בלאט 1 פון 2

א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:23 pm
דורך געוואלדיג
אין ליכט פון [tag]עזריאל[/tag]'ס אשכול וועגן פרייליכע סליחות און ונבנתה'ס הנחה וואס מען האט געטוהן יוהכ"פ בזמן שבית המקדש היה קיים, בין איך נתעורר געווארן צו מעורר זיין אונזער קהילה צו זיכער מאכן צו זיין וואס מער פרייליך יום כיפור, וועט איהר דאך אוודאי פרעגן ולשמחה מה זו עושה, פאסטן איז נישט עפעס מסוגל לשמחה אף אתה אמור לו

א''ר שמעון ב''ג לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה''כ: בשלמא יום הכפורים משום דאית ביה סליחה ומחילה


אויף יוהכ"פ האט די גמרא אפילו נישט קיין שאלה פארוואס מען איז פרייליך, עס איז דאך א יום סליחה ומחילה,

נו אויב אזוי ברודערלעך לאמיר געדענקען אז עיצומו של יום מכפר, עס איז א יום סליחה ומחילה און לאמיר פארגיין אין א טענצל,

האטס מיר א פרייליכן יום הכיפורים.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
שיינע, אפילו זיסע, רעיון פאר א דרשה.

אבער על פי פשוטו נראה ביותר צו זאגן, אז דער 'יום טוב' דריקט זיך נישט אויס מיט 'שמחה', נאר 'לא היו ימים טובים לישראל כיום הכיפורים' מיינט, אז ס'איז נישט געווען מער א 'גוטע' טאג ווי דעם טאג אז מ'איז געווארן מכופר. וכפשוטו של לשון יום 'טוב'. אבער פון דא ביז א 'פרייליכע' טאג, איז פאלג מיר א גאנג.

כאטש אזויפיל איז יא באמערקנסווערד, אז דורכדעם וואס מ'פארשטייט אז ס'איז א טאג וואס מ'ווערט אין דעם נמחל אויף די עבירות, קומט מען אויטאמאטיש צו צו אן אינערליכן שמחה.


אבער לאמיר נישט פארפאטשקענען דעם גרויסן שמחה...

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:09 am
דורך ירא שמים
איז דען דא גרעסערע פרייד ווען מזיצט אין ביהמ״ד אויסגעטוען פונעם גאנצען עולם הזה און מזאגט שירות ותשבחות תפלות ותחנונים פארן אייבערשטן , אידן טראכטס אביסל וואס איר זאגט אין די הערליכע פיוטים וועט איר אויסגיין פאר מתיקות.

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:15 am
דורך אהרן
אדנירם האט געשריבן:שיינע, אפילו זיסע, רעיון פאר א דרשה.

אבער על פי פשוטו נראה ביותר צו זאגן, אז דער 'יום טוב' דריקט זיך נישט אויס מיט 'שמחה', נאר 'לא היו ימים טובים לישראל כיום הכיפורים' מיינט, אז ס'איז נישט געווען מער א 'גוטע' טאג ווי דעם טאג אז מ'איז געווארן מכופר. וכפשוטו של לשון יום 'טוב'. אבער פון דא ביז א 'פרייליכע' טאג, איז פאלג מיר א גאנג.

כאטש אזויפיל איז יא באמערקנסווערד, אז דורכדעם וואס מ'פארשטייט אז ס'איז א טאג וואס מ'ווערט אין דעם נמחל אויף די עבירות, קומט מען אויטאמאטיש צו צו אן אינערליכן שמחה.


אבער לאמיר נישט פארפאטשקענען דעם גרויסן שמחה...

די גמרא ברענגט דארט נאך א טעם משום יום שניתנו בו לוחות האחרונות וואס איז לכאורה יא א סיבה אויף שמחה

תענית ל ב
א"ר שמעון ב"ג לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ: בשלמא יום הכפורים משום דאית ביה סליחה ומחילה יום שניתנו בו לוחות האחרונות אלא ט"ו באב מאי היא וכו׳

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:26 am
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:איז דען דא גרעסערע פרייד ווען מזיצט אין ביהמ״ד אויסגעטוען פונעם גאנצען עולם הזה און מזאגט שירות ותשבחות תפלות ותחנונים פארן אייבערשטן , אידן טראכטס אביסל וואס איר זאגט אין די הערליכע פיוטים וועט איר אויסגיין פאר מתיקות.

ווער רעדט נאך ווען מען לערנט מס' יומא פאר יו״כ, און מען האט אינזין די ווערטער פון די עבודה פונעם כהן גדול ביי מוסף, ס'נישט דא קיין גרעסערע מתיקות ווי דעם!
אויף מיין ווארט, פראבירט עס אויס אפילו נאר איינמאל!!

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:33 am
דורך אהרן
פריעד באטשי האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:איז דען דא גרעסערע פרייד ווען מזיצט אין ביהמ״ד אויסגעטוען פונעם גאנצען עולם הזה און מזאגט שירות ותשבחות תפלות ותחנונים פארן אייבערשטן , אידן טראכטס אביסל וואס איר זאגט אין די הערליכע פיוטים וועט איר אויסגיין פאר מתיקות.

ווער רעדט נאך ווען מען לערנט מס' יומא פאר יו״כ, און מען האט אינזין די ווערטער פון די עבודה פונעם כהן גדול ביי מוסף, ס'נישט דא קיין גרעסערע מתיקות ווי דעם!
אויף מיין ווארט, פראבירט עס אויס אפילו נאר איינמאל!!

מען קען צוגיין פאר מתיקות

ותחזינה עינינו במהרה בשובך לציון ברחמים

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:28 am
דורך ירא שמים
און נישט פארגעסן שבהן בנות ישראל יוצאות בכלי לבן כו׳

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:57 am
דורך אהרן
אליהו זוטא פרק ד

ארבעים ימים האחרונים שעלה משה שנייה להר סיני להביא תורה לעמו גזרו ישראל יום צום יום תענית יום האחרון שבכולם שהוא יום ארבעים גזרו תענית ולנו בתעניתם כדי שלא ישלוט בהם יצר הרע ולמחרת השכימו ועלו לפני הר סיני הם בוכים לקראת משה ומשה בוכה לקראתם עד שעלתה אותה בכייה למרום באותה שעה נתגלגלו רחמיו של הקב"ה עליהם ובישרה אותן רוח הקודש בשורות טובות ונחמות ואמר להם בניי נשבע אני בשמי הגדול שלי שתהא לכם בכייה זו לכם בכיית שמחה ויהיה לכם יום זה סליחה וכפרה ומחילה לכם ולבניכם ולבני בניכם עד סוף כל הדורות סליק

געוואלדיג האט געשריבן:האטס מיר א פרייליכן יום הכיפורים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:25 pm
דורך petergrifin
הײב איך אן לײנען די צװײטע בלאט דא און איך מאך ריפרעש און הילד איננו. :evil:
װי איז ער פארשװאונדען געװארן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:32 pm
דורך diff
c/p
אליהו רבה פרשה א
דבר אחר ימים יוצרו ולו אחד, זה יום הכפורים לישראל, שהוא שמחה גדולה לפני מי שאמר והיה העולם, שנתנו באהבה רבה לישראל, משלו משל למה הדבר דומה, למלך בשר ודם שהיו עבדיו ובני ביתו מוציאין את הזבלים ומשליכים אותם כנגד פתח של מלך, וכשהמלך יוצא ורואה הזבלים (היה) [הוא] שמח שמחה גדולה, לכך (נאמר) [נדמה] יום הכיפורים, שנתנו הקב"ה באהבה רבה [ובשמחה], ולא זו בלבד אלא בשעה שהוא מוחל לעונותיהן של ישראל אין מתעצב בלבבו אלא שמח שמחה גדולה, ואומר להם להרים ולגבעות לאפיקים ולגאיות, בואו ושמחו עמי שמחה גדולה, שאני מוחל לעונותיהם של ישראל, לפיכך יהא אדם זוכר מיום שבחר הקב"ה באברהם עד אותה שעה, וכל טובות וצדקות שעשה עם ישראל בכל שעה ושעה, שנאמר זכר אלה יעקב (ישעיה מ"ד כ"א) ואומר מחיתי כעב פשעיך (שם שם /ישעיהו מ"ד/ כ"ב), מה עבים הללו נמחין על ידי הרוח כך עונותיהם של ישראל נמחין בעולם הזה ואין להם תקומה לעולם הבא, שנאמר מחיתי כעב, מה תלמוד לומר כי גאלתיך (שם /ישעיהו מ"ד/), גאלתיך מספר מיתה ונתתיך בספר חיים, לכך נאמר כי גאלתיך, מה ענין שלאחריו רונו שמים (שם /ישעיהו מ"ד/ כ"ג).

