מיין רייזע קיין אומאן
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
מיין רייזע קיין אומאן
פארנדיג פאריאר צום ערשטן מאל קיין אומאן בין איך אזוי נתפעל געווארן פונעם גאנצן פראכט און געשעעניש אפשרייבנדיג א קליינע שילדערונג איבער וואס מיינע אויגן האבן געזען באשליסנדיג אז דאס איז עפעס וואס איך מוז זען נאכאמאל.
איך האב גארנישט מיט ברסלב און זילטש מיט די גאנצע חסידות (סארי [tag]ברסלבער[/tag]) און איך שרייב אלעס אהן קיין שום נגיעה צו מאכן גרויס אדער קליין די שיטה אדער חסידות, פארוואס איך שרייב יא איז צו ברענגען הנאה צו די אידן אויף קאווע שטיבל וועלכע ארבעטן שווער א גאנצע וואך און עס קימט זיך זיי א שטיקל דערפרישונג דא און דארט.
די סיבה פארוואס מענטשן פארן און לאזן זיך אזויפיל קאסטן איז מחמת כמה סיבות טייל ווייל זיי זענען באמת אדוק ומקושר צום צדיק, (און בדרך אגב זיי זענען באמת וואס מאכן די פלאץ זאל האבן די "חן" וואס זי האט,) און דאס איז די סיבה פארוואס א אנדערע טייל מענטשן קומען, נעמליך די הוהא, פא"ן, טשיל, אדער עקספיריענס ווענדט זיך די יארגאנג פונעם פארער.
אויך איז דא א צוזאג פון ר' נחמן אז ווער עס קימט צו זיין קבר (משך פון דעם גאנץ יאר נישט נאר ראש השנה) און זאגט תיקון הכללי וכדו' וועט ער זען ארויסצושלעפן פון גיהנם, און דאס שלעפט קיין אומאן פולע געשטאלטן און שיכטן, בעלי תשובות און טונקל הויטיגע, שבטים און חסידים, בעלי עבירות און אשכנזים, וועמען מען וויל טרעפן דארט קען מען טרעפן, עס קומען אהן מענטשן מיט טאטוען און אהן קאפלעך, מיט א תמימות צו ר' נחמן, די כח וואס די פלאץ האט איז זייער שטארק און ווי פארשטענדליך ווערן זייער אסאך אזאנע פערזאנען צוגעבינדן צום צדיק און ווערן עווענטועל בעלי תשובה.
עס איז זייער שווער צו מסביר זיין פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען וואס דאס איז, עס איז א מאכטפולע מאגנעט, א העכערע כח פון אהן א מאס אהבה, יעדער שפורט וועלקאם און פלאצירט, מען קען שפאצירן מיט א הונט און א נאזבאנד אהן וואס צופיל מענטשן זאלן דיר שענקען א בליק, עס איז א פרייע ארט פול מיט העכערקייט וואס שרייט פון יעדן פלאץ ווען יעדער איז פארזאמלט פאר איין סיבה פון "זיין ראש השנה ביים צדיק", ווען מען איז אין אומאן זעט מען א קאלירפולע קרייז פון משוגעים, נ-נח'ס, דער מיטן קייטל און דער מיטן גיטאר, דער שרייט און דער וויינט, דאקעגן א ריזן צאל ערנסטע מענטשן וואס זיצן און לערנען, זאגן תהלים און נוצן אויס די צייט כולו רוחניות אזש די גאנצע פלאץ איז העשטעג מויראדיג.
איז ווי געשריבן האב איך נאכאמאל גענומען די אויסוואל פון פארן דעם יאר איך האב זיך דערמאנט שפעט און געדארפט צאלן איבער אכצן הינדערט דאלער פאר מיין טיקעט, מיין פליגער פון KLM איז ארויסגעפארן -מאכנדיג מיין וועג צו אומאן- אום זיבן אזייגער דינסטאג פאר ראש השנה מיט א סטאפ אין אמסטערדאם, איך האב געהאט א פארהאלטנימעסיג גוטע רייזע מיט גרויליגע עסן פעכך ווען איך דערמאן זיך צוריק.
איך בין דערנאך געפארן מיט יוקרעין עירליין צום לופטפעלד אין קיעוו, איך האב געהאט א פרעכטיגע ארויסקוק ביים פענסטער און גענימען שיינע בילדער פון אמסטערדאם, די עירפארט אין קיעוו איז גאנץ שיין בנוסח פון א דריטע וועלט לאנד און איז געווען זייער ליידיג, קוים וואס מען האט געזען א מענטש.
מען האט געמאכט דעם דריי שעה'דיגן וועג קיין אומאן מיט א אלטע אוקראינער גולם, קיין איין ענגלישע ווארט האט ער נישט געקענט, און עס איז געווען הויעך יום טוב ווי אלעמאל מיט דעי געלט גייצעריגע נערנים.
א קורצע דרימל און צופרוה נאך שחרית האבן מיר געמאכט די וועג צו מעזעביזש וואס איז א אינטערסאנטע און אפמוטשענדע איבערלעבעניש, מיר האבן זיך אפגעשטעלט עטליכע מאל אין געז סטאנציעס, און איך מוז אינטערשטרייכן די מאדנע פאקט אז אין אוקראינע זענען דא געז סטאנציעס וואס זענען ממש פאלאצן! מיר זענען אויסגעגאנגען פון די שיינקייט און דעטאלן וואס זענען סך שענער ווי ביי אינז אין אמעריקא, אין די בית כסא'ס זענען פאראן טעלעוויזיע'ס, און אינדרויסן אין גאס זענען פאראן טישן און בענק צו זיצן אלעס טייער און שפאגל ניי, אויסקוקנדיג ווי דערין ליגט אסאך געלט.
נאך פארן דריי שעה זענען מיר אנגעקימען קיין מעזיבוש צום ציון פון די מייסד דרך החסידות, די בעל שם טוב הקדוש, זי"ע, אינדרויסן ביים ציון האט עמיצער געשפילט אויף א פידל ניגונים מקובל פונעם בעל שם טוב, אינעווייניג אין ציון איז געזעצן א ווארעמקייט, פולע פרענק'ן האבן געוויינט מיט נאסע אויגן, עטליכע זענען געליגן אויסגעשטרעקט אויפן ציון און זיך געשאקלט מיט בכיות, איינער איז געשטאנען מיט זיין סעלפאון עס צולייגנדיג צום ציון אז זיין ווייב זאל קענען רעדן צום בעל שם טוב הקדוש...די ציבור האט געכאפט א מקוה געגעסן עפעס צוגעשטעלט דורך די הכנסת אורחים און געדאוונט תהלים ביים ציון.
פרייטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען צום פלאץ נעבן די ציון ווי מען טאנצט רונדע דעם זייגער, וואס וועט בעצם זיין זייער שווער צו אראפשילדערן, עס איז עפעס גאר אינטערסאנט און ספיריטואל, לעבעדיג און גייסטרייך, די מוזיק באכעט אויפן העכסטן, אלע סארטן אידן שפרונגען פארן רבי'ן, ראבעינו שאג בקול גדול אין שום יאוש בעולם כלל!...עס טאנצט מיט די גאנצע קרייז יעדער שוויצט, מען ווערט אריינגעשלעפט אין די ריקודים דורך א כח וואס ציעט מיט אייזן, עס איז איינס פון די מערסט קאלירפולע מאמענטן, עטליכע קינדער זענען אויף די אקסלען און ווארפן די האנט ארויף און אראפ, די נ-נח'ס מיט די שופרים און קאדאטשקעס, די חסידים מיט די האנט ארויף, קינדער מיט די ירושלימע חן און ווייסע יארמולקעס ווייזן זייערע קונצן, עס איז מלא רגש און ברסלב'יש.
שבת איז ברוך השם געווען זייער דערהויבן, טויזענטער מענטשן אויף איין ארט, דער מאכט א צעקה, דער שרייט טאטע... דער כאפט א ליבליכע האג מיט זיין פריינט וואס ער זעט נישט פון יאר צו יאר, די גאס ווירבלט, מיטן זיך אפשטעלן ביזטו פארזיכערט אז עטליכע מענטשן וועלן זיך אריינקלאפן אין דיר פון גרויס טומל, אהה סליחה עס איז זיס און עקספיריענסד, הינדערטער מנינים ענדיגן דאווענען, אלע סארט נוסחאות, עס שטרעבט א עקסטרעמע פולווער פון אהבת ישראל, יעדער איז אייניג, יעדער איז הייליג, מיט א טאטוע אדער קייטל, בעלי תשובות און גרים, עס שוועבט א פרידן און לויטערקייט, אההה...ראש השנה אין אומאן.
מוצאי איז צווישן די פילצאליגע אויך פארגעקימען א קומזיץ אין די בית המדרש משולם פייש על שמו פון הרה"ק מ'טאהש זצ"ל באקאנט אלץ "שיינער'ס שול" ווי הרב יואל לעבאוויטש און די בארימטע בעל מנגן בערי וועבער האבן געפירט א הערליך אינספירירנדע פראגראם פאר טויזענטער מענטשן די הארץ האט געקענט צוגיין פון מתיקות ווען הרב יואל לעבאוויטש האט גערעדט אין עטליכע שפראכן צו מעורר זיין דעם עולם, ער האט דערציילט א געשיכטע ווי א חתן האט אים אמאל פארבאטן צו אויסגראמען זיין פאטער ביי די חתונה! זיי זענען געווען אנגעווייטאגט איינער אויפן אנדערן רח"ל און ווען ער האט געזאגט אז אויף אזא פארנעם קען ער נישט גראמען, האט די חתן געטוישט מיינונג אבער נאכאלץ געבעטן מען זאל עס מאכן זייער געשיקט און נישט טיטולירן דעם פאטער מיט איבריגע זאכן.
ביים חתונה האט ער אויסגעגראמט, און ביים טאנצן אינאיינעם חתן מיטן פאטער האט געהערשט א קאלטקייט ווען ביידע קוקן נישט איינער אויפן אנדערן, איך האב אנגעהויבן רעדן צום חתן און אויסגעגראמט ווי די זיידע'ס קומען אראפ (ער האט מסביר געווען א געוויסע וועג וויאזוי ער האט געמאכט דעם חתן טוישן מיינונג און זיך איבערבעטן מיטן פאטער און איך האב נישט פינקטלעך פארשטאנען וויאזוי, ער האט גערעדט אין עברית ב.מ.) די חתן האט דאן געבעטן מען זאל געבן די טאטע נאך א מצוה טאנץ.
זיי זענען ארויפגעפאלן איינער אויפן צווייטן און זיך איבערגעבעטן, טאנצנדיג מיט בכיות נוראות.
איך האב באמערקט מענטשן ווישן די טרערן ווען ער האט אראפגעלייגט דעם געשיכטע ער האט אריינגעשלייפט דעם געשיכטע צו ר' נחמן, די עולם האט זיך צוגעהערט אז א פליג האט מען געקענט הערן פליען.
ביים ענדע האט ער אנגעהויבן זינגען דעם לעצטיג אויפגעכאפטן ווייל מיר זענען דיינע קינדער די ביזט אונזער טאטע, די ציבור איז געשפרונגען, מען קען עס נישט מסביר זיין, עס איז געווען זייער שיין.
איך האף צו קענען פאראויסגיין מיט די נאטיצן און באריכטן אדערווייל א גוטע וואך פאר ענק, דא איז שוין באלד פיר אזייגער און די אויגן קלעבן שוין, איך האף די ציבור וועט הנאה האבן, (און לייקן כדי צו ווייזן עפרישיעשן, עס איז נישט גרינג צו זיין פארנימען מיט אפשרייבן אויף דעם פארנעם, כ'ווייס נישט וויזוי אדנירם מאכט עס.)
הצלחה

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
Re: מיין רייזע קיין אומאן
בעל מידות, אזוי שיין פון דיר, מזכה זיין א ציבור מיט געשמאקע סחורה אויף א גאלדענע טאץ, בעט נישט באצאלט, קוים א לייק, אה ביסט א צדיק
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
בעל מדות האט געשריבן:
די סיבה פארוואס מענטשן פארן און לאזן זיך אזויפיל קאסטן איז מחמת כמה סיבות טייל ווייל זיי זענען באמת אדוק ומקושר צום צדיק, (און בדרך אגב זיי זענען באמת וואס מאכן די פלאץ זאל האבן די "חן" וואס זי האט,) און דאס איז די סיבה פארוואס א אנדערע טייל מענטשן קומען, נעמליך די הוהא, פא"ן, טשיל, אדער עקספיריענס ווענדט זיך די יארגאנג פונעם פארער.
אויך איז דא א צוזאג פון ר' נחמן אז ווער עס קימט צו זיין קבר (משך פון דעם גאנץ יאר נישט נאר ראש השנה) און זאגט תיקון הכללי וכדו' וועט ער זען ארויסצושלעפן פון גיהנם, און דאס שלעפט קיין אומאן פולע געשטאלטן און שיכטן, בעלי תשובות און טונקל הויטיגע, שבטים און חסידים, בעלי עבירות און אשכנזים, וועמען מען וויל טרעפן דארט קען מען טרעפן, עס קומען אהן מענטשן מיט טאטוען און אהן קאפלעך, מיט א תמימות צו ר' נחמן, די כח וואס די פלאץ האט איז זייער שטארק און ווי פארשטענדליך ווערן זייער אסאך אזאנע פערזאנען צוגעבינדן צום צדיק און ווערן עווענטועל בעלי תשובה.
והיינו דאמרי אינשא: אומאן איז אזוי ווי Home Depot יעדער וואס פעלט א שרויף איז דארט...

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
מיר פעלט א שרויף און איך בין ליידער נישט דארט.
איך גיי אויס פאר קנאה. יישר כח, בעל מדות, פארן מיטטיילן די איבערלעבעניש. האפנטליך נעקסטע יאר וועלן מיר זוכה זיין דארט צו זיין.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
חלק ב'
א גוטע וואך פון אומאן עיר הקודש.
יהי רצון מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס, און זוכה זיין צום גאולה שלימה בקרוב ממש.
די אפקלאנג וואס די ארטיקל האט געמאכט דא און בעיקר אין אישי האט מיר געשאנקען שטארקע ווילן צו פאראויסגיין מיט די נאטיצן דאסמאל איבער די עצם "ראש השנה אין אומאן".
נעמענדיג דעם פעדער בין איך איבערגעפולט מיט אינספיראציע געפילן, איך בין באמת שיכור פון דערהויבנקייט און איך קען נישט טרעפן ווי צו לאנדן, איך בין עקסטרעם איבערגענימען פון א ה-ע-ר-ל-י-כ-ע יום טוב וואס פארבן און קאלירן וועלן איר נישט קענען ברענגען צום פאפיר, איך בין אזש דערשראקן צו אנהויבן שרייבן, די יוניווערס האט נאכנישט באשאפן די ריכטיגע ווערטער אז מען זאל איר קענען ארויסברענגען אז אנדערע זאלן פארשטיין דאס וואס איך פרוביר אומבאהאלפן צו ארויסברענגען.
רבונו של עולם, הוגה ווי ביזטו געווען? פילצאליגע מאל וואס איך בין געשטאנען פארגאפט און געטראכט יויש, אשאד אז עט'ס זענט נישט מיט מיר, מיט א ערנסטקייט בין איך גרייט צו שווערן אז סיי ווער וואלט ממש געפרוירן געווארן פון התרגשות, מען זעט זאכן וואס צינדט אהן די הארץ מיט ווארעמקייט צום טאטן אין הימל, זיי זענען נישט צו גלייבן, עס איז הימל, ערד, און ראדיקאלע התרגשות וועלכע שניידט מיט ציפעניש צו די הארץ איר אריינשיקנדיג שטראלן און ווילדע שאק"ס וואס וועקן אויף יעדע אבר צו תשובה ותיקון המעשים...
איר קענט מיר אנקוקן ווי א וואנזיניגער וואס זיכט צו ווארפן יעצט לשונות און פראזן וואס האבן נישט קיין האפט אדער דעקונג, עס איז אבער דא איין זאך וויאזוי זיך צו איבערצייגן אז איך ביים פולן דעת און טרייב ניטאמאל איבער נאר איך הייב נישט אהן צו באשרייבן און דאס איז מיט קויפן א טיקעט קיין אומאן דאס קומענדיגן יאר הבעעל"ט.
איך בין שטיין געבליבן ביים קומזיץ מוצאי שבת.
פרייטאג האט זיך צוריק אומאן אנגעצינדן און נאך הינדערטער מענטשן זענען אנגעקימען פון ארץ ישראל און קיעוו, די גאסן האבן געווירבלט ווען מענטשן האנדלען זיך איין צרכי יום טוב.
די זון איז אינטערגעגאנגען העכער אומאן, אריינברענגענדיג דעם ראש השנה אויף וואס אזויפיל מענטשן קוקן ארויס אגאנץ יאר, פון וואס אזויפיל נעמען חיזוק אנציגיין, די גאנצע געגנט האט איינגענימען א שטילקייט.
עס איז כדי אנצימערקן אביסל אינפארמאציע פאר מענטשן וואס זענען נאך קיינמאל דארט געווען, די מח און הויפט שטראז פון אומאן איז א גאס וואס הייסט "פושקנא" זי לויפט פון די ציון און פירט צום קלויז, שיינער'ס שול, די גרויסע הכנסת אורחים לאכילה, און הינדערטער געשעפטן און מארקעט'ס, פון פושקנא ציען זיך ארויס זייער אסאך געסער און ביז א צוואנציג מינוט אוועק פון פושקנא קען מען טרעפן אידן וואס דינגען ארויס הייזער פון די אוקראינער און נעמען איבער זייער האב און גוט'ס פאר געציילטע גריוונעס, פושקנא ווירבלט ווי א בינען שטאק און פון א טאג בעפאר ראש השנה ביז א טאג דערנאך איז נישט דא אזא זאך אז עס זאלן זיך נישט דרייען מענטשן אויפן גאס.
רוב מזרחיסטישע גרופע'ס אדער קלענערע קהלות, משפחות און אזוי ווייטער דאווענען אליין אין זייער בעקיארד מיט די נוסח וואס זיי זענען געוואוינט, און עסן דערנאך די סעודה וואס זיי האבן זיך מיטגעברענגט אדער געקויפט פון די צענטראלע קאך.
איז ווען מען שפאצירט אין די גאסן אנטפלעקט זיך אן ערהאבן בילד, פון אלע זייטן, פון יעדן ווינקל. און שטיבל. הערט מען ארויס געזאנגען און נוסחאות, עס שפורט זיך א דערהויבנקייט, דער האלט ביי מעריב, און דארט ארויף זינגט מען א שנעלע ניגון, פארשידענע אקצענטן און נוסחאות, ניגונים און מנהגים, חוץ מזה זענען פארהאן עטליכע ריזיגע מנינים פארן היימישן ציבור ווי "די קלויז", "שיינער'ס שול", "היכל הקודש", ועוד ועוד ועוד עס איז א בחינה פון קדוש קדוש.
ווען מען ענדיגט דאווענען ווערט לעבעדיג אויפן גאס פאר א האלבע שעה בערך איז די גאס איבערגעפולט מיט מענטש ממש אז מען קען נישט גיין א טריט.
געגעסן האמיר א קרייז מיט מענטשן וואס רוב דערפון זענען דעם ראש השנה געווען דאס ערשטע מאל אין אומאן און זיי האבן נישט אויפגעהערט רעדן ווי זיי וואלטן זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט וואס אומאן מיינט.
נאך די סעודה זענען מיר אריבער צום ציון, דארט איז טאג... אנגעפולט עד אפס מקום מיט מענטשן, איך האב זיך צוגעשטופט צום ציון און געדאווענט א לענגערע צייט, איך האב אויסגעזאגט תיקון הכלל דריי מאל, און דאן גערעדט צו ר' נחמן אין אידיש, צווישן זיי האב איך געבעטן אז די אלע א. ג. זעלבסטדערקלערטע אפיקורסים רח"ל וואס ברענגען אזויפיל צער צום אידישן פאלק און האלטן אפ די גאולה זאלן כאפן א הרהור תשובה און זיך אומקערן צוריק O.T.D (אן די דרך...)
איך האב געשפורט בעסער נאכדעם, און א געפיל אז איך האב אויסגעפויעלט אלעס גוט'ס האט אריינגעדרינגען אין מיין הארץ.
ווי נאר איך האב פארענדיגט דאווענען האב איך א קוש געטון דעם ציון, און זיך געוואנדן צו די פייערליכע טענץ וואס זענען אויסגעבראכן דורך א תמימות'דיגע גרופע פון בני ציון.
אינטערסאנט צוצוזעהן די אינטערסאנטע פענאמענען ביי די הייליגע ציון ווען בשעת טייל וואלגערן זיך ארויף אויפן ציון און פארגיסן בכיות, שפרונגען אנדערע מיט א התלהבות ווי די נאכט זאל זיך נישט ענדיגן.
איך האב אויפגעמערקט ווי מענטשן זיצן אויפן ערד און מיט די האנט אויף די געזיכט וויינט מען זיך אויס ביים ציון פונעם צדיק, עס האט מיר זייער באנימען איך האב ממש נישט געקענט אראפנעמען די אויגן פון דעי אידן, תמימים.
