בלאט 1 פון 4
זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:23 am
דורך וכדומה..
די צוואנציג יאר וואס איך בין אויפגעוואקסען ביי מיינע עלטערן אינדערהיים האב איך קיינמאל נישט געזעהן מיין טאטע דערלאנגען א קיש אדער אפילו א האג פאר מיין מאמע, גראדע געשלאגן האבן זיי זיך אויך נישט אין פארנט פון די קינדער קיינמאל, אזויפיל מענטשליכקייט האבן זיי נאך יא געהאט,
אבער איך פרעג בכלליות אויף אונזער היימישע קולטור, פארוואס זאל א קינד נישט זעהן ווי אזוי זיינע עלטערן ווייזען ארויס ליבשאפט און שעצע איינער פארן אנדערען און געבן זיך א קיש. דאס אז א קיש איז איינע פון די שטערקסטע וועגן ארויסצווייזען אהבה און חיבה דארף איך נישט מחדש זיין, פילע פסוקים אין תנ"ך ווייזען דאס, און יעדע נארמאלע מענטש וואקסט אויף מיט דעם אינסטינקט.
די שטערקסטע געפיל פון סעקיורעטי און רואיגקייט פאר א קינד איז ווען ער זעהט זיינע עלטערען זיך ליב האבן און שעצן איינער דעם אנדערען. דאס איז זייער געזונט פאר קינדער ס'געט זיי קאנפידענס און בכלל לערנט זיי דאס אויס וואס געבן ליבשאפט מיינט, און ווען זיי ווערן עלטער וועלן זיי אטאמאטיש אויך אזוי טוהן און וויסן וויזוי דאס צו טוהן מיט די אייגענע ווייבער/מענער, און סוועט נישט זיין עפעס א ווילד פרעמדע זאך וואס די כלה טיטשער לערנט אויס און מען רילעיט בכלל נישט דערצו.
פארשטייט זיך איך רעד נישט פון קיין אינטימישע פראנצויזישע קישעריי וואס שמעקט שוין יא פון אנדערע זאכן ווי איידער ליבשאפט. אבער סתם א קיש אויפן פנים צו אפילו אויפן מויל אדער א האג פונקט אזוי ווי מגעט פאר די קינדער, פארוואס פאר די ווייב פלוצלינג האט מען מורא דאס צו טוהן??
ביי די גויים, אפילו ביי די גאר פרומע און קאנסערוועטיווע וואו מען היט אז די קינדער זאלן נישט וויסן גארנישט און נישט קריגן קיין שום **** עדשוקעישן איז פארט א קיש פאר די ווייב פארנט פון די קינדער הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, און פארוואס דען נישט? איך זעה נישט קיין שום פראבלעם דערמיט.
בקיצור, אנשטאט סזאל זיין אז ווייזן ליבשאפט און געבן א קיש טוט מען פארנט פון די קינדער, און זיך קריגען קריגט מען זיך נאר ביינאכט אין א פארשפארטע בעדרום, טוה מיר אונז פונקט פארקערט, שלאגען שלאגט מען זיך יא פאר זיי, אבער א קיש? נאאא.. דאס איז נאר ביינאכט אין א פארשפארטע בעדרום.
רבותי, איז צייט צו טוישן און ארומדרייען די טיש די אנדערע זייט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:53 am
דורך ליפא
וכדומה.. האט געשריבן:
ביי די גויים, אפילו ביי די גאר פרומע און קאנסערוועטיווע וואו מען היט אז די קינדער זאלן נישט וויסן גארנישט און נישט קריגן קיין שום **** עדשוקעישן איז פארט א קיש פאר די ווייב פארנט פון די קינדער הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
ביי אידן אויך. נאר זיי וואוינען נישט אין ווילי,בפ.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:54 am
דורך וכדומה..
ראובן, איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט, לאמיר זאגן ס'דא אזא זאך ווי ווייזען ליבשאפט דורך זאגן דברי תורה שבת, איז אבער פארוואס זאלסטו א קיש נישט געבן?