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:51 pm
דורך געוואלדיג
ר' שש קוק אריין אין מגילת תענית וועסטו זעהן אז יום טוב מיינט א פרייליכע טאג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:56 pm
דורך געוואלדיג
כפול

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:34 pm
דורך ברסלבער
די סיבה פארוואס מען דארף עסן ערב יו"כ איז זיך צו פרייען אויף דעם גרויסן טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות.
מעולם לא שמעתי אז עס זאל זיין אן ענין צו זיין טרויעריג אום יום כיפור. עס איז א יום טוב ווי אלע ימים טובים, נאר מען דארף פאסטן, אבער וואס עפעס טרויערן? אודאי איז מען פרייליך אז אלע עבירות ווערן נמחל.
איך קום צוריק צו מיין אלטע קשיא, פארוואס ווען עס קומט צו אן עבירה מאכט אזא מצב אז עס איז געפערליך און מען וועט קיינמאל נישט ארויס פון גיהנום, און מען דארף זייער טרויערן דערויף. פארוואס זאל מען נישט געבן דעם געפיל יום כיפור אז דאס איז עס, אלע עבירות ווערן נמחל. צי ס'שמעקט דיר יא אדער נישט, זאגט דער אייבערשטער אליין אז ער איז מוחל פאר אלע אידן אויף אלע זייערע עבירות. יא, כפשוטו.

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:52 pm
דורך דעת תורה
אלעס פיין און וואויל, אבער וואס טוט מען מיטן יום כיפור מכפר 'לשבים'? עס שב'ט זיך נישט אזוי גרינג.

לויט דיר, ווען מען קומט ארויף לאחר מוע"ש איז דער גאנצער דין וחשבון נאר אויף די לעצטע יאר, וואס מען האט געלעבט נאך יו"כ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:26 am
דורך קאצקע ציקער
נו אלא מאי?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:17 am
דורך ברסלבער
דעת תורה האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, אבער וואס טוט מען מיטן יום כיפור מכפר 'לשבים'? עס שב'ט זיך נישט אזוי גרינג.

לויט דיר, ווען מען קומט ארויף לאחר מוע"ש איז דער גאנצער דין וחשבון נאר אויף די לעצטע יאר, וואס מען האט געלעבט נאך יו"כ?


