בלאט 1 פון 4

"לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 3:47 pm
דורך moshav zekeinim
מיט רגשי גיל ושמחה טוען מיר איינמעלדן, אז דער אזוי ערווארטערטע אויסגאבע לכבוד יו"ט סוכות "פרי עט הדר" פרעזענטירט דורך די חשוב'ע חברי הקאווע שטיבל איז שוין גרייט צו דאונלאודן.

ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן געהאט א חלק אינעם גליון, די שרייבערס, מגיהים, ספאנסערס, און אלע וועלעכע האבן געוויזן שטיצע און ערווארטונג פארן פראיעקט. ספעציעל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די וואס האבן שטארק נושא בעול געווען און געשטאנען צו די האנט ווי געטרייע שיתופים צום פראיעקט, הלא הם: [tag]אדנירם[/tag], [tag]געוואלדיג[/tag], [tag]אבטולמוס[/tag], און [tag]קעלנער[/tag] פון די הויפט גבאים אין ק"ש. אחרון אחרון חביב דארף מען דערמאנען [tag]מה הוא[/tag] וועלכער האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש מיט שעות ע"ג שעות צוצושטעלן אזא הערליך-גראפירטע אויסגאבע.

מיר ווינטשן פאר אלע ליינער א פרייליכן זיסן יו"ט און א איינגענעמע ליינען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
WOW!!!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 4:05 pm
דורך רימון
א הארציגן ישר כח מושב.

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 4:21 pm
דורך קאסטנער
הערליכע ארבעט!!!

ספעשעלי די גראפיקס!

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:03 pm
דורך smart
!!!רייכע הערליכע ארבעט

שכוח פאר די שווערע האראוואניע

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:22 pm
דורך אהרן
עידיות שבעידיות, אונזער בעסטע שרייבער, גוטע מאמרים, הערליכע גרעפיקס, יישר כוחכם!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:53 pm
דורך דבילה
ס'ממש קילורין לעיניים!

וואו קען 'ך מיך איינהאנדלן אזא געדרוקטע קונטרס?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 6:11 pm
דורך געוואלדיג
wow ייכר כח מושב זקנים, יישר כח [tag]מה הוא[/tag], יישר כח [tag]קעלנער[/tag] פאר דיינע הילף און ראט, ואטו כרוכלא איזיל, א יישר כח פאר אלע מיטארבעטער, ברוך ה' האב איך געהאט א חלק אין די הוצאה און איך מוז ענק זאגן דאס איז עכט העכער מיינע אלע ערווארטונגען, אין תוכן, אין גרויס, אין גראפיק, בקיצור אין אלעס, פאקט איין נאלע אנדערע אויסגאבעס אויף יו"ט מיט א שמוץ אריבער און נאך פאר פרי אויך, כאפט ווילאנג עס איז נאך דא, און פארגעסט נישט צו באדאנקען ר' מושב וואס האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה און די קרעדיט איז אינגאנצן זיינס.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 8:38 pm
דורך [NAMELESS]
דבילה האט געשריבן:ס'ממש קילורין לעיניים!

וואו קען 'ך מיך איינהאנדלן אזא געדרוקטע קונטרס?

אפשר קען מען מסדר זיין א לאקאציע ווי מען וועט עס קענען קויפן,

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 8:44 pm
דורך ירא שמים
א פאסט באשטעלונג איז בעסער.

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:35 pm
דורך טאמבל סאס
הערליך. דאנקע שיין @ונבנתההעיר פארן אמירה בשמי.

באמת זענען אלע ספעציל אבער מיינע דריי פעיוואריטס זענען:
1)החג צו חג הסוכות פון א חכם 2) דער פונקטליכער מולד און 3) אידישקייט-אידעאלן, און קאנסעקווענצן. ביים 'אשורישן כראנאלאגיע' פונעם וואונדערבארן "חוקי התורה און חוקי חמורבי" האב איך פארלוירן חשבון. כ'נעם אן אז החיסרון בי.
די שמחת החיים פון @שמעקעדיג בעהט פאר א באזונדערן לחיים. הקיצור, ווען איר וועט זען טאמבל סאס קומען פון באר זאלט איר וויסן אז נישט פון וואסער זענען זיינע לעפצן נאס...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:50 pm
דורך שמעקעדיג
פון רויטע וואנצעס, נישט פון שמעקעדיג... איך בין נישט א בר הכי פאר אזא ארטיקל

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
[center]בראש ובראשונה וויל איך דא אויסדריקן מיין הערצליכן דאנק, פאר האחד המיוחד מבני חבורתא הדין, וואס האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אינעם עסק ארויסצוגעבן אן אינהאלטסרייכע אויסגאבע לכבוד חג הסוכות, ושמו יקבנו 'פרי עט הדר'. און ער האט נישט געשוינט קיין צייט און קיין מיה, ארויסצוגעבן א הערליכע אויסגאבע לשם ותפארת, וה' הצליח בידו אז מיר זעען אזא וואונדערבארער קונטרס.
יעמוד מורינו הרב [tag]moshav zekeinim[/tag] שליט"א, ויקח ממני ומאת כל קהל עדת 'קאווע שטיבל' את אות הכרת הטובה והתודה מאתנו!

ומשנהו בדומה לו, דער ברייט-בארימטער גראפיקער של עירנו בית הקפה, מורינו הרב [tag]מה הוא[/tag], וואס איתמחי גברא ואיתמחי קמיע, ביים ארויסגעבן דעם פריערדיגן קונטרס 'פה סח', און האט געמאכט א הערליכער ארבעט שוין צום צווייטן מאל, אזוי אז דער קונטרס איז ראוי לעלות על שולחן מלכים.


