בלאט 1 פון 1

אפטמאל שפיר איך צופרידן און וועלקאם און אפטמאל...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:17 pm
דורך בעל מדות
 
ווי די קערל פונעם מאראנץ
ווי דער עק פונעם שוואנץ


ווי די פינעפטע ראד צום וואגן
ווי איינער וואס גארנישט טוט זאגן


ווי די טישו אויפן שיך
ווי א אפגעפליקט רוח


ווי די שטויב אין שאפע
ווי די האלדז פון א דזשיראפע


ווי די שפינען אין קאנטרי
ווי די שיין פון לבנה צופרי


ווי א פארברענטע ברויטל
ווי א פארלאשן קנויטל


ווי עקספייערד טיילענאול
ווי אן אינטערנעט טרויל


ווי אן אויעררינגל פאר א מאן
ווי א שוין אפגעפארענע באן


ווי א הערה וואס קימט נישט אריין
ווי א גלעזל אן וויין


ווי א אומגעבעטענע טובה
ווי א זיבעטע קרובה


ווי א סידי מיט קריצן
ווי א מאנטל אין די היצן


ווי א לאך אין די זאקן
ווי אחרון של פסח אן בראקן


ווי בשמים אן א שמעק
ווי טרעפיק אן א עק


ווי א מקוה אן זייף
ווי נארישע מיינונג געהאלטן שטייף


ווי די משמש אהן א קעמל
ווי די רעגן אן דערנאך א שוועמל


ווי רעגן חול המועד צופרו
ווי א נומער 50% אויפן דעגרי


ווי די סובסיטוט אן א שטעקן
ווי אייוועלט אן קענען מעקן


ווי א נסיעה אהן טונא
ווי ברסלב אן ראש השנה


ווי נטורי קרתא אן מחאות
ווי א רב אן קענען נסחאות


ווי א חתונה מיט תקנות
ווי א ווייב מיט עקשנות


ווי א גרעבץ אינמיטן די סטעיק
ווי די בעל דרשן אן געבן א ברעיק


ווי קענדי קראש אן לייוו'ס
ווי די לייווגארד וואס לאזט נישט דייוו'ס


ווי רוסלאנד אן פוטין
ווי קוקי'ס אן גלוטן


ווי א פסיכיאטער אן קרענק
ווי סאבא'ס, אן געלט בענק


ווי קאווע שטיבל אן [tag]כוכב[/tag]
מיט זיינע הערליכע שטאף
אז ער קימט צוריק אוי איך האף

אופפסס!...פארפארן, ניין איך לאז עס.