נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות

שליחה דורך בעל מדות »

א היסטארישע מקח איז געשלאסן געווארן אויף דעם אור אלטן בנין הבית המדרש "טאהש" אויף העריסאן און היוז סטריט. אין וויליאמסבורג ווען קהל יטב לב מהר"א וועלכע הערן נישט אויף צו שלינגען פראפערטי לעצטענס האבן יעצט דעם בנין אויך ארויפגעשטעלט אויף זייערע פארמעגן ליסטע.

די בנין וועלכע איז מיט יארן צוריק ארויפגעוואקסן מיט א פראכט זאלנדיג צו דינען די געברויכן פון די טאהשע קרייז איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' חיים לאקס ע"ה און ערגעץ אינמיטן די בניה איז זי מיסטריעז געווארן אפגעשטעלט און געווארן אריינגעצויגן אין א קאמפליצירטע געשעעניש, (וואס די דעטאלן דערפון זענען נישט נוגע דא און ביטע נישט אריינגיין דערין) נעמענדיג דעם בנין אויף א קלאציגן שפאציר, לאזנדיג איר אפשימלען פאר לאנגע יארן.

לאחר פטירתו פון די טאהשע רבי זצוק"ל האט זיך א שטיקל ריר געגעבן דארט און שמועות האבן אנגעהויבן קורסירן אז די בנין ווערט געלייגט אויף "סעיל" ווען פילצאליגע קהלות און אינדיווידיעלן האבן זיך אנגעהויבן רייסן דערויף פאר א שטיק צייט.

יעצט ערב שבת איז אנגעקימען די נייעס אז קהלת טאהש האט לעגאל איבערגעשריבן דעם בנין פאר קהל יטב לב און וועט דינען די אינטערעסן פון די געגנט לכאורה אלץ נייע בית המדרש (מיין שפאקולאציע ב. מ.)

ביטע טוט מיר צוליב און פארצימעסט נישט דעם אשכול, אויב האט איר עפעס אביעקטיווע נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים, און אזוי ווייטער לאזט אייך גערן הערן דא.

א גוטע וואך.
בייגעלייגטע פיילס
די בית המדרש
די בית המדרש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר