בלאט 1 פון 2
"פרי עט הדר" רעדאקציע
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:22 am
דורך moshav zekeinim
מיט גרויס פרייד קענען מיר שוין איינמעלדן מיט א קלארקייט אז אויך דער קומענדיגער יו"ט, סוכות הבעל"ט, וועט אזוי ווי דעם פארגאנגענעם פסח, באשיינט ווערן דורך די חברי השטיבל מיט א פראכטפולער רייכער אויסגאבע מיטן נאמען "פרי עט הדר".
דער פריעקט האט זיך אנגעהויבן זייער באשיידן און פשוט, אבער יעצט בעפארן שליסן די טויערן פונעם פראיעקט שטעלט זיך ארויס א הערליך בילד, א גליון מלא וגדוש מיט טיפע אינטעלעקטועלע און זעטיגע ארטיקלען, מלא תוכן און אינפארמאציע, געשריבן מיט א רייכע שפראך און באגלייט מיט פאסיגע אילוסטראציס.
יעצט פארן שליסן די טויערן ווער עס וויל נאך זיין א חלק פונעם פראיעקט מיטן תורם זיין פאר די מינימאלע הוצאות, און דערמאנט ווערן בראש הגליון צווישן די ספאנסערס קען זיך נאך מעלדן ביז דאנערשטוג נאך יום כיפור.
גלייכצייטוג ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן ארויס געהאלפן ביז יעצט בכח ובפועל, בגוף ובממון און געזען אז דער פראיעקט זאל שוין האלטן וואו מען האלט יעצט ב"ה.
דערווייל האטס מיר א גוט יום טוב און א גמר טוב. און פאלגט נאך די קומענדיגע מודעות.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:47 am
דורך [NAMELESS]
[center]לאמיר קודם אנהייבן מיטן באדאנקן אונזער געשעצטער [tag]moshav zekeinim[/tag] שליט"א, פארן אויפקומען, אנפירן, און דורכפירן דעם וואונדערבארן פראיעקט = דער אויסגאבע 'פרי עט הדר'. ואתו עמו דער גראפיקער [tag]מה הוא[/tag] שליט"א.
אדאנק די צוויי אריות שבחבורה גייט די זאך קענען ארויסקומען בשלימות, ותשואת חן חן להם.
היות כ'האב אויך אריינגעארבעט היבש אסאך אינעם אויסגאבע, קען איך האב כאטש עפעס אן השגה אין וויפיל צייט מושב זקנים און מה הוא האבן געדארפט אריינלייגן אינעם אויסגאבע:
צענדליגע שעות בלי גוזמא!!!
מיר קומען אן צו א גרייטן קונטרס, א הערליכע אויסגאבע, פר"י עט"ם של החברים היקרים וההדורי"ם של קאווע שטיבל,
און מ'כאפט ניטאמאל וויפיל צייט איז אריין אונטער די קוליסן למען יצא דבר שלם כראוי וכיאות.
אודאי געוויס, אויב איז מעגליך באשטייערן א סכום פארן קונטרס, און כ"ש אויב מ'האט נישט געהאט די מעגליכקייט אליינס צו שרייבן וכו' להנאת האחר, אבער וועט זעלבסט הנאה האבן פון דעם שיינעם אויסגאבע, איז א שיינע זאך צו געבן א סכום לתועלת הענין.
אסיים מעין הפתיחה: 'טאמבס אפ', פאר מרנן מושב זקנים און מה הוא![/center]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:12 am
דורך רויטע וואנצעס
מתי מוציאים לאור?
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:14 pm
דורך יעלה ויבא
וויא קען מען אריינשיקן די געשנאדרעכץ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:51 pm
דורך moshav zekeinim
פאר נדבות זאל מען זיך פארבינדן מיט @געוואלדיג. טאמער קומט מען צו אים נישט דורעך דאן פארבינד זיך מיט אדנירם. א שיינעם דאנק.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 3:27 pm
דורך moshav zekeinim
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מתי מוציאים לאור?
מיר פלאנען ארויס צו קומען אי"ה אויף מוצאי שבת.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:09 pm
דורך moshav zekeinim
אין צוגאב צו די פרישע אקטיקלען אינעם אויסגאבע, וועט ערשיינען א צווייטער טייל אינעם אויסגאבע מיטן נאמען "א גריס אייך פון קאווע שטיבל" וואס איז א זאמלונג פון געקליבענע אשכולות מאמרים און תגובות פונעם לעצטן זומער.
