בלאט 1 פון 1

בערל דער שנײַדער  — יצחק־לײב פּרץ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:12 pm
דורך קרוץ מחומר
ערבֿ יום־כּיפּור, אין בערדיטשעװער שול. צוגעפֿאַלן איז די נאַכט.

די זקנים האָבן אָפּגעזאָגט: "על דעת המקום ועל דעת הקהל..." צעגאַנגען זיך אױף זײערע ערטער. ר' לוי יצחק שטײט בײַם עמוד. ער דאַרף זאָגן "כּל־נידרי" און — שװײַגט.

אַלע אױגן הענגען אױף זײַן רוקן. אין עזרת־נשים — אַ שטילקײט. װי אױפֿן ים פֿאַר אַ רעש. ער װעט אָנהײבן, און אפֿשר, װי זײַן שטײגער איז אַמאָל, מיט אַ הקדמה. װעט זיך פֿריִער אױסטענהן, כּדבר איש אל רעהו, מיטן רבונו־של־עולם — אױף מאַמע־לשון...

נאָר ר' לוי יצחק שטײט, אײַנגעהילט אין קיטל און טלית פֿאַרן עמוד און שװײַגט.

װאָס באַטײַט עס?

זענען די שערי־תּפֿילה אַזױ שפּעט נאָך פֿאַרמאַכט? האָט ר' לוי יצחק קײן כּוח נישט אָנצוקלאַפּן? ער שטײט מיטן קאָפּ אַ ביסל איבערגעבױגן, מיט אַן אױער אַרױף:, גלײַך ער הערט עפּעס פֿון דאָרט. װיל ער הערן אױפֿשליסן?

און פּלוצלונג דרײט זיך ר' לוי יצחק אױס צום עולם און גיט אַ רוף: ― שמשׂ!

לױפֿט דער שול־שמשׂ צו, פֿרעגט ער אים:

― בערל דער שנײַדער שױן דאָ?

דער עולם װערט נבֿהל ונשתּומם. דער שמשׂ שטאַמלט: ער װײס נישט: הײבט זיך אָן אומצוקוקן. ר' לוי יצחק אַלײן קוקט זיך אױך אַרום.

― נײן, ער איז נישטאָ! ― זאָגט ער. ― אין דער הײם געבליבן. און װענדט זיך נאָך אַמאָל צום שמשׂ:

― גײ אַהײם צו בערל שנײַדער און רוף אים אַהער! זאָג, איך, לוי יצחק דער מראָ דאַתראָ, רופֿט.

גײט ער, דער שמשׂ.

בערל דער שנײַדער װױנט אין שול־געסל, נישט װײַט פֿון שול. װאַרט מען נישט לאַנג. קומט ער, בערל שנײַדער, אָן קיטל און, אין דער װאָכעדיקער קאַפּאָטע, מיט אַן אָנגערוקטן פּנים און אױגן — האַלב בײזע, האַלב צעשראָקענע, און גײט צו צו ר' לוי יצחקן:

― איר האָט מיך גערופֿן, רבי, בין איך צו אײַך געקומען!

"צו אײַך" איז ער מטעים.

שמײכלט ר' לוי יצחק.

― זאָג נאָר ― מאַכט ער ― בערעלע, װאָס רעדט מען עס אַזױ־פֿיל פֿון דיר אין דער הײך? עס איז דאָך פֿול מיט דיר פּמליא־של־מעלה. עפּעס אַ רעש האָסטו אָנגעמאַכט: מען הערט נישט מער, נאָר: בערל דער שנײַדער און בערל דער שנײַדער.

― אַהאַ! ― מאַכט בערל שנײַדער מיט ניצחון.

― האָסט עפּעס אַ טענה?

זאָגט ער: אַװדאי!

― צו װעמען?

― צום רבונו־של־עולם! ― זאָגט ער.

דער עולם אַרום װאָלט דעם שנײַדערוק צעריסן: ר' לוי יצחק צעשמײכלט זיך נאָך ברײטער.

― אפֿשר װעסטו, בערל, דערצײלן, װעגן װאָס עס גײט?

― אַדרבא! ― זאָגט בערל דער שנײַדער, ― מהיכא־תּיתי ― זאָגט ער ― איך קאָן אַפֿילו פֿאַר אײַך אַ דין־תּורה האָבן! זאָל איך טענהן?

― רעד.

טענהט ער, בערל דער שנײַדער:

― איבערן גאַנצן זומער לא־עליכם, רבי, קײן שטאָך אַרבעט נישט געהאַט... נישט פֿון אַ ייִד, נישט, להבֿדיל, פֿון אַ פּױער. כאָטש לײג זיך ― זאָגט ער ― און שטרעק אױס די צונג.

― אײַ ― גלײבט זיך נישט ר' לוי יצחק ― זרע אַבֿרהם, יצחק ויעקבֿ זענען דאָך רחמנים בני רחמנים, געדאַרפֿט זיך פֿאַרטרױען.

― דאָס נישט, רבי, איך זאָג נישט און איך נעם נישט!

קײן מתּנת בשׂר־ודם װיל ער נישט. ער האָט אַזאַ חלק אין רבונו־של־עולם װי יענער...

װאָס ער האָט יאָ געטאָן, — אַ מײדל האָט ער, האָט ער עס אַװעקגעשיקט דינען, ערגעץ אַנדערש, אין אַ גרעסערער שטאָט אַרײַנגעשיקט.

זיצט ער אַזױ אין דער הײם און װאַרט, װאָס זײַן ליבער נאָמען װעט טאָן...

פֿאַר סוכּות, די טיר עפֿנט זיך. אַהאַ! דערװאַרט זיך: און עס קומט טאַקע אַרײַן אַ שליח מיוחד פֿון פּריץ, מען רופֿט אים אונטערשלאָגן אַ פּעלץ.

גוט. דער רבונו־של־עולם שפּײַזט! פֿאָרט ער, קומט ער אין פּאַלאַץ אַרײַן. מען פֿירט אים אין אַ חדר־מיוחד אַרײַן, מען גיט אים איבער אַן אונטערשלאַק און מען גיט אים איבער פֿעלעכלעך.

― זאָלט איר זען, רבי, פֿוקסענע פֿעלעכלעך! פֿון פֿוקסן־לאַנד...

עס איז דאָך כּל־נדרי־צײַט, איז אים ר' לוי יצחק מזרז:

― הכּלל, האָסטו אונטערגעשלאָגן, געטאָן דײַנס בשלמות. װאָס איז װײַטער געשען?...

― אַ קלײניקײט איז געשען! דרײַ פֿעלעכלעך זענען געבליבן.

― האָסטו זײ צוגענומען?

― נישט אַזױ לײַכט, רבי, װי עס רעדט זיך! אַז מען קומט אַרױס פֿון פּאַלאַץ שטײט בײַ דער בראָם אַ שומר. האָט ער אַ חשד, באַזוכט ער, טוט די שטיװל אױס. און געפֿינט מען, רבי, בײַ מיר, חס ושלום, פֿעלעכלעך, האָט דער פּריץ כּלבֿים, האָט דער פּריץ ריטער...

― נו, װאָס האָסטו געטאָן?

― איז דאָך אָבער בערל — בערל שנײַדער! גײ איך מיר, רבי, אין קיך אַרײַן, בעט מען זאָל מיר אַהײם געבן אַ ברױט...

― פּת עכּו"ם, בערל!

― נישט, חלילה, צום עסן, רבי! ― מען האָט מיר געגעבן אַ ברױט, אַ גרױס ברױט. איך גײ דערמיט צוריק אין שטוב אַרײַן, שנײַד עס אױף, הױל עס אױס, קנעט דאָס װײכע אַזױ לאַנג אין די הענט, ביז עס װערט דורכגענומען מיט שװײס און װאַרף עס דעם כּלבֿ, װאָס ליגט אין חדר. אַ כּלבֿ האָט ליב מענטשן־שװײס. און די דרײַ פֿעלעכלעך פּאַק איך אין אױסגעהױלטן ברײטל אַרײַן. און גײ.

בײַ דער בראָם:

― װאָס טראָגסטו, זשידיקל, אונטערן אָרעם?

װײַז איך: אַ ברױט!

איך קום בשלום אַריבער און אַ ביסל װײַטער מאַך איך שױן פֿיס...און גײ נישט מיטן װעג, איבער די קשאַקעס גײ איך. פֿעלד אױס, פֿעלד אײַן: אַ קורצע װעג — אַ פֿעלדװעג.

גײ איך און טאַנץ אַ ביסל אונטער: אַן אתרוג װעט זײַן, אַ לולבֿל! נישט קהלס. נישט געבאָרגט ... טײַערע פֿעלעכלעך ...

הײבט אָבער אָן די ערד אונטער מיר עפּעס צו ציטערן!...איך דערקען שױן דאָס ציטערן. אַ רײַטער יאָגט הינטער מיר. מען יאָגט מיר נאָך! דער מאַמעס מילך װערט מיר אַנטרונען. מן־הסתּם, איבערגעצײלט די פֿעלעכלעך...אַנטלױפֿן איז נאַריש, אַ רײַטער, דעם פּריצס אַ פֿערד...כאַפּ איך, קודם כּל, דאָס ברײטל און װאַרף אין די קשאַקעס אַרײַן. מאַך מיר פֿונדעסטװעגן אַ סימן, אַ גוטן סימן, און שטעל מיך אָפּ. מען רופֿט שױן:

― בערקאָ! האַ, בערקאָ!

דאָס איז ער, דעם פּריצס קאָזאַקל, איך דערקען זײַן קולכל! אינעװײניק, רבי, ציטערט! די נשמה איז אין די קנעכל, נאָר בערל שנײַדער דרײט זיך אױס, און גײט אַקעגן, מכּלומרשט כּאחד האָדם.

װײַזט זיך אױס — אַן אומזיסטע שרעק!

איך האָב פֿאַרגעסן אַ הענגער אָנצונײען, האָט מען נאָך מיר אַ רײַטער געשיקט.

און ער שלעפּט מיך שױן אױפֿן סוס אַרױף. דרײט עס אױס, מען רײַט שױן...

בענטש איך אין האַרצן גומל, נײ אָן דעם הענגער און גײ צוריק.

איך קום צום סימן: ואיננו — נישטאָ דאָס ברױט!

שױן לאַנג נאָך שניט; קײן בן אָדם גײט דאָ נישט, קײן פֿױגל אין דער װעלט װעט אַזאַ משׂא נישט אױפֿהײבן...פֿאַרשטײ איך, װער עס האָט עס געטאָן...

פֿרעגט ר' לוי יצחק:

― װער?

― ער! ענטפֿערט בערל שנײַדער, און טײַט מיטן פֿינגער צו דער הײך — דער רבונו־של־עולם, זײַן מעשׂה ידו, רבי! און איך װײס פֿאַר װאָס...ער, דער האַר דער גרױסער, װיל נישט, אַז זײַן קנעכט, אַז איך, זײַן בערל דער שנײַדער, זאָל נעמען ייִתּור ...

― נו אַװדאי ― מאַכט ר' לוי יצחק װײך ― על פּי דין...

― דין־שמין! ― מאַכט בערל, ― ער װײסט אַז אַ מינהג ברעכט אַ דין. און נישט איך ― זאָגט ער ― האָב ייִתּור באַשאַפֿן, אַ מינהג פֿון קדמונים!

― און װידער ― טענהט ער ― פֿאַרקערט: איז דער רבונו־של־עולם אַזאַ גרױסער, שטאָלצער פּריץ, און װיל נישט, אַז דער אָרעמסטער עבֿד פֿון זײַנע עבֿדים, זײַן קנעכט בערל דער שנײַדער, װאָס דינט בײַ אים, זאָל נעמען ייִתּור, — זאָל ער געבן פּרנסה. זאָל ער, װי אַ פּריץ, געבן אָרדינאַריע!

נישט דאָס און נישט דאָס, װיל ער נישט.

― װיל איך ― זאָגט ער ― דעם רבונו של עולם נישט דינען. איך האָב ― זאָגט ער ― אַ נדר געטאָן: אױס!

גיט דער עולם אַרום אַ ברום, װי אַ בער, הײבן זיך הענט — װיל מען צולױפֿן, ר' לוי יצחק מאַכט:

― שאַ!

דער עולם בלײַבט שטיל און ר' לוי יצחק פֿרעגט בנעימות:

און װאָס װײַטער, בערל?

