלאפן פונעם אויג.
וויל וויינען,
אבער פארגעסן וויאזוי.
כ'בין א שטויבל,
אויף אן אינזל פון וואסער.
וויל זיצן,
אויף אור-היסטארישע פעלזן.
כ'בין א נשמה,
אין אומבאקוועמען גוף.
וויל אהיים,
אבער רוחניות האלט צוריק.
כ'בין א מענטש,
אויף פרעמדער ערד.
פארליבט אין תנועה,
אבער פארפלאנטערט אין בגדים.
כ'וועל בכל זאת זינגען,
בלאזן און שטורמען,
ברענען ווי גיהנום,
גיסן מבול-טרערן,
קוקן דעם ים אין פנים,
דערפילן ווילדע חידושים,
און פארזעצן דעם גאנג,
ביז אפזאגן וועט דער זאגער –
דאס סאמע לעצטע ווארט.
פון אויסגעצויגענע טענער.
צופעליגע נאטן,
אן קיין חשבון און סדר.
איך בין א ווינט,
אין חלל אָן אטמאספער.
וויל בלאזן,
אבער נישטא וואס און וועמען.
כ'בין א פלאקער,
אפגעריסן פונעם פייער.
וויל ברענען,
אבער נישטא קיין אחיזה.
איך בין א טרער,
אנטלאפן פונעם אויג.
וויל וויינען,
אבער פארגעסן וויאזוי.
כ'בין א שטויבל,
אויף אן אינזל פון וואסער.
וויל זיצן,
אויף אור-היסטארישע פעלזן.
כ'בין א נשמה,
אין אומבאקוועמען גוף.
וויל אהיים,
אבער רוחניות האלט צוריק.
כ'בין א מענטש,
אויף פרעמדער ערד.
פארליבט אין תנועה,
אבער פארפלאנטערט אין בגדים.
כ'וועל בכל זאת זינגען,
בלאזן און שטורמען,
ברענען ווי גיהנום,
גיסן מבול-טרערן,
קוקן דעם ים אין פנים,
דערפילן ווילדע חידושים,
און פארזעצן דעם גאנג,
ביז אפזאגן וועט דער זאגער –
דאס סאמע לעצטע ווארט.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
אומגלויבליך.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
בר-כוכבא האט געשריבן:ביז אפזאגן וועט דער זאגער –
דאס סאמע לעצטע ווארט.
ביז אפזאגן וועט דער זאגער -
דאס סאמע לעצטע ווארט...
וועט דאן דער ניגון מער נישט קלינגען
און דער ווינט שוין נישט בלאזן
דאס פייער פארלאשן
און די טרער פארטרוקענט
דאס שטויבל פארלוירן
די נשמה פאר'גוף'ט
דער מענטש צוריק צו ערד
די בגדים הערשן איבער אלעם
מיט א פעסטע האנט
און אן אויסגעשטרעקטן ארעם
~ענדע~
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: איך בין א ניגון
יישר כוח, חברה 

"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב