בלאט 1 פון 1
די באגריסונג גוט שבת
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:31 pm
דורך לאשיצער
פארוואס ווינטשט מען גוט שבת גוט יו"ט גוט וואך וכו' בשעת די בעלי דקדוק זאגן אז דאס ווארט 'גוט' פאדערט א סופיקס?
אפטמאל הערט מען א גוטן שבת, א גוטע וואך מיט די געהעריגע סופיקסן, אבער אפילו אן דעם 'א' וואלט מען זיך געריכט אויף א ענדע צום אדיעקטיוו.
האט מיר אלע א גוטן שבת!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 4:14 pm
דורך [NAMELESS]
דרך קצרה קתני, ותו לא מידי.
איבעית אימא, שאני רוב בני ישראל דלאו מדקדקי נינהו בלישנייהו, הדא הוא דאמרינן בבי מדרשי דתלמידי בעש"ט דחסידיא לא עסקי בדקדוקי מילין ח"ו, דהוי ממידי דמסכילין...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:47 pm
דורך קאצקע ציקער
לכבוד די 'ערשטע' שבת פונעם יאר וויל איך ענק ווינטשן א גיטן זיסן געשמאקן שבת!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:55 pm
דורך שבת אחים
גיט שבת! א הערליך פארצייטיש ניגון וואס דער העליגער אמרי חיים זצוק״ל האט קאמפּאָוזד געזינגען דורך לחיים טיש
https://www.youtube.com/watch?v=0PCcxmR0Ess
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:11 pm
דורך לאשיצער
איך האב געמיינט צו פרעגן צי איינער ווייסט פון וואנען די פראזעס קומען אריין אין אידיש ווייל מיר זעען זיי אויס אויסנעמליך. מיין קשיא איז וועגן דער היסטאריע פון דער שפראך
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:לכבוד די 'ערשטע' שבת פונעם יאר וויל איך ענק ווינטשן א גיטן זיסן געשמאקן שבת!
גוט שבת, גוט שבת.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 8:45 pm
דורך רוסישער
דא איז ער מחלק צווישן א 'העלו' און 'גודביי', ומחוורתא כדשני אדנירם
(א) גוט(ע) וואך
Re: די באגריסונג גוט שבת
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 9:05 pm
דורך דעת תורה
וויאזוי האט מען געזאגט אין גאנץ אייראפע ביזן קריג? טרעפט מען עפעס חילוקים צווישן די מקומות?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:דרך קצרה קתני, ותו לא מידי.
איבעית אימא, שאני רוב בני ישראל דלאו מדקדקי נינהו בלישנייהו, הדא הוא דאמרינן בבי מדרשי דתלמידי בעש"ט דחסידיא לא עסקי בדקדוקי מילין ח"ו, דהוי ממידי דמסכילין...
ועוד יש לפרש. כי יוצאי גאליציא, בדרך כלל אין מדקדקים בלשונם ופורסין שלום כלשון בעל המקשה. אבל יוצאי הונגריה אומרים בלשון היותר מדויק, לא במתכוין. כמתעסק בעלמא. ואומרים כהאי לישנא..."א גוטע וואך...א גוטען שאבעס...גוט יאנטעוו...
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:21 am
דורך [NAMELESS]
הייליגער [tag]לאשיצער[/tag] רבי, א גוטע וואך...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:05 pm
דורך לאשיצער
אין די אוניווערסיטעטן לערנט מען אז די אויסדרוקן 'גוט שבת' 'גוט יום טוב' וכו' זאגט מען ביים טרעפן זיך, 'א גוטן שבת' 'א גוטן יום טוב' ביים געזעגענען זיך. כ'בין גארנישט זיכער צי ס'איז טאקע אזוי ביי רוב אידן פון א גאנץ יאר... ליידער בין איך א ביסל אפגעזונדערט פון די אידיש רעדנדע מאסן. אויף ענגליש ווינטשט מען זיך 'גוד שבת' און פערטיג.
נו, זאל בלייבן א סוד פון דער גראמאטיק. בעסער א 'גוט-' אן א סוף איידער א סוף וואס איז נישט גוט!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 27, 2016 5:40 pm
דורך טשוכעפאכע
לאשיצער האט געשריבן:אין די אוניווערסיטעטן לערנט מען אז די אויסדרוקן 'גוט שבת' 'גוט יום טוב' וכו' זאגט מען ביים טרעפן זיך, 'א גוטן שבת' 'א גוטן יום טוב' ביים געזעגענען זיך. כ'בין גארנישט זיכער צי ס'איז טאקע אזוי ביי רוב אידן פון א גאנץ יאר... ליידער בין איך א ביסל אפגעזונדערט פון די אידיש רעדנדע מאסן. אויף ענגליש ווינטשט מען זיך 'גוד שבת' און פערטיג.
נו, זאל בלייבן א סוד פון דער גראמאטיק. בעסער א 'גוט-' אן א סוף איידער א סוף וואס איז נישט גוט!
אויך ביי אונז אין ירושלים זאגט מען 'גוט שבת'; 'גוט יום טוב' ביים טרעפן זיך, און 'א גוטן שבת'; א 'גוטן יום טוב' ביים געזעגענען זיך.
איך ווייס נישט פארוואס מען פירט זיך אזוי, אבער איין זאך קען איך זאגן, אז 'א גוטן שבת'; 'א גוטן יום טוב' מיינט: 'האב א גוטן שבת'; 'האב א גוטן יום טוב'. דעריבער לייגט מען צו א נון צום ווארט 'גוט' ווי עס פאסט ביי דאטיוו.
'גוט וואך' זאגט מען נישט ביי אונז. נאר 'א גוטע וואך' סיי ביים טרעפן און סיי ביים געזעגענען.
די גרויסע קשיא בלייבט אויף 'גוט שבת'; 'גוט יום טוב'. ווייל גוט פאסט נאר ביי נייטראלע ווערטער (נישט זכר און נישט נקבה) ווי למשל 'א גוט יאר', אבער נישט ביי שבת און יום טוב וועלכע ווערן גענוצט אויף אידיש בלשון זכר: שבתים; יום טובים. אזוי אז ס'וואלט געפאסט: 'גוטער שבת'; 'גוטער יום טוב'.
אגב, עס איז אינטערעסאנט אז כאטש שבת איז אויף לשון הקודש, בלשון נקבה - שבת אחת; שבתות רבות - דאך ניצט עס אויף אידיש בלשון זכר: א גרויסער שבת; א שיינער שבת. נישט: א גרויסע שבת, א שיינע שבת.