בלאט 1 פון 1

הנגיד הטפסר ר' ישעי' וואלף לעוו - ראה"ק סאטמאר-לאנדאן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:53 am
דורך שעפטל
יעצט קומט אריין די ביטערע בשורה אז הרה"ח הנגיד, הטפסר המרומם, נדיב ושוע, מו"ה ישעי' זאב לעוו ז"ל, ראש הקהל דקהל יטב לב ד'סאטמאר (מהר"א) בעיר הבירה לאנדאן איז יעצט נפטר געווארן.

דער ראש הקהל ז"ל איז געווען א געוואלדיגע נדבן און געגעבן אסטראנאמישע סכומים פאר צדקה, יארן לאנג האט ער אויסגעהאלטן די בית רחל ד'סאטמאר אין לאנדאן איבערהויפט די סעמינאר.

אפאר יאר צוריק האט ער געבראכן א שטיקעלע רעקארד בשעתו מיטן געבן 5 מיליאן דאלער צו קענען אפקויפן און בויען די בנין התלמוד תורה ד'סאטמאר (מהר"א) אין וויליאמסבורג, אויף ווייט עוו. וואס הייסט טאקע "בנין ישעי' זאב לעוו".

דאס יאר ווינטער האט ער געענדיגט בויען א בנין תלמוד תורה אין לאנדאן, וואס האט אים אפגעקאסט בערך 6-7 מיליאן פונט, פונעם אפקויפן ביזן איינרישן עד הסוף.

טאקע ביי דעם חנוכת הבית איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א געפארן קיין לאנדאן
untitled.png


יהא זכרו ברוך.

איך האב גראדע אפאר זאכן צו שרייבן, ועוד חזון למועד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:10 am
דורך [NAMELESS]
בד"ה
ער איז קראנק געוועהן?

כ'האב אמאל געהערט אויף ישעי' וואלף אז ער האט אנגעהויבן ביזנעס ווי א פעדלער. ער איז געשטאנען אין פראנט פון ביהמ"ד און פארקויפט טשאטשקעס און שווער גע'ארבייט צו פארדינען מער און מער. איינע רווייסט אויב ס'אמת?