עס איז א זעלטענע מראה אז אזויפיל סארטן, פון אזויפיל מקומות, זענען אלע פארזאמלט איין פלאץ, נעבן מיר זענען געווען מענטשן וואס האבן גערעדט אין פרענטש, ענגליש, עברית און נאך.
עס איז ווינדערלעך די אהבה און פאקט אז יעדער איז אנגענימען, עס זיצן אין אומאן פרייע צה"ל זעלנער וואס טוען אן א קאפל לכבוד די מצב, און עס זענען דא סאטמארע אינגעלייט וואס שטאפן צו די אויער ווען זיי הערן רעדן דרשות אין ענגליש, דער נטורי קרתא וואלט געשוויגן ווען מען זאל זינגען "התקוה" און די חילוני וועט שווייגן ווען נטורי קרתא זאל פארברענען די פאן (אדער אפשר דאס שוין נישט...) עס הערשט א געוויסע סארט גייסט פון אחדות וואס איז טאפעדיג און דיק, להפלא ופלא.
די געטענץ ביים ציון איז אריין איו ערנסטערע פאזעס, איי איי איי איי אומאנאמאן ראשאשאנע אומאן אומאן ראש השנה...עס האט נישט גענימען לאנג ביז ווען איך בין געווען צווישן די גרופע זיך אנכאפנדיג אויפן ארעם פון א שווארצער מיט א ערנסטקייט אבער דאך אינגאנצן העפי... עס איז מיר געווען זייער גייסטרייך דעם טענצל ווען מיין גאנצע גרופע ידידים וואס מיר זענען צוזאמען געפארן, געגעסן, און געשלאפן, האבן געמאכט קאדאטשקעס אין די רינג פון חילונים וואס טאנצן לכבוד דעם צדיק דריי אזייגער ביינאכט.
***
איך שטעל זיך אפ דא, עס איז שוין 4:12 און איך האף ממשיך צו זיין לויט די אינטערעסע פונעם ציבור.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:33 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
חלק ג' מיין רייזע קיין אומאן
המשך פון פריער נאכן טאנצן אין די ציון.
אויסגעמוטשעטערהייט האבן מיר זיך געלייגט שלאפן. אויפשטייענדיג עטליכע שעה שפעטער צום ערשטן תפילה בראש השנה.
אינזער גרופע האט געוואנדן די טריט צום בית המדרש משולם פייש, דאס איז א גרויסע טענט הערליך צוגערישט לכבוד ראש השנה, פילצאליגע שילדן מיט מאמרים פון ר' נחמן הענגען אויף די ווענט.
אין דעם שול פארזאמלען זיך אלע אמעריקאנע באמע'ס, נשמות וואס זיי האלטן שוין נאכן זיכן אנדערע גליקן און זיי נישט טרעפן, נשברי לב, עס הערשט אזא סארט בעל תשובה גייסט, דארט (דער יעניגער וואס האט מיר באוואויגן צו שרייבן א באזינדערע אשכול איז אויך געווען היי יאר זיך שאקלענדיג ווי א לולב)
הרבני הנגיד ר' לואי שיינער הי"ו וואס פירט אן די מעכטיגע אפאראט פון אומאן האט זיך אויפגעבויעט דעם שול און מען זאגט אז נאכאביסל קען ער בויען א בנין אזוי גרויס ווי די קלויז.
גארד'ס שטייען במשך גאנץ יום טוב און געבן אבאכט אויף די זיכערהייט און זויבערקייט אין שול נישט אריינלאזנדיג קיין קאווע וכדו'
בערי וועבער האט חזקה פאר שחרית, ער דאוונט מיט א ווארעמקייט, די קרייז איז א ערנסטע אינטערסאנטע געמיש מכל גוונין ותפוצות, סאטמארע און מאדערנע, ליבאוויטשע און נ-נח-ניקע'ס.
מ'דאוונט, מ'זינגט, מ'וויינט, מ'לאכט, מ'קלאטשט, מ'שרייעט און מ'טאנצט, יעדע לעצטיגע ניגון ווערט אדאפטירט, די עולם קאפערירט און זינגט מיט, עס איז ממש נישט דא קיין פינעף מינוט אן א ניגון, אוויי פתתתתח להעעעעעההעםםם אוי פתח להם נועם ורצון...נועם ורצון... עס דאוונט זיך גאר דערהויבן.
צו תקיעות שופר זענען מיר אריבער צו א קלענערע מנין פון ספרדים מיט קורצע הויזן און קליינע יארמולקעס.
ווי נאר די בעל תוקע מאכט די ברכה פאלן זיי אריין אין א היסטארישע קלעם, ווארעמקייט אדער געגועים, עפעס אלע אויפאמאל מאכן זיי צו די אויגן, איך בין געווארן אינגאנצן עמאציאנאל פון זייער אייגנארטיגקייט, ס'רוב פון זיי שטייט געלעמט, פארמאכטע אויגן, הערן זיך צו צו די תקיעות מיט א ציטער ווי עס שיינט האבן זיי געהערט אסאך דרשות איבער תקיעות שופר, איך האב אנגעהויבן טראכטן האלב צובראכן פארוואס פיל איך נישט דאס וואס זיי שפורן.
