בלאט 1 פון 1

מיר האבן געמאכט א בייט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:09 pm
דורך בר דעת
רבונו של עולם מיר האבן געמאכט א בייט
א בייט האבן מיר געמאכט
איך האב פאר דיר אויפגעגעגעבן יוגנט, ליבשאפט און וויסנשאפט, אוי וויי טאטע
טאמער וועסטו מיר פרעגן, וואס האסטו מיר געעבן דערפאר? זאג איך דיר
די האסטו מיר געגעבן פחד, פארלוירענקייט און טפשות-- אוי וויי טאטע

טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך
די וועסטו מיר נאך צוגעבן בני חיי ומזוני -- אוי וויי טאטע

טאמער וועסטו פרעגן: וואס בני הייסט? זאג איך דיר
א גרויסע משפחה, יעדע יאר א קינד - אוי וויי טאטע

טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט? זאג איך דיר:
א קליינע דירה, תקנות, א פרעשור'דיגע לעבן- - אוי וויי טאטע!

טאמער וועסטו פרעגן: וואס מזוני הייסט? זאג איך דיר:
אסאך חובות, שידוכים מיט הויכע שכר לימוד - - אוי וויי טאטע!

די מצרים שרייען, אז זייער גאט איז א גאט. ניין, זאג איך דיר.
די פרסיים שרייען, אז זייער גאט איז א גאט. ניין, זאג איך דיר.
די מינים ואפיקורסים שרייען, ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט. יא, זאג איך דיר,
אבער איך משה גרונם בן שרה שפרינצא זאג אויף זיך אליין קדיש
יתגדל, ויתקדש, שמיה רבה!


הערה: דער רבונו של עולם וואס מען רעדט דא מיינט מען דאס וואס "די סיסטעם" רעדט בשם השם. נישט דער אדון כל הנשמות מלא רחמים וואס אלע מענטשן פון די וועלט זענען באשאפן בצלמו

Re: מיר האבן געמאכט א בייט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:24 pm
דורך mevakesh
הדא היא דכתיב הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:15 pm
דורך הוגה
[justify]אוי! ס'ציפט און ס'בייסט. אבער מיר קייען שוין איבער דעם פונקט יאר נאך יאר און ליידער אין קול ואין עונה. איר געדענקט דאך אוודאי ווי מיר האבן דאס אויסגעשמועסט אין דער אשכול "די עבודה פון מוחל זיין גאט". עס איז טאקע נישט אזוי פאעטיש און פאסיג ווי דיינס, אבער וואס האמיר פון שרייען און וויינען? איינער הערט? איינער קעירט? איך טראכט אז עס צייט אריינצוקומען אין שול און זאגן "מיר האבן גענוג גערעדט, געשריגן, געוויינט, גע'טענה'ט. יעצט איז דיין רייע צו רעדן. האסט עפעס צו זאגן? מיר זענען גרייט צו הערן".


.[/justify]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:22 pm
דורך בר דעת
תשובה האט פיר זאכן, ידיעה, חרטה, עזיבה, קבלה.
די ידיעה, חרטה, עזיבה, געשעהן אין ק"ש, קבלה מוז געשעהן אין הארץ. מיט אסאך תפלה צום רבונו של עולם, און מיט אהבה ואחדות מיט די ווייב און קינדער.

Re: מיר האבן געמאכט א בייט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:25 pm
דורך mevakesh
תשובה אהן למעשה איז בבחינת אחטא ואשוב

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 4:39 pm
דורך געוואלדיג
[tag]הוגה[/tag]'לע טייערער ער רעדט, ער זאגט, ער וויינט, ער שרייט, וואס ווילסטו פון מיר פונקטליך? איך האב דיר געגעבן א זיסע תורה דרכיה דרכי נועם, נו האסטו זיך אויסגעוועלט א סיסטעם אנשטאט דעם, עס דיר דיין אייגענע שטרוי אבער קום נישט וויינען צו מיר,

וואס איך זאג ווילסטו וויסן?
אִוֶּלֶת אָדָם תְּסַלֵּף דַּרְכּוֹ וְעַל יְהוָה יִזְעַף לִבּוֹ


ותו לא מידי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר וויל ער וויסן פארוואס ער האט באשאפן אזא זאך ווי א סיסטעם...

Re: מיר האבן געמאכט א בייט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:52 pm
דורך גר ותושב
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר וויל ער וויסן פארוואס ער האט באשאפן אזא זאך ווי א סיסטעם...

ער האט דאס נישט באשאפן מענטשען האבן דאס באשאפן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:01 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי? מיט ספר יצירה? אדער האלטסטו אז נישט אלעס האט ער באשאפן? ווי אזוי האט ער צוגעלאזט אז מען זאל קענען אזוינס באשאפן.....
אולי גייט עס אריין אינעם כלל פון אלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:21 pm
דורך קאצקע ציקער
[tag]בר דעת[/tag] פארוואס מאכסטו דעם בייט? איינער האט דיך געבעטן...

Re: מיר האבן געמאכט א בייט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 8:45 pm
דורך גר ותושב
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אזוי? מיט ספר יצירה? אדער האלטסטו אז נישט אלעס האט ער באשאפן? ווי אזוי האט ער צוגעלאזט אז מען זאל קענען אזוינס באשאפן.....
אולי גייט עס אריין אינעם כלל פון אלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים.




געוואלדיג האט געשריבן:
אִוֶּלֶת אָדָם תְּסַלֵּף דַּרְכּוֹ וְעַל יְהוָה יִזְעַף לִבּוֹ