בלאט 1 פון 1

דער לימוד פונעם GPS

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:26 am
דורך הייסע חסיד
דער הייליגער חפץ חיים האט געזאגט אז אלאס קומט אונז צו לערנען א לימוד אין עבודת ה', אפי' די נייע טעכנעלאגיע (וואס האט נאך דעמאלט נישט געהאלטן אזוי ווייט ווי היינט).

וואס קענען מיר לערנען פונעם GPS, אדער waze, google maps,וכדו'?

ווען מפארט ארויס אויפן וועג קוקט מען די ערשטע זאך, וועלעכע וועג ס'איז די שנעלסטע, וואו מ'זאל יא פארן און וואו נישט, וואו ס'איז דא טרעפיק.. וכו', אסאך קען מען אבער זעהן פון למשל ווען עס קומט צו א פרשת דרכים, און די מעפ'ס זאגט אז דא איז דא טרעפיק אין דא נישט, אבער מיט זיינע אויגן זעהט דער מענטש אז פונקט פארקערט דא איז יא דא טרעפיק און דא נישט, אבער וואו נאר ער וועט אריין פארן ווייטער וועט ער זעהן וואסערע חורבן ער האט זיך אליינס אנגעמאכט ווייל דארט איז טאקע געעווען טרעפיק פון אנהייב. אבער נאכדעם האט עס אנגעהויבן צו פארן, און דא ווי ער האט נישט געזען פון אנהייב טרעפיק טרעפט ער זיך פלוצלונג זיצן שוין האלבע שעה אויף איין פלאץ ווייל דער waze האט דעמאלט געמאלדן אז סאיז געשעהן א עקסידענט 2 מייל ארויף, אבער ער האט גאדארפט זיין א אויבער חכם, ווייל מיט זיינע אויגן האט ער עס נישט געזעהן.

לימוד: אסאך טראכט א מענשט, ס'זעהט איהם אויס ווי כאילו צו היטן די תורה איז זייער שווער, ס'איז סאך גרינגער צו מאכן א לעבן, אבער נאך א שטיק צייט הייבט ער אהן צו כאפן, און ס'הייבט איהם טן צו גיין שלעכט, און ער רייסט זיך די האר פון קאפ. משא"כ איינער וואס פירט זיך ערליך, ס'קען זיין פון אנהויב גייט עס שווער אבער נאכדעם ווערט איהם אזוי גוט און זיס.

דער חילוק: מיטן GPS בלייבסטע שטעקן ווי דו ביסט, אבער א איד קען אייביג תשובה טוען!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:39 am
דורך אוהב שלום
הייסע חסיד האט געשריבן:דער הייליגער חפץ חיים האט געזאגט אז אלאס קומט אונז צו לערנען א לימוד אין עבודת ה', אפי' די נייע טעכנעלאגיע (וואס האט נאך דעמאלט נישט געהאלטן אזוי ווייט ווי היינט).


דאכט זיך מיר אז ער האט עס געזאגט לגבי קעמרע ווידעאו וואס איז דעמאלט געווען א נייע זאך, האט ער געזאגט אז מ'קען זיך לערנען פון דעם וואס ס'מיינט עין רואה ואוזן שומעת...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:42 am
דורך הייסע חסיד
נישט אויפ'ן טעיפ רעקארדער?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:43 am
דורך יעקב מענטש
נאך א לימוד,

אז אפי' דו פארשטייסט נישט פארוואס דער מורה דרך האט דיר אהינגעשיקט דארט, זיי נישט קיין אויבער חכם און פאללאו זיינע דירעקשאנס, איי ס'קוקט אויס ווי ער פיהרט דיר און אויף א אומריכטיגע וועג, ? (דא קענט איר אריינלייגן וואס איר ווילט...) נישט געזארגט, וועסט אנקומען צו מצב אין לעבן ווי דו וועסט איינזעהן אז דיין מורה דרך איז געווען גערעכט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:49 am
דורך הייסע חסיד
גראדע האב איך דאס אויך אינזין געהאט צו שרייבן, כ'האב פלעין פארגעסן...

(לאמיר צוריק גיין אין כיתה א')

Re: דער לימוד פונעם GPS

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:00 am
דורך גר ותושב
נאך א לימוד

אז אפילו ביסט פאפארן איז אלס דא א וועיג צירוק אבער אסאך מאל געדארט עס לענגער אנצוקומען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:07 am
דורך ליפא
נאך א לימוד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:41 am
דורך [NAMELESS]
ומכאן תשובה למה שכתב @ יעקב מענטש,

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:48 pm
דורך יעקב מענטש
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ומכאן תשובה למה שכתב @ יעקב מענטש,

נאר מיינס ?