באזינדער האב איך געזען צוויי מענטשן אויסגעזען האט עס ווי זיי זענען נאנטע מענטשן, ווי ביים אנהויבן בלאזן שופר האבן זיי זיך צוזאמגעשטעלט איינער מיטן אנדערן ווי די קינד טרעפט זיין טאטע ביים סוף פון די פלעי... זיי האבן אויסגעזען אזוי פארזארגט אז איך האב דאן געטראכט אז ביים שרייבן די נאטיץ וועל איך צולייגן אז עס האט אויסגעזען ווי זיי שטייען ביי א לויה פון א נאנטן.
ווי נאר מען ענדיגט די תקיעות ווערן זיי ספאנטאן אויפגעלייגט און צעווילדעוועט, זיי האבן מיט א מין שמחה אנגעהויבן געבן ברכות איינער פארן אנדערן זיך קישנדיג אין די געזיכטער.
צוריק צו מוסף ביי שיינער ווי הרב יואל לעבאוויטש דאוונט פארן עמוד (ליין אויפן בלעמער) ער טראגט זיין פאטער'ס ווארעמקייט און ווען ער מישט עס צוזאם מיט קארלבאך'ס ניגונים און טענער, אההה דאן איז עס ראש השנה אין אומאן.
ער איז ארימגענימען מיט א גאנצע גרופע בעלי מנגנים וואס זינגען די גאנצע יאר און ווערן באצאלט צו קומען ספעציעל זינגען און רייך מאכן די תפלות, אינאיינעם -מען קען עס נישט אנרופן אינטערטעימענט- אבער איז גאר שיין און דעסקרייבלאז.
די "צעקות" אין אומאן איז עפעס וואס איך האב נאכנישט אויסגעשמועסט, עס איז א נאטירליכע זאך אז ווען עס טוט וויי שרייט מען, אין ברסלב מאכט מען א גאנצע מצוה דערפון, עס הייבט זיך אהן ווען א צובראכן אידל געבט זיך א צושריי פון הארץ און דאס צינדט א פייער וואס קען אנגיין ביז א מינוט און לענגער, די עולם קוויטשעט, שויו גארנישט קיין וויץ, מען קען נישט בלייבן שטיל, עס רייסט די הארץ, מענטשן ווערן הייזעריג נאך ראש השנה, אפטמאל קען עס פאסירן אועפן גאס און עס איז דא די עיקר צייטן ווי ביי תשליך און דאווענען ובפרט ביים ציון, יויש איז דאס ציפעדיג.
דער אפגעשליסענער איזרעילי שרייט אויף ארעמע כאטקע אין א דארף צווישן אראבער און בעט רבי נחמן שלו פאר הצלחה און דער פעשליכער סאטמארער שרייט אויף די טייערע רענט וואס עס קאסט אים אפ, די ספרדישע תלמיד חכם פון פאריז שרייט אויף זיין פעקל און די קליינע קינדערלעך וואס וואקסן אויף אויפן שויס פון אומאן שרייען ווי עס זאל נישט זיין קיין מארגן.
עס שפאלט הימלען איך בין זיכער.
אויך מיט די קלאטשן יש עבודה רבה, עס פאסירט ווען די ציבור הייבט אן, מען קלאטשט אויף א ביעט, עס קלאטשט יעדע פאר הענט אין דעם היכל, ביז ווען די ביעט לויפט ארויס פון קאנטראל און די ציבור פאטשט צום אויבערשטן...
קימסט קיין אומאן? זעסט ווי עמיצער מאכט א יאמערליכע "צעקה" מאך נישט קיין גרימאסן וועלקאם טו די קלאב, האסט עפעס אויף וואס צו קלאגן הייב אן שרייען, מען שרייבט עס אראפ.
נאך דאווענען לאזט זיך די עולם ארויס אין א טאנץ פון אומאן אומאן ראש השנה, די בעל תפילה יואלי איז שוין אין א טענצל מיטן פנים צום עולם, מ'מאכט א צעקה און די ציבור גייט עסן, חג שמח!
די סעודות זענען גרויליג, אופפס ווענדט זיך ווי מען עסט, דא ערגער און דא בעסער, אבער על פי רוב געבט מען איזראעלישע עסן, אפפאל, זיי קאכן מסתם א מיליאן פארציעס.
קיינער זאל נישט מיינען אז מען רעדט דא פון גשמיות, מען סערווירט שטרוי און פיש ביינער.
די אמעריקאנער גרופעס עסן אליין ביי באקאנטע נעמען אין אומאן וואס טוען עס שוין די עטליכע לעצטערע יארן און דארט איז עס ברחמים.
פון די סעודה זעמער געגאנגען צו תשליך, מען רעדט דא פון א זיכערע דרייסיג טויזנט מענטשן וואס גייען אלע צו איין פלאץ, די ראוד'ס ווירבלענדיג און די אלע היטן און שטריימלעך געבן א הערליכע אויסקוק, די וואסער ווערט ארימגענימען מיט מענטשן.
ביי תשליך קען מען זען פארשידענע עטנישע גרופעס און קהלות וואס מען טרעפט נישט גאנץ יום טוב צוליב וואס זיי פראווענען זיך אליין אלעס, ביי תשליך קומען זיי זיך אהן, איך האב באמערקט א גרופע געקליידעט אין ווייס פון הונטן ביז אויבן.
די עולם מורמלט עס גייט א גערודער, יעדע קבוצה וואס פארענדיגט מאכט א צעקה אריינשלעפנדיג די גאנצע עדה אין נאך א ווייגעשריי.
