בלאט 1 פון 1

ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
הערט א מעשה וואס איז פארלאפן נעכטן - באמצע יוה"כ - אינמיטן טאג.

נאכן פארענדיגן דאווענען מוסף אין איין ביהמ"ד, בין איך געגאנגען ממשיך זיין אין א צווייטן ביהמ"ד, וואס געווענליך האב איך א ספעציפישע אויסגעטרעטענע וועג וויאזוי איך גיי צום צווייטן ביהמ"ד. אבער משום מה, האב איך נעכטן געמאכט אן אומוועג זעענדיג שפעטער א ספעציעלער סייעתא דשמיא מיך צו פירן אין יענעם דירעקציע.

הכלל, איך גיי אפאר גאסן און פלוצים דערזע איך א שוידערליך בילד: אויף די אנדערע זייט גאס - ביים קארנער פון אן עוועניו - ליגט אויסגעשטרעקט [בפישוט ידים ורגלים], אן עלטערער גערער איד, זיין ספאדיק און גלעזער זענען פארווארפן, און דער איד ריקט זיך נישט! לעבן אים שטייען אפאר גוים און האלטן אינמיטן קלערן וואס צו טון, צו העלפן צו גיין ווייטער [ער איז אומגעפאלן ממש יענע סעקונדע]. איך בין שנעל אריבערגעלאפן דעם עוועניו מיט איין אימפעט, צוגעלאפן צום עלטערן איד, וואס האט אויסגעזען ווי א בן שישים-שבעים אדער אפילו עלטער, וועם איך האב געפונען ליגן אין א קאלוזשע בלוט רח"ל.

ב"ה כ'האב מיך שנעל אריענטירט, און געקוקט פון וואו די בלוט קומט, זעענדיג אז ער האט א טיפע שניט לעבן זיין אויג, און ער האט נעבעך פארלוירן אסאך בלוט. אן קיין טישו'ס וכדומה האב איך מיט מיינע הענט געהאלטן יענע פלאץ אז ס'זאל נישט קומען מער בלוט, בשעת ווען די גוים האבן גערופן 911, ווייל כ'האב נישט געדענקט הצלה'ס נומער אויסענווייניג. קיין איד איז נישט געווען בנמצא פונקט יענע מינוטן מיך ארויסצוהעלפן. שפעטער האבן גוים געברענגט פעיפער טאועל, און ס'איז מיר געווען גרינגער צו האלטן ביי זיין קאפ, אפווישנדיג זיין בלוט פארשמירטער געזיכט.

לכתחילה ווען כ'בין צוגעלאפן צום איד, האב איך אים געפרעגט אויב ער דארף הילף, וועלנדיג הערן וואס האט פאסירט. אבער ער האט נאך אויסגעזען אביסל אנקאנטשעס און דערנאך פארלוירן, נישט וויסנדיג וויאזוי ער האט געלאנדעט אויף די סיידוואלק [ער האט גע'טריפ'ט ביים עק סיידוואלק, פון גאס ארויף צום סיידוואלק]. כ'האב אים געמאכט אביסל באקוועמער, און ער האט זיך צוביסלעך אויפגעכאפט און שפעטער האט ער זיך אויפגעשטעלט למרות דער עולם האט אים געבעטן צו בלייבן זיצן רואיג.

ביני לביני זענען אנגעקומען אנדערע אידן, וואס האבן גלייך מודיע געווען פאר די גוים די נומער פון הצלה, וועמען זיי האבן אנגערופן. הצלה איז אנגעקומען אונטער א מינוט פון ווען מ'האט זיי גערופן, און פארשטייט זיך - בעפאר די שטאטישע אמבולאנס. די חברי הצלה האבן ארויסגעשפרינגען פון טראק נאך אנגעטון דעם קיטל ומעוטר בטלית, אז ס'איז געווען א מחזה הוד... עט דיס פוינט איז שוין דער אלטער גערער געווען ביי זיך, און זעענדיג וואס דא קומט פאר האט ער געוואלט גיין ווייטער, זאגנדיג אז ער איז שוין אקעי און 'ס'איז דאך יו"כ'... אבער די הצלה מעמבער'ס האבן אים געפרעגט אויב ער געדענקט וואס האט פאסירט, און וויבאלד ער האט גארנישט געדענקט איז שוין געווען גענוג סיבה צו דארפן מאכן א טשעק-אפ. ליתר זהירות האבן זיי אים געפרעגט אויב ער האט שוין אמאל געליטן פון די און יענע מחלה, אויף וואס ער האט געענטפערט מיטן טיפישן גערע שארפקייט: כ'האב שוין אלס געהאט, אבער ווי קומט עס דא אהער? לאטס מיר גיין... אבער די חברי הצלה האבן אים געזאגט אז זיי ווייסן אויך פון קדושת היום, און זיי זאגן אים פארט אז ער זאל כאטש אריינגיין אין טרעקל אים אויסצוטשעקן.