גוי'איש?? דאס איז די פראבלעם וואס איך פרוביר ארויסברענגן פארוואס קוק מיר אונז אן א קוש גוי'איש? און ווי א אומאיידעלע זאך? דאס איז נישט די וועג וויזוי ס'ברויך זיין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
#סארקאסטיש אלערט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:06 pm
דורך קאווע טרינקער
די פרומע וועלן דיר ענטפערען, היות ס'דא געוויסע אומשטענדן וואס א קוש איז פארבאטן, האט מען זיך מונע געווען דערפון לעולם ועד סלה נצח.
אבער דר'אמת איז, דו האסט א טעות אינעם גאנצען מושג פון אהבת אשתו, דר'עיקר איז אז מ'ציעט אויף קינדער וואס זיי וועלן ווייטער אויפציען קינדער, זי איז נאר א כלי המכשיר. דו וואלסט געקושט דיין קאר וואס העלפט דיך אנקומען פון דא ביז דארט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:13 pm
דורך געוואלדיג
עס איז זיכער אז לכה"פ וויפיל קריגעריי די קינדער האלטן מיט, אזוי פיל ליבשאפט דארפן זיי מיטהאלטן, יעצט, ביי מיר טאקע קושט מען נישט בפניהם כדי זיי זאלן נישט קענען רעכענען ווען טאטי מעג אנרירן מאמי און ווען נישט, אבער אונז זאגן בפה מלא איינער פארן צווייטן אז מען האט זיך ליב.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:17 pm
דורך מבקר
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז זיכער אז לכה"פ וויפיל קריגעריי די קינדער האלטן מיט, אזוי פיל ליבשאפט דארפן זיי מיטהאלטן, יעצט, ביי מיר טאקע קושט מען נישט בפניהם כדי זיי זאלן נישט קענען רעכענען ווען טאטי מעג אנרירן מאמי און ווען נישט, אבער אונז זאגן בפה מלא איינער פארן צווייטן אז מען האט זיך ליב.
און דעס איז נישט אסור בימי טהרתה?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:19 pm
דורך געוואלדיג
מיינסט אוודאי בימי טומאתה, אוודאי יא אסור, אבער דאס איז שוין שווערער צו באמערקן,
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:20 pm
דורך קאך_לעפל
כדי צו פארשטיין די סיגיא לעומקה, פאדערט זיך קודם א הקדמה...
וואס איז דער באדייט פון א קוש? וואס האט א קוש צו טאן מיט אהבה? איז דען א קוש דאס איינציגסטע מיטל מיט וואס ארויס ווייזען ליבשאפט?
אין די תורה הק' שטייט עטליכע מאל דאס ענין פון נשיקה.
ווען יעקב איז אריין געקומען נעמען די ברכות פון יצחק, שטייט קלאר אז יעקב האט געקושט זיין אלטען בלינדען טאטען יצחק.
ווען יעקב האט זיך געטראפן מיט רחל אין פעלד צום ערשטען מאל, ביים ברינען אונטער חרן שטייט קלאר אז יעקב האט געקושט רחל מיט הייסע בכיות.
ווען יעקב האט זיך צום ערשט געטראפן מיטן פאפער פעטער לבן שטייט אז זיי האבן זיך צוזאמגעקישט.
ווען דער האריגער באבערדעלטער עשיו האט זיך באגעגענט מיט יעקב שטייט אויך אז זיי האבן זיך צוזאמגעקישט (טאקע מיט פינטליך אויפן וישקיהו).
איז אזוי:
דאס ענין פון קישען האט עטליכע באדייטען, הכנעה, צייכען פון פרידען, פחד, כבוד, און אהבה, אמת טאקע אז אין רוב פעלער באניצט מען זיך מיטן ענין פון נשיקה, ארויסצוווייזען דאס שטורימישע אהבה געפילן וואס ברויזד אין הארצן טיפן.
אבער דער מציאות איז אז עס זענען פארהאן נאך וועגן ארויסצוווייזען אהבה, א שטייגער ווי זיך העלפן אינער דעם צווייטען, און מכבד זיין איינעם דעם צווייטען, און רעספעקטירן איינעם דעם צווייטען.