די טעלעוויזיע רוקט זיך אן זיי זענען פארגאפט פון די מענטשן פלייץ, ביים זייט פון וואסער האט א געוויסע מקובל אנגעהויבן טאנצן מיט זיינע מענטשן, ער איז געווען אין די גיסטע און אנגעהויבן שפילן א שפיל, ער מיט א צווייטן האבן געשפילט אראבער שרייענדיג אללא רבי נחמן, ברוח ובדם רבינו נחמן, און נאך עברית'ישע שאלונגען וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין, די עולם האט זיך געוואלגערט פאר געלעכטער, מיטאמאל האט דער אלטער ארויסגעשלעפט א לאנגע שפילצייג ביקס שרייענדיג אללא רבי נחמן, {לכאורה האט ער זיך צוגעגרייט פאר דעם שפיל} נישט געווען קיינער אן טרערן אין די אויגן.
תשליך גייט אן א לאנגע צייט און מענטשן קומען אין די מאסן ביז מנחה.
און דא קימט די שעה וואס איך באצייכן אלץ מיין הויעכפונקט.
איך און מיין גרופע קומען אן נענטער צום ציון און מיר הערן ביטערליך הויעכע צעקות און געזאנגען, מיר האבן אהינשפאצירט און איך האב ממש נישט געקענט גלייבן וואס איך זעה.
די ציון און אלע זייטיגע שטיבלעך זענען אנגעפאקט עד אפס מקום, מען הענגט פון די פענסטער'ס, הויעך אויף די געיט פון די באלעמער שטייען מענטשן וואס ווארפן זיך הענט און פיס אפילו אויבן אויפן דאך ביים סקיילייט האבן מענטשן אריינגעקוקט.
א-ו-ן ד-י עולם ה-א-פ-ק-ע-ט! מען קען נישט הערן די אייגענע קול, מען קען זיך נישט רירן קיין אבר, נאך לאנגע ראנגלענישן האב איך געשאפט א בענקל ווי צו כאפן א בעסערע בליק.
די גאנצע שבט הספרדים איז געווען אין התרגשות, יויש עס ליגט מיר אין די ביינער... עם ישראל, עם ישראל, עם ישראל, חי. עוד אביכם, עוד אביכם, חי די אויפן באלעמער האבן כסדר געוויזן מיט די הענט צום ציבור טאנץ טאנץ! איך הער נישט!...
דאן א אפשטעל אינמיטן די ניגון עס קימט א צעקה, וואף די עולם שטאפט צו די אויער אבאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא! אבאאאאאאא!
דאן נאכאמאל מיט א פרישקייט דעם אלטן ראבעיני שאג בקול גאדויל... די עולם איז געשפרונגען, מיר האבן זיך נישט געקענט ארויסשארן פון דארט.
פאר א לאנגע וויילע גייט עס אזוי אן, ווען נאר הארט ביים ציון זאגן מענטשן תהלים.
איך האב שוין דארט געדאוונט מנחה מעריב, מען דאוונט צוזאמען און ביי פולע מאל ווי "אלע" פון זיי האבן מיטגעזינגען ווי למשל ביי אהבת עולם אויסקוקנדיג ווי א אינטערנאציאנאלע נוסח בין איך געשטאנען פארשעמט און מיך מחזק געווען אז איך קען כאטש די זעקסטע הקפה ניגון.
זייער שיין געווען, הערליך.
צופרו דעם צווייטן האבן מיר אויך געדאוונט ביי שיינער.
שוין אזוי פרי ווי דעם ערשטן נאכמיטאג הייבן אן אנקימען מאסן קאר סערוויסעס, וועלכע האפן צו כאפן א גוטן פלאץ, ביים ביזן זמן איז שוין פארזאמלט עטליכע טויזנט אויטא'ס
מוצאי יום טוב געבט א פאל אראפ אין אומאן א ים פון שמחה, די טויזענטער מענטשן זענען צופרידן און האפן אז מען האט אויסגעפויעלט אלעס גוטס.
איבעראל גרייטן זיך אן די כלי זמר און דערוילעם הייבט אן קאדאטשקא'נען און שפרונגען, אנדערע הינדערטער הייבן אן לויפן כאפן א "מונית" און פארן צום עירפארט.
ביי שיינער האט געזינגען בערי וועבער, ביים קלויז האט געזינגען א גרויסע בענד פון ארץ ישראל, אויפן גאס קומען זיך צוזאם אלע היפי'ס און קאלירן און הייבן אן טאנצן פאר שעות לאנג.
א אויטא וואס האט געמיזט אריבערפארן די פלאץ ווי מען טאנצט האט כמעט געדעמעדזשט זיין קאר ווען צענדליגע זענען ארויפגעטאנצן אויף זיין דאך... בכחו של רבי נחמן האט ער עס דורכגעמאכט לעבעדיג, איך האב א קליפ דערפון (איך האב איבער 500 בילדער און ווידעא'ס וואס איך האף נאך אסאך פון זיי ארויפצושטעלן דא עקסקלוסיוו, עמיצער דארף מיר אויסלערנען וויזוי מען טוט דאס).
מוצאי איז אנגעקימען א נישט אידישע בענד פון קיעוו, ארום צען מענטשן מיט אלע סארט מוזיק אינסטרומענטן, אנטיילנעמענדיג אין די גאסן צערעמאניע'ס וועלכע זענען ערנסטע פאראדע'ס און פייערונגען, מען שיסט פייערווארק'ס און די עולם איז בשמחה.
