בלאט 1 פון 2

שריים פון אפגעטיילטע אשכול

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:06 am
דורך שבת אחים
אז מ׳רעדט שוין יא וועגן יוכ״פּ קען מיר איינער מסביר זיין פשט אין דעם שעיר לעזאזל פארוואס האט די כהן גדול זיך ארומגעדרייעט מיט א אומשולדיגע ציגעלע און צום סוף טאג איר גע׳הרגט מיט א ״מיתה משונה״ דורך אראפווארפן א בארג און נאכדעם האט דער אייבישטער מכפר געוועהן די זינד פון די אידן? וואס האט די אומשולדיגע ציגעלע צוטוהן מיט די עבירות פון די אידן??? מה עניין שמיטה אצל הר סיני? און פארוואס נאכדעם וואס מ׳הארגט א בעל חי באראוהיגט זיך דער אייבישטער? ער האט ליב בלוט פארגיסונג? איך פרעג א קשיא איינער האט א נארמאלע לאגישע ענטפער???

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:12 am
דורך ירא שמים
די זעלבע טעם פון כפרות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:15 am
דורך שבת אחים
ירא שמים האט געשריבן:די זעלבע טעם פון כפרות.

כפרות איז א נערישע מנהג, משא״כ די שעיר לעאזאל וואס דאס איז געוועהן א חלק פון די הייליגע עבודה פונעם כהן גדול און די מקור קומט פון חז״ל אין מסכת יומא.

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:18 am
דורך ירא שמים
די מקור פון שעיר המשתלח איז אין די תורה , פרשת אחרי , און קוק אריין אין שער הכונות אנהייב דרושי יום כפור וועסטו זעען אז סאיז איין ענין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:23 am
דורך שבת אחים
איך פארשטיי נאך אלץ נישט קיין פשט אין דעם, וואס האט מיינע עבירות מיט א ציגעלע?

כ'האב נאך געהאט די קשיא אלץ קליין קינד, איך האב עס קיינמאל נישט פארשטאנען, היינט פארשטיי איך עס שוין!

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:26 am
דורך ירא שמים
מן הסתם פארשטייסטו שוין אויך פארוואס א מענטש איז באשאפן געווארן צו לעבן זיבעציג יאר און פארוואס א בהמה איז באשאפן געווארן , נישט אזוי ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:39 am
דורך שבת אחים
ירא שמים האט געשריבן:מן הסתם פארשטייסטו שוין אויך פארוואס א מענטש איז באשאפן געווארן צו לעבן זיבעציג יאר און פארוואס א בהמה איז באשאפן געווארן , נישט אזוי ?

סאיז דא צוויי ווערסיעס, לויט סייענטיסטן איז עס א פּאַרט פון עוועלאציע, און אסאך אנדערע זאכן וואס איז געשעהן דורך ענערגיע פון סטאַרס במשך פון ביליאנען יאהרן, לויט רעליגיע האט דער אייבישטער באשאפן די וועלט און אלעס וואס איז אין איר בערך זעקס טויזענט יאר צוריק ס'האט גענומען זעקס טעג פאר די עבודה און ביי די זיבעטע טאג האט דער כל יכול זיך אפגערוהט,

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:41 am
דורך ירא שמים
כהאב נישט געפרעגט וואוזוי סבאשאפן געווארן כהאב געפרעגט פארוואס .

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:42 am
דורך מבקר
עיין ברמב"ן שכותב דברים נפלאים
אני אגלה לך קצת הסוד ברמז בהיותך בן שלשים ושלש תדענו והנה ר"א נאמן רוח מכסה דבר ואני הרכיל מגלה סודו שכבר גלו אותו רבותינו ז"ל במקומות רבים אמרו בבראשית רבה (סה י) ונשא השעיר עליו (להלן פסוק כב) זה עשו שנאמר (בראשית כז יא) הן עשו אחי איש שעיר את כל עונותם עונות תם שנאמר ויעקב איש תם (שם כה כז) ומפורש מזה בפרקי רבי אליעזר הגדול (פרק מו) לפיכך היו נותנין לו לסמאל שוחד ביום הכפורים שלא לבטל את קרבנם

אפשר ביסטו נאך צו יונג?

והמבין יבין שזהו הטעם שבמכנסים מלבישים שמאל על ימין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:48 am
דורך שבת אחים
ירא שמים האט געשריבן:כהאב נישט געפרעגט וואוזוי סבאשאפן געווארן כהאב געפרעגט פארוואס .

פארוואס? איז נישט קיין קשיא, ווער זאגט אז ס׳איז דא א סיבה? לייגסט אראפּ א הנחה אז ס׳מוז זיין א סיבה פארוואס אלעס איז באשאפן געווארן און נאכדעם פרעגסטו פארוואס? ווער זאגט אז סאיז דא א ״פארוואס״ אפשר איז עס א תוצאה און רעזולטאַט פון אנדערע געשעהנישן וואס זענען געשעהן דורך ענערגיע?