ווען עס קומט צום ווייב, איז זיכער אז מען דארף איר ארויסווייזען דאס מאקסמום אהבה וואס איז נאר שייך, (נישט בלויז ארויסווייזען, נאר מען דארף איר טאקע ליב האבן מיט א הערצליכע אהבה) אבער אויב קען געבוירן ווערן ביי די קינדער פייגליך אין מוח, דירכן צוזען ווי דער פאטער און מיטער צוקישען זיך, דאן וואס פעלט אויס ארויסצוווייזען די אהבה דייקא מיטן ענין פון קישען? וואס האט צייט שפעטער אונטער שלאס און ריגל? פול ענדערש ווייז ארויס די אהבה מיטן רעספעקטירן דאס ווייב, און איר ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז נאר שייך, אז די קינדער זאלן זען ווי אזוי צוויי טויבעלעך וואס האבן זיך באמת ליב, פירן זיך אויף איינעם צום צווייטען. וואס איז אין יעדענספאלס אויך אן אויפן פון ארויסווייזען די טיפער ליבשאפט, און שפעטער שפאר דיך איין מיט איר אין צימער, און ווארף אוועק די שליסלען...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
א קוש איז טאקע א שיינע זאך, פיל שענער איז ווייזן רעספעקט בכל עת מצוא. ווען א קינד פרעגט א שאלה פון די טאטע קען ער זאגן, גיי פרעג מאמי, מאמי איז זייער קלוג. אדער קען מען זאגן פאר די קינדער ווען זיי קריגן זיך, לאמיר זיך אפלערנען פון מאמי'ס גוטע מדות. מאמי שערט אלעמאל מיט ענק, לאמיך זעהן אויב איר קענט אויך האבן די גוטע מדות פון מאמי. וכדומה. דאס ברענגט שלום בית און חינוך אויף איינמאל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:37 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:ביי אונז פעלט נישט אויס קיין קוש. ווען די קינדער זעען דעם שטראלנדן פנים פון דער מאמען ווען דער טאטע זאגט דברי תורה ביי דער סעודה, ווייזט דאס ליבשאפט אויף א פיל העכערער מדריגה ווי דעם גוי'אישן קוש.
ראובן: דו מיינסט עס ערנסט...? ווייל מיינע סארקאזם דיטעקטארס האבן זיך אנגעצינדן און צופיפן אויף די העכסטע טענער...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:38 pm
דורך שלום על ישראל
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז זיכער אז לכה"פ וויפיל קריגעריי די קינדער האלטן מיט, אזוי פיל ליבשאפט דארפן זיי מיטהאלטן
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס ענין פון קישען האט עטליכע באדייטען, הכנעה, צייכען פון פרידען, פחד, כבוד, און אהבה, אמת טאקע אז אין רוב פעלער באניצט מען זיך מיטן ענין פון נשיקה, ארויסצוווייזען דאס שטורימישע אהבה געפילן וואס ברויזד אין הארצן טיפן.
אבער דער מציאות איז אז עס זענען פארהאן נאך וועגן ארויסצוווייזען אהבה, א שטייגער ווי זיך העלפן אינער דעם צווייטען, און מכבד זיין איינעם דעם צווייטען, און רעספעקטירן איינעם דעם צווייטען.
ווען עס קומט צום ווייב, איז זיכער אז מען דארף איר ארויסווייזען דאס מאקסמום אהבה וואס איז נאר שייך, (נישט בלויז ארויסווייזען, נאר מען דארף איר טאקע ליב האבן מיט א הערצליכע אהבה) אבער אויב קען געבוירן ווערן ביי די קינדער פייגליך אין מוח, דירכן צוזען ווי דער פאטער און מיטער צוקישען זיך, דאן וואס פעלט אויס ארויסצוווייזען די אהבה דייקא מיטן ענין פון קישען? וואס האט צייט שפעטער אונטער שלאס און ריגל? פול ענדערש ווייז ארויס די אהבה מיטן רעספעקטירן דאס ווייב, און איר ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז נאר שייך, אז די קינדער זאלן זען ווי אזוי צוויי טויבעלעך וואס האבן זיך באמת ליב, פירן זיך אויף איינעם צום צווייטען. וואס איז אין יעדענספאלס אויך אן אויפן פון ארויסווייזען די טיפער ליבשאפט, און שפעטער שפאר דיך איין מיט איר אין צימער, און ווארף אוועק די שליסלען...
