בלאט 1 פון 1

מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
גוטע וואך, גוט יאר!!
מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס!!

ב''ה כ'האב פיין געפאסט. ווי אזוי איז געוועהן ביי ענק?

Re: מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:12 pm
דורך ירא שמים
אמן
ביינונז זאגט מען א גוט יום טוב , ע״ש ויוט היה עושה בצאתו מן הקדש
א גוט יום טוב און א גוט יאר פאר אלע אידישע קינדער .

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:04 pm
דורך געוואלדיג
דו קענסט אפשר פליז במטותא מינך סטאפן צו זעצן מיט די האמער אויף מיינע קינדער'ס שלאף שטוב וואנט, איך ווייס אויך פון די גרויסע ענין פון טוהן אין די סוכה מוצאי יום כיפור, אבער עס שטייט נישט אז עס מוז זיין מיט די האמער, די קליינע קינדער שלאפן שוין, א גרויסן דאנק,

דיין שכן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:28 pm
דורך וועטערבאריכט
ראשעקאל האט געשריבן:גוטע וואך, גוט יאר!!
מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס!!

ב''ה כ'האב פיין געפאסט. ווי אזוי איז געוועהן ביי ענק?

ברוך ה׳ די פאסט איז געווען אקעי, אבער אין דער בית מדרש ווי איך האב געדאווענט האט א צוהיצטער דעסיידעד אנצושטעלען דער עיר קענדישענער צו 60 דעגרי, עס איז געווען א וואק אין פרידזערעטער א גאנצען טאג, איך וועל יעצט האבען א סיינעס העדעיק פאר א וואך. אניוועי מ׳זאל טאקע האבען אויסגעבעטען א גוט געבענטשט יאר.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
קודם בין איך געכאפט געווארן אין שאק צו טרעפן [tag]וועטערבאריכט[/tag] ארויסגעקראכן פונעם נארע פון וועטער אשכול, און מגיב זיין ערגעץ אנדערש.
נאכן ליינען זיינע ווערטער, זע איך אז - אופס, ווייטער עפעס וואס רעדט פונעם וועטער... :D

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:45 pm
דורך וועטערבאריכט
אדנירם האט געשריבן:קודם בין איך געכאפט געווארן אין שאק צו טרעפן [tag]וועטערבאריכט[/tag] ארויסגעקראכן פונעם נארע פון וועטער אשכול, און מגיב זיין ערגעץ אנדערש.
נאכן ליינען זיינע ווערטער, זע איך אז - אופס, ווייטער עפעס וואס רעדט פונעם וועטער... :D

יא יא, אבער אויף דער אינסייד וועטער האב איך בכלל נישט קיין כח דאס צו טוישען. גראדע טריי איך נישט צו זיין פאליטיקעל, טראסט מי איך האב פלענטי צו זאגען...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:49 pm
דורך [NAMELESS]
נו, [tag]וועטערבאריכט[/tag], אפשר זאלסטו יא זיין פאליטיקעל און זיך יא לאזן הערן?!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:54 pm
דורך קאצקע ציקער
וועטערבאריכט האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:גוטע וואך, גוט יאר!!
מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס!!

ב''ה כ'האב פיין געפאסט. ווי אזוי איז געוועהן ביי ענק?

ברוך ה׳ די פאסט איז געווען אקעי, אבער אין דער בית מדרש ווי איך האב געדאווענט האט א צוהיצטער דעסיידעד אנצושטעלען דער עיר קענדישענער צו 60 דעגרי, עס איז געווען א וואק אין פרידזערעטער א גאנצען טאג, איך וועל יעצט האבען א סיינעס העדעיק פאר א וואך. אניוועי מ׳זאל טאקע האבען אויסגעבעטען א גוט געבענטשט יאר.

איך בין געווען אינעם זעלבן פעקל.... געזעצן אין א פריזער א גאנצען טאג..מיין קאפ שווינדעלט מיר...

Re: מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:56 pm
דורך דעת תורה
מיטן טלית אינאיינעם?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:20 pm
דורך קאצקע ציקער
יעפ

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:45 pm
דורך דריידל
דעת תורה האט געשריבן:מיטן טלית אינאיינעם?


נא, גילוי! אפשר איז ער איז בחור

Re: מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:11 am
דורך סביב העולם
לֵךְ אֱכֹל בְּשִׂמְחָה לַחְמֶךָ, וּשְׁתֵה בְלֶב טוֹב יֵינֶךָ: כִּי כְבָר, רָצָה הָאֱלֹקים אֶת מַעֲשֶׂיךָ.

.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:13 am
דורך סאדאם חוסעין
דריידל האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:מיטן טלית אינאיינעם?


נא, גילוי! אפשר איז ער איז בחור

זעסט דיר אז ער האט גענטפערט יא, סא זעה איך אז אפילו בחורים ענטפערן יא, סא עס איז נישט קיין גילו

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:31 am
דורך [NAMELESS]
מיינע גוטע יום כיפור'ס איז נאר צו פארדאנקען די עיר קאנדישען. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען עס דורך מאכן אן דעם.

Re: מ'זאל האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:55 am
דורך smart
בן אדם האט געשריבן:מיינע גוטע יום כיפור'ס איז נאר צו פארדאנקען די עיר קאנדישען. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען עס דורך מאכן אן דעם.

נו אוודאי אן קיין עיר קאנדישן אנגעשטעלט קען מען נישט דורך ג'יין דעם הייליגען טאג.

אבער קאלט וואו א פריזער איז אויך נישט גוט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 8:33 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב כמעט נישט געפילט ווי איך פאסט. אפשר ווייל ס'איז געוועהן א קורצערע יום כיפור ווי געווענטליך

די עיקר מ'זאל האבן געפוילט אלעס גוט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:15 pm
דורך תנחום
smart האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:מיינע גוטע יום כיפור'ס איז נאר צו פארדאנקען די עיר קאנדישען. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען עס דורך מאכן אן דעם.

נו אוודאי אן קיין עיר קאנדישן אנגעשטעלט קען מען נישט דורך ג'יין דעם הייליגען טאג.

אבער קאלט וואו א פריזער איז אויך נישט גוט

כ'בין גראדע אריינגעפאלן דעי וואך און וויען און וויל. איז געהאנגען א צעטל אן עצה טובה פאר די קאלטע אידן זאלן מיטברענגן א סוועדער, נאכדעם וואס מ'האט אינסטאלירט א פרישע יוניט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:34 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:ב''ה כ'האב פיין געפאסט. ווי אזוי איז געוועהן ביי ענק?

ביי נעילה האב מיר שטארק געשאקלט און אפי' אביסל געשפרינגען אז יעדער זאל זען אז איך קען פאסטען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:31 am
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:דו קענסט אפשר פליז במטותא מינך סטאפן צו זעצן מיט די האמער אויף מיינע קינדער'ס שלאף שטוב וואנט, איך ווייס אויך פון די גרויסע ענין פון טוהן אין די סוכה מוצאי יום כיפור, אבער עס שטייט נישט אז עס מוז זיין מיט די האמער, די קליינע קינדער שלאפן שוין, א גרויסן דאנק,

דיין שכן

געוואלדיג: דאס איז נישט פון מיר. די גערודער מייט'ן האמער קומט פון שכן פון די אנדערע זייט. איך האב געקויפט א קארדלעסס דרילל ביי סערטיפייעד לאמבער. מיין דרילל האט א סיילענסער. ס'מאכט אין גאנצן נישט קיין גרודער. ס'איז אזוי שטילל ווי דעם דענטיסט'ס דרילל... :lol:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:14 pm
דורך שמעלקא'לע
אז מ'רעדט פון קעלט, דערציילט מיר איינער אז אין קרית יואל ביים ריזיגן שוהל איז דא ביי די נשים אזא סארט הענטל, וואס זיי קענען דרייען אויב עס פארלויפט א סקרוך אין די ביינער, ווייל די אלעקטראנישע קילער'ס זענען דאך אויבן, און עס איז בייגעלייגט מיט א צעטל פון אינסטרוקציעס עפעס אזוי:
אויב איינער איז הייס און איינער איז קאלט - איז גוט.
אויב איינער איז קאלט און איינער איז גוט - איז גוט.
אויב איינער איז הייס און איינער איז גוט - איז גוט.
אויב צוויי זענען קאלט - איז קאלט, דרייט די הענטל צום רעכטן זייט.
אויב צוויי זענען הייס - איז הייס, דרייט די הענטל צום לינקן זייט.

די הענטל שטעקט זיך ארויס פון די מחיצה, און אזוי ווייסן די גויים צו קאנטראלירן די אירקאנדעישן...
אינטרערעסאנט אויב איינער קען עס באשטעטיגן. און אויך בין איך נייגעריג צו איבערן יאר וועט שוין זיין אן אפיציעלער בי"ד וואס וועט םסקנ'ען אויב ס'איז הייס, קאלט, אדער גוט...