עס זענען נאך די לעצטע פאר טעג אריין געקומען אינעם מערכת גאר געלונגענע און אונטרעסאנטע ארטיקלען, אבער ליידער זעהט שוין נישט אויס אז זיי וועלן נאך קענען אריין גיין. מיר האפן נאך צו פראבירן אפשר עס יא צו ערמעגליכן, איז לאמיר זעהן וואס דער קומענדיגער טאג וועט זאגן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:18 pm
דורך moshav zekeinim
די ספאנסערס וואס מיר האבן דערווייל זענען:
@סמבטיון; @קעלנער המנהל; @ראשאקאל; @המלוכה והממשלה, וואס צוזאמען האלטן מיר שוין נישט ווייט פונעם געפאדערטן סכום. ישר חלכם.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:24 pm
דורך moshav zekeinim
מיר ווילן באדאנקען @ליפא פארן זיך אנטראגן צו העלפן. כאטש מיר האבן אויפן מאמענט נישט געהאט קיין ארבעט פאר אים, זענען מיר אים אבער דאנקבאר פארן ווייזן אפפערוויליגקייט צו העלפן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:38 pm
דורך moshav zekeinim
די שרייבער וואס מיר האבן אינעם אויסגאבע זענען: ונבנתה העיר; ליטוואק פון בודאפעסט; אדנירם; ירא שמים; פאפיטעס; ראובן (צוויי פרישע מאמרים און צוויי איבערגעארבעטע מאמרים פון קאווע שטיבל); רויטע וואנצעס; מושב זקנים (א פאעזיע); כעלעמער מגיד; גראדע מעכעלע; אבערלענדער חכם; געוואגטער אינגל. אלעס צוזאמען איז זעכצן רייכע ארטיקלען.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:13 pm
דורך moshav zekeinim
דער "פרי עט הדר" ווערט יעצט איבערגעקוקט צום לעצטן מאל בעפאר דער פראיעקט ווערט געשלאסן, און דערנאך איז עס גרייט ארויף געשטעלט צו ווערן במלוא הדרו לקראת החג הבעל"ט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביטע מאכן זעכער אז די פולע ק"ש וועבסייט נאמען איז אויפן דעקל אדער אין די הקדמה. אין די פארגאנגנהייט האט מען זיך געגעסן אז מ'האט פארגעסן.
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:21 pm
דורך ירא שמים
איך מיין מזאל עס באהאלטען אזוי העט עס זיין א דבר השוה לכל נפש …
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 7:53 pm
דורך moshav zekeinim
צו וואס דארף מען די וועבסייד אדרעס אז מען קען סערטשן?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
נישט יעדער כאפט אז ס'איז דא וואס צו סערטשן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:56 am
דורך [NAMELESS]
גייט נאך ארויסקומען פאר יום טוב?
שוין היפש שפעט....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:03 am
דורך שמעקעדיג
באשטימט געווארן אויף מוצאי שבת.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:06 am
דורך שטילע אינגערמאן
מוצאי שבת איז שפעט, כגיי נישט זיין אין אפיס זונטוג צו דריקען, רוב אידן גיין פרייטאג לעצטע מאל אין אפיס פאר יו״ט
-----------
שטילע? קענסט בעסער? האסט געלייקט דיין פינגער אין קאלט וואסער פאר די קונטרוס? פאר קריטיק ביסטו דא? שדפ״א
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:58 am
דורך moshav zekeinim
אויב עס וועט זיין מעגליך וועט מען ארויף לייגן היינט פרייטוג.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:18 am
דורך מה הוא
רבותי!
מיינע הענט ציטערן,
עס איז שוין פאקט בקרוב ממש וועט יעדער האבן די זכי' הנאה צו האבן אי"ה!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:35 am
דורך [NAMELESS]
דיינע הענט ציטערן? איך האב דאך דיר געבעטן נישט צו קראכן מיט די 'נאקעלס' אלטץ קינד!?
[tag]מה הוא[/tag] איך דאנק דיר שוין פון פראנויס, בבחינת נעשה ונשמע. דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן ממיטב כספו פאר דיין שווערע -געלונגענע- ארבייט.
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:02 am
דורך ירא שמים
ווען גייען ארויף די אשכולות ?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:07 am
דורך רימון
.