למעשה האב איך לכתחילה זיך באנוצט מיט וואסער אפצושווענקן די 'גאנצע' צוויי הענט פון די בלוט, וואס איז שוין געווען פארקלעבט אויף מיר ביז היבש ארויף, און כ'האב געהערט אפאר יודעלעך זאגן 'אה, האמיר שוין אן אייגענעם היראו אויך'... און כ'בין זיך געגאנגען ווייטער זיך פרייענדיג אויפן זכות וואס איז מיר צוגעפאלן צו העלפן ראטעווען א איד בעצם יום הכיפורים. דער 'בלוטיגער' פרייז איז געווען, מיינע הענט, מיין העמד, מיין קיטל, און מיין טלית. אלעס איז געווארן פארשמירט מיט בלוט.

האב איך געטראכט צו מיר, אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האט דער עולם געווארט צו זען ווען דער חוט השני איז געווארן איבערקערט אויף ווייס, אלס סימן אז זיי האבן שוין זוכה געווען צו כפרת עוונות. איך ווידער, האב געזען ווי די ווייסע בגדים מיינע זענען געווארן איבערגעקערט אויף א רויטן קאליר, און כ'האף אז אינעם זכות פון העלפן דעם איד האב איך זוכה געווען צו כפרת עוונות.


פרעגט איר מיר פארוואס איך דערצייל עס אייך? נוהגים במדינותינו [ק"ש] לומר: ווייל איך וויל איר זאלט וויסן...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:11 pm
דורך געוואלדיג
שוין האמיר שוין אויך, יהוכ"פ ד'אדנירם, נאך אביסל קומט די אשכול ראשון לחשבון עוונות ד'אדנירם, דאס וועט שוין זיין פול מיט טעם :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]געוואלדיג[/tag] גוט!
:like

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.

דו ווייסט ניטאמאל ווי גוט דו זאגסט.

כ'שרייב טאקע אזוי איידעלערהייט אז 'כ'בין געגאנגען פון איין ביהמ"ד צו א צווייטן ביהמ"ד', אבער באמת בין איך געווען בעל תפילה אינעם ערשטן ביהמ"ד וואו כ'האב געדאווענט מוסף [און כל נדרי] פארן עמוד [נו, גילויייייייייי!!!!!!], און דערנאך בין איך אריבער צום צווייטן ביהמ"ד [אמשינאוו, נאר וואו דען?].

עכשיו זכינו לדין, להבין דבריו הקדושים של [tag]רויטע וואנצעס[/tag] ווייל נאכן אפרעכטן די 'עבודת הקרבנות' ביי מוסף, בין איך געווארן פארשמירט מיט בלוט, לכפר על כל עוונותינו.

Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:40 pm
דורך אהרן
מה נהדר היה, אשריך ר׳ שש!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:שוין האמיר שוין אויך, יהוכ"פ ד'אדנירם, נאך אביסל קומט די אשכול ראשון לחשבון עוונות ד'אדנירם, דאס וועט שוין זיין פול מיט טעם :lol: :lol:

[tag]געוואלדיג[/tag], איין זאך איז זיכער:
מיט דיין תגובה האסטו געמאכט דעם 'זמן שמחתינו ד'אדנירם'... :D

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:55 pm
דורך רוסישער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.