דאס איז דאך מיין קשיא. פארוואס זאגסטו אז טון עבירות איז כפשוטו און טון תשובה איז נישט כפשוטו?
דער זעלבער גאט וואס לאזט נישט טון קיין עבירות, זאגט אויך אז אויב בעט מען איבער איז ער מוחל. ער זאגט אז ווען מען טוט די חמשה עינויים אום יום כיפור און מען זאגט וידוי, איז ער מוחל אויף אלע עבירות. קומט אויס אז יעדער איז וואס פאסט יום כיפור און דאווענט אין מחזור, איז ער א ריכטיגער "שב" וואס ווערט אים נמחל אלע זיינע עבירות.
און וואס שטערט דיר אזוי שטארק אז דער גאנצער דין וחשבון איז נאר פאר די לעצטע יאר? איך וועל דיר זאגן נאך מער, די גאנצע דין וחשבון איז נאר פון די לעצטע סלח לנו וואס מען האט געזאגט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:49 am
דורך ליפא
ווייל טון עבירות האט נישט קיין הלכות, תשובה טון האט יא. ס'דארף זיין חרטה על העבר עד שיעיד וכו.. סתם פאסטן און זאגן פון א מחזור טוט נישט דער טריק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:41 am
דורך געוואלדיג
האבן דאך צדיקים געזאגט (און דאס האט [tag]ברסלבער[/tag] געמיינט) אז אויב איינער זאגט סלח לנו און גלייבט נישט אז השי"ת האט איהם מוחל געווען איז ער אן אפיקורס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:24 pm
דורך ליפא
אז דו גייסט דעם גאנג וואס צדיקים זאגן וואלט איך עבליבן אינדערהיים ר''ה און יו''כ ווי באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט אז דאס גאנצע חודש תשרי איז דאך נאר אן הכנה צום אתה הראיתה פון שמח''ת, און איך בין נישט אזוי מקפיד אויף הכנות. ווער רעדט נאך אז דער עכטער גמר הדין איז דאך זאת חנוכה... און פורים איז גרעסער פון יום כיפור. שוין האסטו א גוטן קוגל און האמיר א זיס יאר.

א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:29 pm
דורך ירא שמים
פארמעקט סזאל נישט זיין א משמעות פון זולזול על דברי הצדיקים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:32 pm
דורך יודישע שרייבער
געוואלדיג האט געשריבן:האבן דאך צדיקים געזאגט (און דאס האט [tag]ברסלבער[/tag] געמיינט) אז אויב איינער זאגט סלח לנו און גלייבט נישט אז השי"ת האט איהם מוחל געווען איז ער אן אפיקורס.

דו מיינסט לכאורה צו זאגן דאס וואס מען קלאפט זיך סלח לנו מוצאי יום כיפור.
ווייל בפשטות איז שווער, וויפיל עבירות האט מען שוין געקענט טון צווישן נעילה און מעריב?
נאר, אויף די ״עבירה״ אז מען גלייבט נישט באמונה שלימה ווען יום כיפור ענדיגט זיך אז דער באשעפער האט אונז מוחל געווען פאר אלע אונזערע עבירות אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און מען פרעגט ביי זיך און הארץ 'האט דער באשעפער מיר טאקע מוחל געווען?', פארדעם אליינס דארף מען שוין גיין און תשובה טון נאכאמאל!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:32 pm
דורך ליפא
איך מאך חלילה נישט אוועק וואס צדיקים האבן געזאגט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:10 pm
דורך מבקר
יודישע שרייבער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:האבן דאך צדיקים געזאגט (און דאס האט [tag]ברסלבער[/tag] געמיינט) אז אויב איינער זאגט סלח לנו און גלייבט נישט אז השי"ת האט איהם מוחל געווען איז ער אן אפיקורס.

דו מיינסט לכאורה צו זאגן דאס וואס מען קלאפט זיך סלח לנו מוצאי יום כיפור.
ווייל בפשטות איז שווער, וויפיל עבירות האט מען שוין געקענט טון צווישן נעילה און מעריב?
נאר, אויף די ״עבירה״ אז מען גלייבט נישט באמונה שלימה ווען יום כיפור ענדיגט זיך אז דער באשעפער האט אונז מוחל געווען פאר אלע אונזערע עבירות אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און מען פרעגט ביי זיך און הארץ 'האט דער באשעפער מיר טאקע מוחל געווען?', פארדעם אליינס דארף מען שוין גיין און תשובה טון נאכאמאל!

אין רמב"ם שטייט אז דאס וואס יום כיפור איז מכפר, פעלט אבער אויס אז דער מענטש זאל באמת גלייבן דערין, אויב אבער א מענטש איז מפקפק דערויף, האט ער טאקע נישט קיין כפרת עוונות ביום הכיפורים.