בלאט 1 פון 1

ברית מילה געאסר'ט אין דייטשלאנד

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:20 am
דורך איחוד פעלד
די נייעס שטייט נישט אין די מער היימישע נייעס, אבער קען זיין זיי וועלען עס ברענגען בקרוב.
דערווייל איז עס דא

עס איז אינטרעסאנט, ווייל עס קומט פין א בית משפט א געריכט, נישט די פארלעמענט, איך קען נישט די סיסטעם אין דייטשלאנד, און פארשטיי נישט ווי אזוי א זאך ווי דאס קען ווערען באשלאסען דורך א געריכט, באיזה אופן איז עס געשעהן.

און שולדיג אין דעם זענען גאר א מוסלמענער קאפעל, וואס האבען נישט אכטונג געגעבען עס זאל נישט בלוטען. פאר פרטים קען מען קוקען אויף די לינק.

איין זאך וואס מען דארף יא ארויסנעמען פין דעם, אז טאמער מען וועט נישט אכטונג געבען אויף דער מציצה בפה, ווער און ווי אזוי מען מאכט דאס, איז עס עלול אז דא אין אמעריקא זאל עס אויך ווערען קעגען דער געזעץ.

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:39 am
דורך פראפעסאר שפירא
איינער שרייבט דארט ביי די קאמענטס,עפעס אז ס'גוט אז ס'געשען וועגען א מוסלעמענער, די מוסלומענער וועלען שוין אויסלערנען די דייטשען אויף די טאליבאנער שפראך,

א צווייטער שרייבט דארט: פלוצלינג זארגען זיי זיך פאר די לעבען פין אידישע קינדערלאך, "איינער געדענקט נאך וואס זיי האבען געטוהן 70 יאר צירוק ?"

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:53 am
דורך דולה ומשקה
אמעריקא איז אזא מלכות של חסד...
איינמאהל מ'פאלט נאר אריין אין די הענט פון דעם מלכות איז אך און וויי.
אמעריקא (אדער סטעיטס) קענען אויך ארויס געבען אזוינס גלייכען, אלעס אונטער נאמען פון "דעמאקראטיע". סטעיט ענד רילידזשען.

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 5:25 pm
דורך טאמבל סאס
כ'פארשטיי נישט! די דייטשן גיבן דאך די מערסטע אובאכט היינטיגע צייטן נישט צו טשעפען מיט די אידישע געפילן, ווי פאסט דאס פאר זיי? און אין פוצה פה ומצפצף?
צו האבן זיי דען אינגאנצן פארבאטן ברית מילה?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:35 pm
דורך זר זהב
א רב איז יעצט קרימינאל אנגעקלאגט געווארן אין דייטשלאנד פארן חטא פון פערפארמען א ברית
http://www.vosizneias.com/112126/2012/0 ... cumcisions

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:10 pm
דורך נח געציל