בקיצור סאיז נישט העמק הדבר דא, האטס אלע א פרייליכע יוכ״פּ און א גרינגע פאַסט!

Re: א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:51 am
דורך ירא שמים
אז דו זאגסט אז היינט פארשטייסטו שוין די טעם מן הסתם פארשטייסטו שוין אויך דאס , כהאפ אז דו כאפסט ,
בד״וו אז מרעדט שוין פון י״כ , דו פאסט ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:54 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין יא וועגן יוכ״פּ קען מיר איינער מסביר זיין פשט אין דעם שעיר לעזאזל פארוואס האט די כהן גדול זיך ארומגעדרייעט מיט א אומשולדיגע ציגעלע און צום סוף טאג איר גע׳הרגט מיט א ״מיתה משונה״ דורך אראפווארפן א בארג און נאכדעם האט דער אייבישטער מכפר געוועהן די זינד פון די אידן? וואס האט די אומשולדיגע ציגעלע צוטוהן מיט די עבירות פון די אידן??? מה עניין שמיטה אצל הר סיני? און פארוואס נאכדעם וואס מ׳הארגט א בעל חי באראוהיגט זיך דער אייבישטער? ער האט ליב בלוט פארגיסונג? איך פרעג א קשיא איינער האט א נארמאלע לאגישע ענטפער???

אמת אז דו האסט שוין דורכגעאקערט לכה"פ די ראשונים איבער דעם?
ווייל אז נישט, איז נישט פשט אז ס'באדערט דיך שוין זייט אלס קינד, נאר ס'איז פשט אז דו ביזט נאכאלס א קינד.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:57 am
דורך שבת אחים
אמת אז דו האסט שוין דורכגעאקערט לכה"פ די ראשונים איבער דעם?
ווייל אז נישט, איז נישט פשט אז ס'באדערט דיך שוין זייט אלס קינד, נאר ס'איז פשט אז דו ביזט נאכאלס א קינד.

[tag]אדנירם[/tag] איז ווייטער דא מיט פּערזענליכע אטאקעס! קענסט דיך נישט איינהאלטן? ענטפער צו די זאך! איך קען אויך זאגן אז דו ביסט א קינד דעס איז נישט קיין קונץ שש!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:03 am
דורך שבת אחים
נאכדעם וואונדערט ער זיך פארוואס יעדע צווייטע ניק ווערט נעלם פונעם שטיבל! [tag]אדנירם[/tag] איז שולדיג אין לכה״פּ וואס איך ווייס דריי גיטע שרייבערס אלטע ניקס וואס דער עולם בענקט זיך נאך זיי האבן אפגעפּיצט פון דא וועגן דיר!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:05 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב געטראכט אז דו וועסט נישט כאפן מיין כוונה.

לאמיך מפרש זיין:

איינער וואס האט קשיות אלס קינד, איז ווען ער ווערט עלטער זוכט ער צו פארענטפערן די קשיות לויט די יכולת פון אן ערוואקסענער. מיט דעם איז אן ערוואקסענער מער 'ערוואקסן' פונעם קינד, ווייל צוזאמען מיטן עלטער וואקסט מיט זיין יכולת אויפצוזוכן און געוואויר צו ווערן און פארשטיין זאכן וואס ער האט נישט געקענט אלס קינד.

אבער איינער וואס בלייבט מיט די זעלבע הבנה ווי אלס קינד, מיט די זעלבע קשיא, אן מאכן קיין ריסערטש צו זען אויב [און בעסער געזאגט: אז] ס'איז דא א תירוץ אויף זיין קשיא, איז געבליבן א קינד. טאקע א גרויס קינד, א צוואנציג יעריגע קינד, א דרייסיג יעריגע קינד, און אפילו א ניינציג יעריגע קינד. אבער פארט א קינד!

קינדערישע קשיות, קינדערישע טענות, קינדערישע לאגיק, קינדערישע 'איך ווייס בעסער', קינדערישע גאוה אדער קינדערישע קטנות המוחין נישט נאכצוזוכן אין די מקורות פאר א תשובה, און צום לעצט: קינדערישע החלטות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:07 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:נאכדעם וואונדערט ער זיך פארוואס יעדע צווייטע ניק ווערט נעלם פונעם שטיבל! [tag]אדנירם[/tag] איז שולדיג אין לכה״פּ וואס איך ווייס דריי גיטע שרייבערס אלטע ניקס וואס דער עולם בענקט זיך נאך זיי האבן אפגעפּיצט פון דא וועגן דיר!