היות איך האב אויך אריינגעלייגט אן א שיעור שעות ארבעט במלאכת ההגהה ועוד, קען איך מעיד זיין אביסל ווי שווער די ארבעט איז געווען אונטער די קוליסן, וואס דער עולם מערקט קוים אן זעענדיג א שוין-פארענדיגטן הערליכן פראיעקט, און דערפאר דריק איך מיך אויס מיט א ספעציעלע דאנק פאר די צוויי חברים הנ"ל וואס האבן בעצם דורכגעפירט דעם וואונדערבארן פראיעקט. ובהאי שעתא וויל איך אפגעבן א באזונדערע דאנק פאר מיינס א חשוב'ער ידיד, וואס האט אויך אריינגעארבעט מגיה צו זיין וכו', ה"ה מורינו הרב [tag]געוואלדיג[/tag], 'דאנקע שעהן, קאלעגע'... און אזוי אויך די אנדערע וואס האבן ארויסגעהאלפן מגיה זיין וכו'.

אזוי אויך דאנק איך דא אלע חברים וואס האבן אפגעשריבן די אינהאלטסרייכע ארטיקלען, וואס זענען בלי שום ספק איינס בעסער פונעם צווייטן, מלא וגדוש בכמות ובאיכות, מלאים זיו ומפיקים נוגה. און א באזונדערע דאנק פאר די וואס האבן זיך לכה"פ משתתף געווען בנתינת ממון למען הצלחת המפעל.

תודה רבה לכולכם.[/center]

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:57 pm
דורך געוואלדיג
ייש"כ פאר אלע קאמפלימענטס עס פילט זייער גוט, איך וויל נאר קלאר שטעלן אז איך האב נישט מגיה געווען, נאר געהאלפן מיט אלע לאגיסטישע און חלקים און געווען א שטיקל קארדינעיטאר.

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:58 pm
דורך טאמבל סאס
שמעקעדיג האט געשריבן:פון רויטע וואנצעס, נישט פון שמעקעדיג... איך בין נישט א בר הכי פאר אזא ארטיקל

מיין טעות. דער קעפל האט מיר מטעה געווען.

"לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:00 pm
דורך ירא שמים
גם אני אענה חלקי הדל אפצוגעבן א הערצליכע יישר כח פארן הערליכע גליון , ווי אויך א גרויסען יישר כח פארן אננעמען מיין ארטיקל , סאיז מיר באמת א גרויסע כבוד אז מיין ארטיקל איז מופיע צווישען אזעלכע פראפעסיאנאלע און אינהאלט רייכע ארטיקלען , און א ייש״כ פארן אזוי שיין עס בעארבעטן.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:00 pm
דורך געוואלדיג
מיינסט אוודאי צו זאגן אז די בילד האט דיר מטעה געווען...

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
א הערליכע "פרי עט הדר" און נאך בחינם אויך. ניטאמאל א "בלאט" פלעק צוגעפונען. יישר כח פאר די הערליכע ארטיקלן מכל "המינים".

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:34 pm
דורך ראוונע
א הערליכע שיינע קונטרס מזעהט ענקער שווערע האראוואניע
זאל ענק השי״ת באצאלען בכפלי כפלים

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:55 pm
דורך פליקער
א גרויסן יישר כוח פאר אלע באטייליגטע און אזא מייסטער ארבייט, און אזא אנגעשטרעינגטע צייט, וואס עס איז אפילו נישטא קיין צייט צי זינדיגן, דאך זענען מיר דא עוסק און פארשפרייטן לכבוד יום טוב אזעלכע הערליכע פרי עט הדר'ס.
אגב איין פיצי וויין אויף די פאקט אז עס איז נקי מ'כוכב וואס איז געגאנגען מאיגרא לטמיר ונעלם, חוץ אויב עס האט פאסירט נאך א קעיס פון א גילגל ב'ניק אחר, בעיט איך א אישי, אדער ווייז האט'ס מיר א גוט יום טוב

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האף דאס מאל וועט מיר געלונגען. אויף טאפאטאלק האט עס זיך אפגעשטעלט אינדערמיט.
ייש''כ פאר אלע ארבעטארער'ס, ויהי שכרכם כפול מן השמים צו א זיס געבענטשטע יאר.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:51 am
דורך [NAMELESS]
א מעסיוו ארבייט!!!

לדאבוני האבן מיינע נאז פימפלעך זיך געביטן צו 'פראסטערינדע פרעקעלעך' ווען איך האב געזען מיין ארטיקל. רעבעצין געוואגטער מיט די הילף פון החריף כבוד משזר, האבן געארבייט און מסדר געווען א מסודר'דיגע word document, זעט אויס אז ערגעץ ווי ביים בחור ה'זעצער אויפן שרייב טישל איז אנטשטאנען א 'מיני-צומישעניש' אינעם אויסשטעל פונעם ארטיקל. וחבל.

אבל מה אעשה, שכמו שאני בחינם אף (מה) הוא בחינם, במילא האב איך קיין פארדרוס. און איך נעם זיך שוין אינטער אן ארטיקל פאר די נעקסטער אויסגאבע.

Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:08 am
דורך [NAMELESS]
געוואגטע/
כ'האב נאך גארנישט געליינט, אבער דיינס זעהט מיר אויס ספעשעל אינטערסאנט