בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:57 pm
דורך קאווע טרינקער
ווייניגער איד, רח"ל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב מיר איינגעהאלטן ביז היינט, אבער אז די מהרסים זענען מהרס קען מען זיך נישט איינהאלטן. מיין טענה איז אז די רבי האט בשעתו אוועקגעשטעלט דעם פרייז פאר'ן צייטונג און היינט האלט עס שוין ביי דריי דאלאר. ווי שעמן זיי זיך נישט צו בעטן מער ווי די רבי האט קובע געווען?! סארא חרפה!

Re: קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
און בכלל די זאך פון צושטעלן א ספעציעלע אויסגאבע פאר פרויען האט שוין געברענגט אסאך מכשולת ה''י,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:26 pm
דורך שמעקעדיג
אל תירא, אבטולמוס. עס איז נישט די היינטיגע וועלט ח"ו וואס מען פרובירט נאכצומאכן, און אודאי נישט די המודיע וועלכע איז 100 מאל ארגער ווי די גוי'אישע וועלט. עס איז "נאר" די בלאט, וועלכע האט שוין געבראכן די מסורה און געמאכט א קלענערן געסטעיפלטן סאטמארע צייטונג, יא, דער געלער שונד בלאט - וואס איז דער 'ריכטיגער' סאטמארער שופר פון יהדות החרדית, און טראגט אפילו אויף זיך דעם הארבן איסור פונעם ברך משה זצ"ל בכתי"ק - האט שוין אויסגעקילט דעם אמבטיא רותחת פון א קלענערן צייטונג, ווי אויך די ערשטע געהעכערט די פרייזן ביז 3 דאלער, טא כיון דאידחי אידחי, ס'איז מער נישט אזוי געפערליך, און דו דארפסט זיך נישט אזוי ערגערן.

כ'האף כ'האב דיר מנחם געווען לכה"פ מיט א נחמה פורתא און וועסט קענען צוגיין רואיג צום הייליגן יו"ט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:47 pm
דורך יואליש
ס'איז בכלל נישט איבערגעטריבן צו זאגן אז קורצע צייטונגן איז פיל ארגער פון קורצע קליידער. מיט קורצע קליידער ווייסט יעדער אז דאז איז א בגד פריצות פון פאריז אבער מיט קורצע צייטונגן איז נישט קלאר פארן המון עם אז דאס קומט פון די נידריגסטע מקומות הזוהמה אין סיליקאן וואלי און א דירעקטע תוצאה פון זייער השתענות העיתים וואס די טאבלעטן האבן איינגעריסן.

ענדערש צו קויפן הונדערט קורצע קליידער ווי איידער איין קורצע צייטונג!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:54 pm
דורך יואליש
אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער איד איז געשרינקן פון איר אריגינעלע ניו יארק טיימס-סייז פארמאט צו די ניו יארק פאוסט-סייז פארמאט. כשהן יורדין! ס'איז מצטמק ורע לו! ווי דער רבי האט געזאגט, מ'זעצט זיך ארויף אויפן עסקעלעטאר און מ'האט א ירידה ביזן שאול תחתית.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:ענדערש צו קויפן הונדערט קורצע קליידער ווי איידער איין קורצע צייטונג!

און כל שכן דא ווען מ'וויל רח"ל נאכמאכן דעם טריפה'נעם ציוני'סטישן המודיע, וואס אויף דעם גילט שוין דער אלטער כלל פון רבי [tag]יואליש[/tag] הקדמון, אז ס'איז בעסער זיך צו ביקן צום צלם זיבעציג מאל ווי זיך צו לערנען איין ווארט העברעאיש.
און דא איז מען זיך מטמא בכפליים, היל"ת.


כלל ישראל שטייט אונטער א פאראייניגטן מערכה, נישט צו ביילאזן דעם געפערליכן פירצה בחומת הדת לחבל בכרם ישראל, מיר האבן אלע דערהערט רבינו [tag]אבטולמוס[/tag]'ס געשריי 'מי לה' אלי'! כולנו למערכה! זאגטס מיר נאר, וואו איז דער איד'ס קאנסולאט?...

Re: קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:59 pm
דורך פליקער
ווען איז ערווארטעט צי הערן די געוואלדיגע אפקלאנג, מסתם שוין די ערשטע וואך, וואס איז עס אנדערש ווי די געלאנגענע כ"א כיסלך וואס געלאנגט יעדע יאר פאר די צייט, ווי די פרויען וואס שורוימען צי די פארטי'ס, .

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:25 pm
דורך שמעקעדיג
גראדע ביי טעלעפאנען איז לעצטנס די מאדע צו ווערן גרעסער. אגב חורפא לא דק.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן: דאס א הכרח צו ראטעווען כלל ישראל פון מינות וכפירה ר"ל.

די רעדאקציע פון "דער איד" שרייבט דאס גאנץ אפן: "ס'איז היינט א וועלט וואו אלעס ווערט צוזאמענגעצויגן צו וואס קלענערע מאסן: אנגעהויבן ביי עלעקטראניקס, קארס, פלי-געצייג, ביכער, טעלעפאנען און אזוי ווייטער"!

קאמענטארן זענען גענצליך איבריג. ה"י.

נו, אויב זיי האבן גענוצט דעם שוידערליכן ווארט [כ'וויל עס נישט ארויסברענגען אויף מיינע ווירטואלע ליפן] טעלעפא..... דאן קענען מיר שוין איינשפאנען ראבינאוויטש'ן אין דעם הייליגן מערכה, און דעמאלס זענען מיר שוין פארזיכערט מיט א גענצליכע ישועה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:38 pm
דורך שמעון וואלף
ראבינאוויטש גיט הונדרעט טויזענט דאללער ווער עס קען ווייזן א היתר צו פארקלענערן א צייטונג

Re: קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:50 pm
דורך נולד מאוחר
כ'האב געהערט פון אן עלטערע איד אז דו רבי זל האט זוך אמאל ציפייערט "סייז מעטערס"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:07 pm
דורך [NAMELESS]
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב געהערט פון אן עלטערע איד אז דו רבי זל האט זוך אמאל ציפייערט "סייז מעטערס"

וגעו כל העם בבכיה...



ומי יעמוד בסוד קדושים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:33 am
דורך [NAMELESS]
ברוך השם ס׳איז נאך דא א א קליינער הייפעלע אידן וואס קלאמערן זיך נאכן רבינ׳ס דרך, אפילו דער גאנצער וועלט און ווער רעדט נאך אז דער צייטונג פון רבין אליין וואס דערין שרייבט דער נועם המידות נוח לבריות הרב ב׳ טויב זיינע פלאם פייערדיגע דיבורים זענען שוין פארקראכן זיכן מיר נאך נאכצוגיין נאך וואס רבינו הקוה״ט האט אונז געלערנט.

ס׳זינגט זיך יעצט ביי מיר: די רבי אליין וועט בלייבן שטיין... וועט ווייזן מיט די פינגער אז נאר אבטולמוס האט געקענט מציל זיין די אלע ליינער פון די סייז מעטערס קליפה.

Re: קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:22 am
דורך [NAMELESS]
עפפעל האט היינט ארויסגעגעבן די אייפעד פראו א גרעסערע סייז אייפעד, זעהט מען בחוש אז ס'איז זה לאומת זה צו קענען האבן א גרעסערע כלי

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:26 am
דורך [NAMELESS]
נו, ב"ה מ'זעט בחוש אז עפל האט זיך פארלייגט קעגן די כוחות הטומאה פון 'דער איד', על כן בואו ונחזיק טובה פאר די איינציגסטע וואס גייען אן מיטן רבי'נס מסורה פון נישט קלענער מאכן ח"ו, און לאמיר קויפן דעם נייעם עפפעל כלי לחזק ברכים כושלות.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:08 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב געהערט פון אן עלטערע איד אז דו רבי זל האט זוך אמאל ציפייערט "סייז מעטערס"

וגעו כל העם בבכיה...



ומי יעמוד בסוד קדושים.

הוי. מי יגלה עפר מעיניך ר' סענדער דער דייטש. די זעלבע עפר וואס דו האסט אזוי ברייטהארציג געגאסן אין א יעדנ'ס מויל אריין. (פון די עפרא לפומיה סארט) . ווייל די היינטיגע קענען שוין נישט און האבן קיינמאל נישט געהערט די רייכע לשונות און אינהאלטסרייכע שפראך וואס דו האסט ברוב קדושתך אייביג גענוצט ווי למשל, ..."ווילקירליכע שענדונגען" אדער דיין נוסח פון שפעטן פון אלע גדולי ישראל און מאכן זיי ככל הגוים. אונטער'ן ..."פסעוודאנים": פון אליעזר עפשטיין. נישט פאר גארנישט ביסטו געווען באוואוסט איבער די גאנצע לענג און ברייט פון וויליאמסבורג אלס דער ..."חכימא דיהודאי"...
איין קליינע טרייסט האבן מיר. אז דו האסט איבערגעלאזט תלמידים הגונים כמותך. ווי ,,,"הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פליפ-פלאפ. וועלכע זענען מהפך את הקערה על פיה און רופן אן א יעדן ערליכן איד א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה און א מטהר את השרץ בק"ן טעמים... :roll:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 7:36 am
דורך שמעון וואלף
אוי וויי, ר' בערעלע. אינמיטן די נאכט האסטי געדארפט נעבך אויסגעבן דיין ווייטאג. איך זאג דיר די אמת, ווי נאר כ'האב געזעהן די אשכול האב איך ארויסגעקוקט פאר א תגובה פון אונזער בעל עגלה צו הערן זיין דעת תורא איבער ענינים העומדים על הפרק.