שוין איך דארף אריינטשעקן די רענצלעך.

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שלום עליכם פאר דיר און פאר מיר און פאר אלע אידישע קינדער וואס קערן זיך צוריק פונעם געהויבענעם יום טוב אין אומאן.
הערליך שיין! זייער גוט אראפגעשריבן. ווען איך ווייס ווען דו ביזט דארט וואלט איך אריבער געקומען דיר וואונטשן א חג שמח און א שנה טובה ומתוקה (ווער ווייסט, אפשר האב איך דיר יא געטראפן?...)
בכל אופן, מאכסטו מיר אפעטיט אפצושרייבן מיין נסיעה. נאכ'ן פארן אזויפיל יארן בין איך שוין אביסל אויסגעוואקסן דאס ארומלויפן אין אומאן, איך וועל אי"ה שרייבן מיינע אייגענע געפילן זייענדיג אין אומאן. קיין איין יאר איז נישט גלייך צום צווייטן, יעדעס יאר ראש השנה אין אומאן איז א פרישע איבערלעבעניש פאר זיך.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ברסלבער האט געשריבן:מאכסטו מיר אפעטיט אפצושרייבן מיין נסיעה. נאכ'ן פארן אזויפיל יארן בין איך שוין אביסל אויסגעוואקסן דאס ארומלויפן אין אומאן, איך וועל אי"ה שרייבן מיינע אייגענע געפילן זייענדיג אין אומאן. קיין איין יאר איז נישט גלייך צום צווייטן, יעדעס יאר ראש השנה אין אומאן איז א פרישע איבערלעבעניש פאר זיך.
[tag]ברסלבער[/tag], ביטע שרייב עס וואס פריער, מיר ווארטן מיט שפאנונג!!
(בעיקר וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן וויאזוי עס איז געווען דאס מאל ראש השנה ביי היכל הקודש אן מוהרא״ש זצ״ל)
- סלינקי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 219
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
- האט שוין געלייקט: 912 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל
Re: מיין רייזע קיין אומאן
בעל מדות האט געשריבן:צוריק צו מוסף ביי שיינער ווי הרב יואל לעבאוויטש דאוונט פארן עמוד (ליין אויפן בלעמער) ער טראגט זיין פאטער'ס ווארעמקייט און ווען ער מישט עס צוזאם מיט קארלבאך'ס ניגונים און טענער, אההה דאן איז עס ראש השנה אין אומאן.
ווידיאוי:
https://vimeo.com/139849212
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
סלינקי האט געשריבן:בעל מדות האט געשריבן:צוריק צו מוסף ביי שיינער ווי הרב יואל לעבאוויטש דאוונט פארן עמוד (ליין אויפן בלעמער) ער טראגט זיין פאטער'ס ווארעמקייט און ווען ער מישט עס צוזאם מיט קארלבאך'ס ניגונים און טענער, אההה דאן איז עס ראש השנה אין אומאן.
ווידיאוי:
https://vimeo.com/139849212
אפגעהרגעט שוין געהאט אין פלאן צו פארן קומענדיגס יאר איך זעי שוין די גאנצע זיסקייט פון אומאן ר"ה דא אויפ'ן שטיבל
פריעד באטשי האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:מאכסטו מיר אפעטיט אפצושרייבן מיין נסיעה. נאכ'ן פארן אזויפיל יארן בין איך שוין אביסל אויסגעוואקסן דאס ארומלויפן אין אומאן, איך וועל אי"ה שרייבן מיינע אייגענע געפילן זייענדיג אין אומאן. קיין איין יאר איז נישט גלייך צום צווייטן, יעדעס יאר ראש השנה אין אומאן איז א פרישע איבערלעבעניש פאר זיך.
[tag]ברסלבער[/tag], ביטע שרייב עס וואס פריער, מיר ווארטן מיט שפאנונג!!
(בעיקר וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן וויאזוי עס איז געווען דאס מאל ראש השנה ביי היכל הקודש אן מוהרא״ש זצ״ל)
[tag]ברסלבער[/tag], ווען וועלן אונז זוכה זיין צו דיין באשרייבונג?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: מיין רייזע קיין אומאן
גאנצל האט געשריבן:סלינקי האט געשריבן:בעל מדות האט געשריבן:צוריק צו מוסף ביי שיינער ווי הרב יואל לעבאוויטש דאוונט פארן עמוד (ליין אויפן בלעמער) ער טראגט זיין פאטער'ס ווארעמקייט און ווען ער מישט עס צוזאם מיט קארלבאך'ס ניגונים און טענער, אההה דאן איז עס ראש השנה אין אומאן.
ווידיאוי:
https://vimeo.com/139849212
אפגעהרגעט שוין געהאט אין פלאן צו פארן קומענדיגס יאר איך זעי שוין די גאנצע זיסקייט פון אומאן ר"ה דא אויפ'ן שטיבל
איים סארי @גאנצעל
אבער די קליפ איז נישט אומאן אין אפי א פערסענט פין אומאן דאווענט נישט דארט,
אזוי ווי די וועסט נישט אריינגיין צו ליפא שמעלצער אום ראש השנה דארפסטו נישט אריינגיין דארט.
וועסט דאוונען אינעם קלויז אדער אנדערע ערענסטע פלעצער העסטו זיין וואס אומאן איז.
כזאג אייביג אז פין נערמאלע מענטשען כאפ מען נישט קיין פיקטשערס.
דאס מענטשעלע שפילט........