און לגבי די ווערטער, אין לי מה להוסיף כי אם אז אפאר חברה האבן אנגעהויבן שרייבן נאר אדאנק מיין אנוועזנהייט אין שטיבל. וביניהם חוקרים ומלומדים. און אויף די גוטע שרייבער'ס, חבל עליהם. כ'בין נישט דא צו הערן און נישט רעדן. און כ'צווינג קיינעם נישט אריין אדער ארויס פון דא. יעדער איז וועלקאמען, אפילו דו.

מצד שני, האבן פארשידענע ניקס פארלאזט דעם פלאץ נאכן הערן דברי נאצה, ואכמ"ל.

און אז מ'רעדט שוין: איינער דא האט א השגה פארוואס שבת'ל האט אריינגעריקט זיין 'אומשולדיגע' היבש כפירה'דיגע תגובה דוקא אין דעם אשכול? ביי שבת'ן גייט עס יום כיפור יום כיפור לגזירה שוה, אז וואו אימער ס'שטייט א ווארט וועגן יום כיפור, קומט דארטן אריין אלע דינים והלכות וואס קענען נאר זיין נוגע אום יו"כ?!
אין מיינע אויגן, הייסט דאס אנגעשמירט אן אשכול.
און אין נארמאלע מענטשנס אויגן איז אזא איינער א טראלל.
און דינו של טראלל איז באש ובמים, נישט דער וואס ענטפערט אים אפ.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:11 am
דורך שבת אחים
אדנירם האט געשריבן:כ'האב געטראכט אז דו וועסט נישט כאפן מיין כוונה.

לאמיך מפרש זיין:

איינער וואס האט קשיות אלס קינד, איז ווען ער ווערט עלטער זוכט ער צו פארענטפערן די קשיות לויט די יכולת פון אן ערוואקסענער. מיט דעם איז אן ערוואקסענער מער 'ערוואקסן' פונעם קינד, ווייל צוזאמען מיטן עלטער וואקסט מיט זיין יכולת אויפצוזוכן און געוואויר צו ווערן און פארשטיין זאכן וואס ער האט נישט געקענט אלס קינד.

אבער איינער וואס בלייבט מיט די זעלבע הבנה ווי אלס קינד, מיט די זעלבע קשיא, אן מאכן קיין ריסערטש צו זען אויב [און בעסער געזאגט: אז] ס'איז דא א תירוץ אויף זיין קשיא, איז געבליבן א קינד. טאקע א גרויס קינד, א צוואנציג יעריגע קינד, א דרייסיג יעריגע קינד, און אפילו א ניינציג יעריגע קינד. אבער פארט א קינד!

קינדערישע קשיות, קינדערישע טענות, קינדערישע לאגיק, קינדערישע 'איך ווייס בעסער', קינדערישע גאוה אדער קינדערישע קטנות המוחין נישט נאכצוזוכן אין די מקורות פאר א תשובה, און צום לעצט: קינדערישע החלטות.

איז וואס איז למעשה דיין הסבר אויפן שעיר לעזאזל חוץ אז איך פרעג קינדערישע קשיות? לאמיר הערן א קינדערישע תירוץ!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:17 am
דורך שבת אחים
אדנירם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:נאכדעם וואונדערט ער זיך פארוואס יעדע צווייטע ניק ווערט נעלם פונעם שטיבל! [tag]אדנירם[/tag] איז שולדיג אין לכה״פּ וואס איך ווייס דריי גיטע שרייבערס אלטע ניקס וואס דער עולם בענקט זיך נאך זיי האבן אפגעפּיצט פון דא וועגן דיר!

און לגבי די ווערטער, אין לי מה להוסיף כי אם אז אפאר חברה האבן אנגעהויבן שרייבן נאר אדאנק מיין אנוועזנהייט אין שטיבל. וביניהם חוקרים ומלומדים. און אויף די גוטע שרייבער'ס, חבל עליהם. כ'בין נישט דא צו הערן און נישט רעדן. און כ'צווינג קיינעם נישט אריין אדער ארויס פון דא. יעדער איז וועלקאמען, אפילו דו.

גאנץ שיין פון דיר משזר! לאזט מיך אריין אין קאווע שטיבל? דאכצעך אז איך בין דא געוועהן היפש פאר דיר! און איך זאג ביסט נישט וועלקאָם צו שרייבן דא אויב די אַטאַקירסט אנדערע פּערזענליך, קענסט ארויסברענגען דיין פוינט אָן אטאקירן אנדערע אפילו ס׳געפעלט אייך נישט וואס יענער שרייבט!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:18 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:

איינער וואס קומט מיט א דעה קדומה, מיט א הנחה קדומה, און מיט א לשון מתריסה. איז נישט ווערט קיין ענטפער.