― גאָרנישט! ― דערצײלט ער, ― איך קום אַהײם, איך װאַש מיך נישט, איך עס אומגעװאַשן, מײַן פּלוניתטע װיל עפֿענען אַ מױל, — אַ פֿליאַסק! איך לײג מיך; אָן אַ קריאַת־שמע לײג איך מיך. די לעפֿצן װילן אַלײן זאָגן: איך פֿאַרבײַס מיט די צײן. אין דער פֿרי: קײן ברכה, קײן נטילת־ידים, קײן דאַװנען, קײן טלית ותּפֿילין, "גיב עסן!" מײַן פּלוניתטע מאַכט פֿיס פֿון שטוב אַרױס. אין דאָרף אַרײַן, צום פֿאָטער, צום אַרענדאַר געלאָפֿן איז זי. איז אָן אַ װײַב! איך האָב נאָך הנאה דערפֿון. איך, װי איך, איך בין בערל שנײַדער. זי, אַ שװאַכע ייִדענע, זאָל זי נישט זײַן אין דער מיט! און איך טו מיר מײַנס: קײן סוכּה, קײן אתרוג, קײן לולבֿ, איך נעם אַמאָל אַ ביסל; יום־טובֿ מאַך איך קײן קידוש נישט. לא! שׂימחת תּורה כאַפּ איך, װי מרדכי נאָך דער גזירה, און טו אָן אַ זאַק איבערן קאָפּ. להכעיס!

קומט סליחות־צײַט, װערט אַ ביסל קאַלעמוטנע. דער שמשׂ קלאַפּט, דאָס האַרץ קלאַפּט, עס ציט...בין איך דאָך אָבער בערל שנײַדער! אַ װאָרט האַלט איך! איך דעק מיך צו איבערן קאָפּ, איך האַלט אױס! נישט זען... עס קומט ראש־השנה — איך ריר מיך נישט. עס קומט די צײַט פֿון שופֿר בלאָזן, כאַפּ איך װאַטע און פֿאַרשטאָפּ די אױערן... עס רײַסט, דאָס האַרץ רײַסט, אַ צער בעלי־חײם, רבי...און איך מיאוס מיך פֿאַר מיר אַלײן. גײ אַרום אומגעװאַשן, אין אומרײנקײט. אַ שטיקל שפּיגעלע הענגט, איך דרײ עס איבער צו דער װאַנט, איך װיל מײַן פּרצוף נישט זען...דער עולם, דערהער איך, גײט צו תּשליך...

ער בלײַבט שטיל אַ װײַלע און שפּרינגט באַלד אונטער!

― אָבער גערעכט, רבי, בין איך! אָפּטרעטן מיט גאָרנישט װעל איך נישט!

טראַכט ר' לוי יצחק אַ װײַלע און פֿרעגט:

― און װאָס־זשע װילסטו, בערל שנײַדער? ... װילסט פּרנסה?

בערל באַלײדיקט זיך:

― קײַ און שפּײַ פּרנסה! פּרנסה האָט ער פֿריִער געזאָלט געבן! און פּרנסה קומט יעדן! דעם פֿױגל אין דער לופֿט, דעם װערעמל אױף דער ערד, פּרנסה איז אָרדינאַריע, אַצינד װיל בערל שנײַדער מער!

― זאָג, בערעלע, װאָס.

און בערל שטעלט זיך אָפּ:

― אמת, רבי, יום־כּיפּור איז נאָר מכפּר אױף עבֿירות שבין אָדם למקום?

― אמת!

― און עבֿירות שבין אָדם לחבֿרו — נישט?

― נײן!

גלײַכט זיך בערל שנײַדער אױס אין דער הײך, װי אַ סטרונע, און זאָגט פֿעסט און הױך:

― װיל איך, בערל שנײַדער, אַנדערש זיך נישט אונטערגעבן, אַנדערש צוריק אין דער דינסט צום רבונו־של־עולם נישט אַרײַנטרעטן, ביז דער רבונו־של־עולם װעט נישט דאָס יאָר, מיר צוליב, מוחל זײַן די עבֿירות אױך! בין איך גערעכט, רבי?

― גערעכט! ― ענטפֿערט ר' לוי יצחק ― און האַלט דיך ― זאָגט ער ― בײַ דער דעה, מען װעט דיר מוזן נאָכגעבן...

און ער קערט זיך אום צום עמוד, קוקט אַרױף, הערט זיך אײַן אַ װײַלע און איז באַלד מבֿשׂר:

― האָסט געפּועלט, בערל! גײ נאָך קיטל און טלית!

Re: בערל דער שנײַדער  — יצחק־לײב פּרץ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:32 pm
דורך ירא שמים
מקור ?

Re: בערל דער שנײַדער  — יצחק־לײב פּרץ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:41 pm
דורך [NAMELESS]

Re: בערל דער שנײַדער  — יצחק־לײב פּרץ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:43 pm
דורך ירא שמים
כבין נישט צופיל קלוגער געווארן פון דעם לינק

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:43 am
דורך מבקר