איך מיין אז יעדע לימוד פון א gps ווערט מופרך פון יענע לינק,

אבער אליבא דאמת איז עס נישט קיין פירכא, ווייל מ'דארף קוקן אויף די פראצענט מענטשען וואס האבן יא געפאלגט דעם gps און מיאוס אפגעשניטן, ווערסעס די פראצענט מענטשען וואס האבן נישט געפאלגט און האבן מצליח געווען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 2:17 pm
דורך שלום על ישראל
ליפא האט געשריבן:נאך א לימוד

נו, וואס איז טאקע דער לימוד? אז אפילו ווען מען פאלגט די ריכטיגע חכמים, זאל מען נישט בלינדערהייט נאכטאנצן יעדעס משוגעת. אז דו שפירסט אז ס'גייט נישט גוט זיך דיר א צווייטער חכם אדער ארבעט דיר עס אליינס אויס.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
יעקב מענטש האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ומכאן תשובה למה שכתב @ יעקב מענטש,

נאר מיינס ?

איך מיין אז יעדע לימוד פון א gps ווערט מופרך פון יענע לינק,

אבער אליבא דאמת איז עס נישט קיין פירכא, ווייל מ'דארף קוקן אויף די פראצענט מענטשען וואס האבן יא געפאלגט דעם gps און מיאוס אפגעשניטן, ווערסעס די פראצענט מענטשען וואס האבן נישט געפאלגט און האבן מצליח געווען.

פון דארט זעהט מען אז גארנישט טאר מען נישט פאלגן בלינדערהייט, נישט קיין GPS וואס איז גערעכט 99.9% און נישט קיין רבנים וואס זענען גערעכט ___%,

Re: דער לימוד פונעם GPS

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:16 pm
דורך ירא שמים
איר זענט ביידע גערעכט , מדארף וויסען ווי אהן ווי אויס .

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:31 pm
דורך שבת אחים
א בפירושע ראי׳ אז די דרך התורה איז אמת פון א משל פון waze וואס דארפן מיר מעהר?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
גר ותושב האט געשריבן:נאך א לימוד

אז אפילו ביסט פאפארן איז אלס דא א וועיג צירוק אבער אסאך מאל געדארט עס לענגער אנצוקומען

גר ותושב: א ייש"כ. אן ענליכן לימוד זאגט מען נאך בשם א היינטיגן גדול. אז אפילו מ'פאלגט נישט אויס פונקטליך די אינסטראקשן'ס פונ'ם דזשי.פי.עס. געט ער נישט אויף. נאר ער רעכנט איבער, אן אנדער'ן וועג...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:00 am
דורך הייסע חסיד
שבת אחים האט געשריבן:א בפירושע ראי׳ אז די דרך התורה איז אמת פון א משל פון waze וואס דארפן מיר מעהר?


יא, ווייניג גדולים זאגן משלים לסבר את האוזן?? ;)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:05 am
דורך berlbalaguleh
הייסע חסיד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:א בפירושע ראי׳ אז די דרך התורה איז אמת פון א משל פון waze וואס דארפן מיר מעהר?


יא, ווייניג גדולים זאגן משלים לסבר את האוזן?? ;)

הייסע חסיד: דו קענסט זאגן..."ווייניג היינטיגע גדולים זאגן משלים לסבר את האוזן...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:18 am
דורך מבקר
נאך א לימוד פון waze איז אז אפילו א מורה דרך איז דא פשוט מיטן ציל צו איינקעשן אפאר גרינע גרייצער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:10 pm
דורך אני מת לחיות
נאך א לימוד, מאך זיכער צו נעמען די בעסטע מורה דרך און נישט א סטופיד קאמפעני ווי טאמטם

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:29 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע: גם אני בחלומי. מיך האט שוין דער דזשי.פי.עס. אויכעט פארפיהרט. אין לעיקוואוד, אויף רוט9, אוואו ס'איז געווען א בפירוש'ע, אפיציעלע סיין וואס האט געוויזן וואו מ'דארף זיך דרייען אנצוקומען צו רט. 9 נארטה. (צוריק קיין ניו יארק) האט ער געוויזן אנדערש. פארשטייצעך אז איך האב געפאלגט דעם סיין און נישט דעם דזשי.פי.עס. און שפעטער ווען איך בין געווען אויף רט. 9 נארטה, האט ער מיר געוויזן אז איך פאהר אויף סאוטה. נאר א שטיקל לימוד זכות ואזהרה האב איך אויף איהם. דארט איז אנגעגאנגען א סאך ראוד קאנסטראקשן. און ס'געווען א סאך דיטאורס. און זיי זענען נישט געווען אפ-דעיטעד...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
אני מת לחיות האט געשריבן:נאך א לימוד, מאך זיכער צו נעמען די בעסטע מורה דרך און נישט א סטופיד קאמפעני ווי טאמטם

הנקרא "תם-תם"

Re: דער לימוד פונעם GPS

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:54 pm
דורך אני מת לחיות
טאםטאם מלשון טומטום

Sent from my SM-G900T using Tapatalk