בלאט 1 פון 1

היימישע פרוי פין ב"פ אין פענטעגאן און NAS

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 3:36 pm
דורך קרעקער
ממוז נישט אפפארען פין יודישע וועג צו ווערען עפעס

חני נויבערגער איז אויפגעוואקסען אין היימישע ב"פ, אין א הויז וואס רעט יודיש, זי האט געדינט אין ווייט הויז, אין פענטעגאן אינטער ראבערט געיטס, היינט איז זי א הויכע פירער אין די NSA
http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 09,00.html
https://www.wnyc.org/radio/#/ondemand/517316

https://www.youtube.com/watch?v=9HcRZqortHo

Re: היימישע פרוי פין ב"פ אין פענטעגאן און NAS

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 3:44 pm
דורך ירא שמים
אויך מיר ארטאדאקס רעדט וועגן שויון זכיות לנשים ר״ל.

Re: היימישע פרוי פין ב"פ אין פענטעגאן און NAS

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
מען דארף אויך נישט זיין אפגעפארן צו האבן א ראלע אין א האליוואד פילם,
http://jewinthecity.com/2015/09/the-6-y ... ylvania-2/
אבער דאס איז זיכער אז מען קען זיך נישט איינשפארן אין וומסב''ג אין uta און סאטמאר כולל און אנקומען דערצו,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 4:11 pm
דורך יואליש
נישט נאר מיז מען נישט אפארען אדער זיין מאדערן צו ארבייטן פאר אן אגענטור מיט אומגעצוימטע צוטריט צו הויפענעס זאמלונגן פון קאמיוניקאציע דאטא פון אומוויסענדע ציווילע בירגער, מ'קען זיין ארכי חרידיש און זאגאר סאטמאר און ארבייטן פאר "משומר" אדער "גדר".

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:18 pm
דורך שצם_חנכל
איך קען אויך עטליכע היימישע אידן איינגעשטעלטע ביי די מאכטפולע modesty commission, אבי מאסטער האקט אין טשייניק

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 9:52 am
דורך קרעקער
איר טאטע איז א סאטמארע יוד
זיי רעדען יודיש אינדעהיים

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:56 pm
דורך יעקב מענטש
קרעקער האט געשריבן:איר טאטע איז א סאטמארע יוד
זיי רעדען יודיש אינדעהיים

האלטסט טאקע איז קוואליפיצירט נאך פאר דעם טיטול "היימיש" ? :shock:

Re: היימישע פרוי פין ב"פ אין פענטעגאן און NAS

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 9:13 pm
דורך דעת תורה
פארוואס נישט? (חוץ די פאקט אז זי קומט פון א סאטמארע שטוב און זי איז געגאנגען צום כותל:-))

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:36 am
דורך ציבעלע-קיגל
ממש א גליק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:38 pm
דורך Kool man
אינטרעסאנט קיינער דערמאנט נישט דא, ס'דא אין ב"פ א היימישע מיטעל יעריגע יוד , בארד און פיאות און שטריימעל, וואס האט אויסגעטראפען און דיזיינט מיסילס און מיסיל דעפענסעס פאר די יו עס ארמיי, ער איז א געניוס.

Re: היימישע פרוי פין ב"פ אין פענטעגאן און NAS

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 9:36 pm
דורך samiam
Kool man האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינער דערמאנט נישט דא, ס'דא אין ב"פ א היימישע מיטעל יעריגע יוד , בארד און פיאות און שטריימעל, וואס האט אויסגעטראפען און דיזיינט מיסילס און מיסיל דעפענסעס פאר די יו עס ארמיי, ער איז א געניוס.

זיי ממשיך

Re: היימישע פרוי פין ב"פ אין פענטעגאן און NAS

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 7:47 am
דורך אני מת לחיות
איר טאטא איז א ביליאנער איך קען איר מאן.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:16 pm
דורך Milk shake
Kool man האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינער דערמאנט נישט דא, ס'דא אין ב"פ א היימישע מיטעל יעריגע יוד , בארד און פיאות און שטריימעל, וואס האט אויסגעטראפען און דיזיינט מיסילס און מיסיל דעפענסעס פאר די יו עס ארמיי, ער איז א געניוס.


האט דאס שייכות מיט "האפטראניקס"?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 2:20 pm
דורך Kool man
Milk shake האט געשריבן:
Kool man האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינער דערמאנט נישט דא, ס'דא אין ב"פ א היימישע מיטעל יעריגע יוד , בארד און פיאות און שטריימעל, וואס האט אויסגעטראפען און דיזיינט מיסילס און מיסיל דעפענסעס פאר די יו עס ארמיי, ער איז א געניוס.


האט דאס שייכות מיט "האפטראניקס"?


יאפס! כ'ווייס נישט אויב מ'מעג רעדען, אולי איז עס קלאסיפיצירטע אינפערמעישען, אר'ז א זעלטענע אויסטרעפער אין סייענטיפישע חכמות, דאווענט אין סאטמער, לעבט פשוט צוריקגעצויגען, און האט שוין אסאך באוויזען פאר די ארמיי און אנדערע הויעכע פענצטער