און פארגעס ניט אז די בגדי לבן פון די כהן גדול זיינען געמאכט [tag]אדנירם[/tag]!

Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:56 pm
דורך אהרן
געוואלדיג האט געשריבן:שוין האמיר שוין אויך, יהוכ"פ ד'אדנירם, נאך אביסל קומט די אשכול ראשון לחשבון עוונות ד'אדנירם, דאס וועט שוין זיין פול מיט טעם [emoji38] [emoji38]

פארדעם קומט זיך א דאבל לייק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:22 am
דורך [NAMELESS]
רוסישער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.

און פארגעס ניט אז די בגדי לבן פון די כהן גדול זיינען געמאכט [tag]אדנירם[/tag]!

[tag]רוסישער[/tag], הפלא ופלא!

באלד רעד איך מיך איין אז כ'בין שוין טאקע געווען דער כהן גדול... :lol:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:39 am
דורך רוסישער
און ווער זאגט אז נישט? דו מיינסט אז א כהן גדול איז דוקא דער מיט א לאנגע ווייסע בארד, טיפע פייערדיקע אויגן, וואס פארנעמט זיך מיט שרייבן טיפע מאמרים איבער יעדער נושא אין דער וועלט מיט א שרעקליכדיקע שארפקייט און אומנאטירליכע קלארקייט, איך האב ניוז, א כהן גדול איז דער וואס העלפט א געפאלענע איד! אם שחונה - גשומה!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:58 am
דורך יעקב מענטש
קאנגראטולאציעס, [tag]אדנירם[/tag] איך גלייב אז נאך אזא מחזה האט זיך די נעילה אנדערש געדאווענט, הן מצד וואס א מענטש ווייסט נישט וואס ווארט אים יעדע רגע, פונקט ווי דער גערער זקן האט נישט געחלומט א רגע פארן טראסקענען, הן מצד דאס געפיהל אז אויב דיין וואגשאהל איז געווען האלב אויף האלב, האסטו נארוואס ארויפגעלייגט א מצוה וואס וועגט אזויפיל ווי דער אלטער גערער, מיט די סיידוואלק אויף וואס ער איז געפאלן אינאיינעם, ווארום זיי האבן דאך בייגעשטייערט צו דיין יכולת צו טוהן די מצוה.... וואס האט זיכער געגעבן א דרוק אראפ דעם מצוה טעלערעל, און דיך פארזיכערט א חתימה לחיים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:09 pm
דורך ירח בן יומו
יעקב מענטש האט געשריבן: וואס וועגט אזויפיל ווי דער אלטער גערער, מיט די סיידוואלק אויף וואס ער איז געפאלן אינאיינעם, ווארום זיי האבן דאך בייגעשטייערט צו דיין יכולת צו טוהן די מצוה....

איז דער גערער טאקע געווען אזא גרויסע שווערער מענטש?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:21 pm
דורך [NAMELESS]
ניין. ער איז געווען אן עלטערער נארמאלע סייזט, אביסל נידעריגער איד.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:08 am
דורך [NAMELESS]
א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...

Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:58 am
דורך גרויסע מענטשעלע
אדנירם האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...

יהא בואך לברכה!

זאלסט פויעלן גוטס !

Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 3:03 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אדנירם האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...
שש; אינז בענק מיר זיך
א גמר חתימה טובה

Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:09 pm
דורך טמיר
אדנירם האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...

עפעס שטימט נישט דא. איז עס געווען אן אנגעשטעלטע תגובה וואס איז בטעות געשיקט געווארן א יאר שפעטער?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:14 pm
דורך וואלווי
טמיר האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...

עפעס שטימט נישט דא. איז עס געווען אן אנגעשטעלטע תגובה וואס איז בטעות געשיקט געווארן א יאר שפעטער?


מאכט זיך א יעדער שטיק צייט. וד"ל

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:31 am
דורך געוואלדיג
כבר מילתי אמורה כמה פעמים, א פותח אשכול האט די מעגליכקייט נאך א תקופה צו ארויפברענגען זיין אשכול דורך עס מקפיץ זיין, און דאן באקומט די לעצטע תגובה די נייע דאטום.