דאס איז טאקע די עיקר נחיצות. קיש אהער, קיש א בער... די עיקר איז נישט אז
די קינדער זאלן מיטהאלטן כאטש אזויפיעל ליעבשאפט, וויפיעל קריגערי, נאר אז
ס'זאל זיין אזויפיעל ליעבשאפט, וויפיעל קריגערי (ועוד, ועוד). די קינדער האלטן עניוועי אלעס מיט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:מיינסט אוודאי בימי טומאתה, אוודאי יא אסור, אבער דאס איז שוין שווערער צו באמערקן,
מ'דארף אפשר נישט זאגן איך האב דיך ליב וכדו' אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף אפילו דעמאלטס וויייזען ליבשאפט און פארנט פון די קינדער, און זאגן אזעלכע זאכן ווי: קוקטס, עטס האטס די בעסטע מאמע, וועגן...... און איך האב זי אזוי ליב, וכדברי מורנו רוטע וואנצעס שליט"א. אפילו און פארנט פון זי, דאס האט מיט חינוך און נישט מיט חיבה.
( און אויב עס ברענגט דיך געמישטע געפילען דאן זיי דיך מייעץ מיט א דר.)
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:44 pm
דורך ירא שמים
זה מלאכותי
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:06 pm
דורך דולה ומשקה
וישק יעקב יעקב לרחל איז געוועהן פארענט פון אלע אנדערע פאסטוכער. פשוט.
צו איז געוועהן דארט קינדער שטייט נישט, אבער אז רבקה איז געוועהן דריי יאר אלט ביי איר באגעגענישט מיט אליעזר, קען מען ארויס לערנען אז יא קינדער האבן זיך געדרייט ארום דעם ברונעם.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:08 pm
דורך מבקר
מען זאגט נאך פון צדיקים אז דאס וואס יעקב האט געוויינט יעמאלט, איז וועגן דעם וואס מענטשען וועלן נאך אפלערנען פאלש פשט אונעם קיש זיינע.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:17 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:מיינסט אוודאי בימי טומאתה, אוודאי יא אסור, אבער דאס איז שוין שווערער צו באמערקן,
געוואלדיג: מזיגת הכוס און אנדערע גינוני אהבה איז אסור. אבער זאגן ..."איי לאוו יו"...מייניך איז נישט. ס'נאר סתם גערעדט...
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:19 pm
דורך ירא שמים
פאר מתן תורה.
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:19 pm
דורך ירא שמים
מבקר האט געשריבן:מען זאגט נאך פון צדיקים אז דאס וואס יעקב האט געוויינט יעמאלט, איז וועגן דעם וואס מענטשען וועלן נאך אפלערנען פאלש פשט אונעם קיש זיינע.
ער האט געוויינט ווייל מוועט עס לערנען כפשוטו.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
מבקר האט געשריבן:מען זאגט נאך פון צדיקים אז דאס וואס יעקב האט געוויינט יעמאלט, איז וועגן דעם וואס מענטשען וועלן נאך אפלערנען פאלש פשט אונעם קיש זיינע.
יא: איך בין אויך איינער וואס לערנט אפ פאלש פשט...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:24 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:וישק יעקב יעקב לרחל איז געוועהן פארענט פון אלע אנדערע פאסטוכער. פשוט.
צו איז געוועהן דארט קינדער שטייט נישט, אבער אז רבקה איז געוועהן דריי יאר אלט ביי איר באגעגענישט מיט אליעזר, קען מען ארויס לערנען אז יא קינדער האבן זיך געדרייט ארום דעם ברונעם.
און רבקה אמנו האט שוין ביי די דריי יאר פארשטאנען וואס ס'מיינט צו זיין א כלה און באקומען דזשולערי...?!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:29 pm
דורך ארבעס
אבטולמוס האט געשריבן:ביי אונז פעלט נישט אויס קיין קוש. ווען די קינדער זעען דעם שטראלנדן פנים פון דער מאמען ווען דער טאטע זאגט דברי תורה ביי דער סעודה, ווייזט דאס ליבשאפט אויף א פיל העכערער מדריגה ווי דעם גוי'אישן קוש.
דאס איז זיין פראגע. פארוואס ריפט איר א קיש גויעש???
אין תורה שטייט אסאך מאהל וישק
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:32 pm
דורך ארבעס
איך האב אמאל געהערט נאך זאגען פין הרב דאקטער טווערסקי שליטא איז דא א באקאנטע שמיעס ווי ער טענה׳ט אז דאס איז א גרויסע פראבלעם ביי אינז.