בלאט 1 פון 2

מזל טוב! 7000 לייקס!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
[center]מזל טוב [tag]קאווע טרינקער[/tag] צו דיין ״7000׳סטע לייק״.[/center]

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
[center]קעניינעהארע! די מספר פון 'זיבן' - העכערס סימבאלן עס טוט

איך קען נאר אויסדריקן א ברעקעלע פון זיינע מעלות ווי א כאר

ווייל מיר האנדלן דא מיט א זאפטיגע שרייבער, טיפע קאפ, און א צונג'ל נאך ווי

וואס באלייכט אונזערע אויגן מיט זיינע קנאקעדיגע אשכולות, אור פניו קרן

עס דערפרייט אונזער הארץ דיינע 7,000 לייקס, און לעצטיגער אומקער


***

מז"ט למורינו ורבינו איש האשכולו"ת, כליל המעלות,
החכם השלם [tag]קאווע טרינקער[/tag] שליט"א,
לרגל הגעתו ל-7,000 לייקס, כן ירבו.
[/center]

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:32 pm
דורך קאווע טרינקער
יאפ. ס'איז מקצת שבחי בפני.

רבותי, הנני העני ממעש...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האלט שוין ביים 7,000'סטע לייק.

כ'האף אז ס'וועט נישט זיין לרגל ה'שביעי' שבת וינפש...

---------
נו, ווער וועט זאגן אביסל דברי כיבושין לרגל המעמד?...

Re: מזל טוב! 7000 לייקס!!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
שש!!! שש!!! שש!!! שש!!! שש!!! שש!!! שש!!!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:50 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:כ'האלט שוין ביים 7,000'סטע לייק.

כ'האף אז ס'וועט נישט זיין לרגל ה'שביעי' שבת וינפש...

אם כן מה נאכל ב'שביעות' ???

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:51 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:כ'האלט שוין ביים 7,000'סטע לייק.

כ'האף אז ס'וועט נישט זיין לרגל ה'שביעי' שבת וינפש...

אם כן מה נאכל ב'שביעות' ???

נו נו, וצויתי את ברכתי... :lol:

-----------
ראשעקאל האט געשריבן:שש!!! שש!!! שש!!! שש!!! שש!!! שש!!! שש!!!

שש מיינט דאך אבער זעקס?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
געדענק, ובחננו נא בזאת!!! :D

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי נעמט מען צייט און טאלאנט אויסצוגראמען די פעטער פון בעיסוואטער הרב שש זזג"ש. לעצטענס איז ער געווארן אדמו"ר דק"ש והגלילות, און פראוועט ווי ר' זיידל קרעטשעניפער. רבינו, יעצט ווען דו דעגרייכסט אינעם אלף השביעי אריין, אינעם יום שכולו טוב, פארגעס נישט פון דיין רויטע נעפיו פון מאנרוי. קום אויף א שבת, זיידל קומט אויך אהער פראווען.

מזל טוב!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:26 pm
דורך moshav zekeinim
מען קען שוין נישט זאגן אז דו רעדסט אין אלף השישי אריין...

אדנירם איז א "חד" במינו, ער איז חזר ו"שנה" און איז מ"שלשל" פון זיינע סחורה נטע "רבעי", "מחומש" שטענדיג מיט פרישקייט כ"שש" לפני קרב, און מיט ארטיקלען וואס איז "משביע" און באלעבן כ"שמן" המור. גיי ווייטער אן ו"תשע" את נשמות השטיבל ב"עושר" מאמרותיך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:27 pm
דורך [NAMELESS]
מושב זקנים, הערליך! :like

Re: מזל טוב! 7000 לייקס!!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:30 pm
דורך רימון
אדנירם האט געשריבן:[center]קעניינעהארע! די מספר פון 'זיבן' - העכערס סימבאלן עס טוט

איך קען נאר אויסדריקן א ברעקעלע פון זיינע מעלות ווי א כאר

ווייל מיר האנדלן דא מיט א זאפטיגע שרייבער, טיפע קאפ, און א צונג'ל נאך ווי

וואס באלייכט אונזערע אויגן מיט זיינע קנאקעדיגע אשכולות, אור פניו קרן

עס דערפרייט אונזער הארץ דיינע 7,000 לייקס, און לעצטיגער אומקער


***

מז"ט למורינו ורבינו איש האשכולו"ת, כליל המעלות,
החכם השלם [tag]אדנירם[/tag] שליט"א,
לרגל הגעתו ל-7,000 לייקס, כן ירבו.
[/center]

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]רימון[/tag], ס'נאר דא איין פראבלעם: די ר"ת וס"ת קומט אויס 'קאווע טרינקער'...
אדרבה, לאמיר זען דו זאלסט מאכן אזא גראם אויף 'אדנירם'...