וואלסטו געזוכט אן ענטפער, וואלסטו ארויסגענומען א מקראות גדולות חומש, און אנגעהויבן שוויצן א טראפעלע [לכה"פ איידער דו ביזט געווארן אן אפיציעלער א.ט.ד.], אבער היות דו האסט דאס קיינמאל נישט געטון, שמע מינה אז קיין ענטפער זוכסטו נישט נאר עפעס אנדערש. און די 'עפעס אנדערש' דארף איך דיך נישט צושטעלן.

זאת ועוד, אז דיין שפראך איז געקומען מיט א לכתחילה'דיגע חשבון פון 'האקן'. ועל זה אמרתי לך בעבר, אז אויב דו גייסט רעדן אזא שפראך גיי איך דיר נישט ענטפערן אויף דיין שווערע 'קשיא' [דעמאלס האב איך דיר יא געענטפערט, כדי שלא יאמרו הבריות המשונות אז 'ער דרייט זיך ארויס, ער האט נישט וואס צו ענטפערן'. און דעמאלס ביזטו געבליבן אן קיין תשובה נגדית. אבער כ'האב דיר קלאר געזאגט אז 'מכאן ואילך - חושבנא'].

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:22 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:נאכדעם וואונדערט ער זיך פארוואס יעדע צווייטע ניק ווערט נעלם פונעם שטיבל! [tag]אדנירם[/tag] איז שולדיג אין לכה״פּ וואס איך ווייס דריי גיטע שרייבערס אלטע ניקס וואס דער עולם בענקט זיך נאך זיי האבן אפגעפּיצט פון דא וועגן דיר!

און לגבי די ווערטער, אין לי מה להוסיף כי אם אז אפאר חברה האבן אנגעהויבן שרייבן נאר אדאנק מיין אנוועזנהייט אין שטיבל. וביניהם חוקרים ומלומדים. און אויף די גוטע שרייבער'ס, חבל עליהם. כ'בין נישט דא צו הערן און נישט רעדן. און כ'צווינג קיינעם נישט אריין אדער ארויס פון דא. יעדער איז וועלקאמען, אפילו דו.

גאנץ שיין פון דיר משזר! לאזט מיך אריין אין קאווע שטיבל? דאכצעך אז איך בין דא געוועהן היפש פאר דיר! און איך זאג ביסט נישט וועלקאָם צו שרייבן דא אויב די אַטאַקירסט אנדערע פּערזענליך, קענסט ארויסברענגען דיין פוינט אָן אטאקירן אנדערע אפילו ס׳געפעלט אייך נישט וואס יענער שרייבט!

סארי פאר דיין מיספארשטענדעניש, אבער כ'האב דיר דאס מאל נישט אטאקירט. כ'מיין כ'האב גוט מסביר געווען מה היתה כוונתי.

נישט אז דו ביזט נישט בארעכטיגט פאר אן אטאקירונג. איינער וואס שרייבט בלשון כפירה, אזויווי דו אין דעם אשכול, איז נישט ווערט עפעס בעסערס. אבער טו סעט די רעקארד, איז דאסמאל נישט געווען אזוי.
אפשר גייט אן אטאקע קומען בקרוב...

נ.ב. אגב, ס'נישט קיין נפ"מ פאר קיינעם ווילאנג דו ביזט דא און ווילאנג איך בין דא. א נפ"מ פאר א צווייטן איז נאר וואס דו שרייבסט און וואס איך שרייב.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:19 am
דורך געוואלדיג
קום איך אריין יעצט צופרי און איך זעה ווי מיין פרייליכע אשכול איז זיך צו וואקסן שוין צו צוויי זייטן, מיין הארץ קוועלט פון נחת, ב"ה מען איז דן אין מיינע ווערטער, קום איך אריין והנה בעָתָה, א פחד א שרעק, ווי קומט שעיר לעזזל צו א פרייליכע יוהכ"פ??? :cry: :oops: :cry: :oops:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:22 am
דורך געוואלדיג
שבת אחים האט געשריבן:
בקיצור סאיז נישט העמק הדבר דא, האטס אלע א פרייליכע יוכ״פּ און א גרינגע פאַסט!

מיין פריינד, קוק וואו איך האב געלייגט דעם אשכול, דייקא אין העמק דבר.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:24 am
דורך געוואלדיג
אדנירם האט געשריבן:שיינע, אפילו זיסע, רעיון פאר א דרשה.

כאטש אזויפיל איז יא באמערקנסווערד, אז דורכדעם וואס מ'פארשטייט אז ס'איז א טאג וואס מ'ווערט אין דעם נמחל אויף די עבירות, קומט מען אויטאמאטיש צו צו אן אינערליכן שמחה.

אבער לאמיר נישט פארפאטשקענען דעם גרויסן שמחה...

יייש"כ פארן מסכים זיין אז עס ברענגט שמחה, וזהו הפשטות.