מ"מ, ייש"כ!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 8:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
היסטאריע געבראכן: שש האט זיך אליינס געלייקט. זעהטס שש, אז מ'וויל שטארק העלפט די באשעפער.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 9:46 pm
דורך אהרן
שיר השירים אויף יעדן טראפ
שזירים שזורות מיט אזא גאלאפ

מזל טוב טוב טוען מיר אויסשרייען
שטופ דיר ארויף צו דע נעקסטע רייע
זאל נישט זיין קיין אז בשביעי נחת
רץ כצבי צום לייק טויזענט דער אכטע

Re: מזל טוב! 7000 לייקס!!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:09 pm
דורך רימון
שוין א קנופ אין די בעקן
שרייבט זיך צום באלעקן

ממש קנישעס דעלישעס א מחי'
שטעלן זיך אלע ווי לעמעלעך אין דער רייע
זינגען און שרייען די גאנצע וועלט וויסן
ר' שש עוד חי, ק''ש האט גוט אריינגעביסן

Re: מזל טוב! 7000 לייקס!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:11 am
דורך [NAMELESS]
סיריעס סטאף נישט קיין ליטל טייקס
שש האט שוין 7000 לייקס
רעקארד אזוי שנעל ארויפגעפלויגן
ווייל אייביג באלייכט ער אונזער אויגן
אלעס וואס ער שרייבט מלא חן
געשריבן קלאר, יעדער קען פארשטיין
אייביג עפעס פריש צו האבן הנאה
און באלייכטן מיט זיין השפעה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:19 am
דורך לית דין בר נש
ראשעקאל האט געשריבן:סיריעס סטאף נישט קיין ליטל טייקס
שש האט שוין 7000 לייקס
רעקארד אזוי שנעל ארויפגעפלויגן
ווייל אייביג באלייכט ער אונזער אויגן
אלעס וואס ער שרייבט מלא חן
געשריבן קלאר, יעדער קען פארשטיין
אייביג עפעס פריש צו האבן הנאה
און באלייכטן מיט זיין השפעה

שלא כסדרן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:06 am
דורך שמעקעדיג
אונזער וואויל-באקאנטער, וועלט-בארימטער שרייבער און פאעטיקער הרב רויטע וואנצעס שליט"א האט נארוואס אריבערגעשפרייזט דעם 7,000 לייקס מארק!

כאטש יעדע לייק פאר זיך איז א ברכה לעצמו, פארט טראגט די לעצטיגע ארץ ישראל'דיגע נסיעה באשרייבונגען א טיילווייזער שולד.
דער וואנצעס איז צומאל שלא מעלמא הדין. האט א כח אריינצופירן דעם ליינער אין א אנדערע וועלט פיזיש און גייסטיש. א מין ווירטואלע היפאנאוסיס.


ווי האט מיר איינע פון די חשוב'ע ניק'ס געזאגט:
"רויטע וואנצעס האט א טאלאנט אלץ צו טרעפן די פאסיגע ווערטער אדער פאעזיע דיר אריינצוטראגן אונטער א געוויסע מצב,
זעלטן וואס א שרייבער האט אזא כח, מיט געציילטע קורצע פאסיגע אויסדרוקן קען ער דיר אריינברענגען אונטערן רושם פון זיינע געפילן"


אלזא וואונטשן מיר א הארציגן "מזל טוב" און א "כה לחי" צו אונזער ידיד נפש וידיד כל בית ישראל,
ומצלאין אנו לחיי מלכא, עוד ינובון בשיבה וכו', ביז די וואנצעס וועלן זיין ציכטיג ווייס זאלן מיר האבן די זכי' נהנה צו זיין מאורו הגנוז.
ואמר כל העם אמן והלל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:19 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג:...נו, מיט'ן וואויל באקאנטן ניגון...ואמר כל העם אמן....@#$%^&*! דעם הייליגן ניגון וואס מ'האט אייביג געזונגען בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל (ר"ל. ציונות)... אין מאנרא עיר הקודש. צוזאמען מיט'ן רעבי'ן שליט"א... ומלכינו בראשינו...!...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
יישר כח ידידי היקר [tag]שמעקעדיג[/tag] פאר די ווארימע ברכות. א דאנק פאר'ן אריינגעבן קריטישע חיזוק אין מיין געזונטע ego.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:24 am
דורך קל וחומר
נעווער טו לעיט...

ש'מחה צהלה ורננה אחזתנו
ש'מועה שמענו ונגיל בחדוה
מ'ורנו ורבינו וחברנו הדגול
ש'ש משזר ניק'רא ושמו תואם לו
ז'כה בשבעת אלפים לייקים המגיעים לו בכפליים
ר'מם מרומם וירומם רמת השטיבל

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 1:57 am
דורך דער דאס
מזל טוב!!

מזל טוב!! מזל טוב!! פון טיפן הארץ וויל איך דא אפגעבן א הערצליכן מזל טוב פאר אונזער אלעמען באליבטער בעל עגלה!! צו די געוואלדיגע שמחה פון דערגרייכן זיבן טויזנט אותות הכרת הטוב!!

א ריזיגע יישר כח פאר אונז אזויפיל מהנה זיין דורכאויס די יארן!! זאל דיך דער אייבערשטער העלפן זאלסטו זיין געזונט און שטארק, און אונז ווייטער קענען מהנה זיין פרייליכערהייט, און זוכה זיין צו פירן יודישע קינדער אין חדר נאך לאנגע געזונטע יארן, וימלא כל משאלות לבך ס'זאל דיך קיינמאל גארנישט פעלן!!