בלאט 1 פון 1
מיין "פרי עט הדר"
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 11:06 am
דורך [NAMELESS]
שוין נישט געהאט א געלעגענהייט צו פרינטען קאלערד דאס מאל. אבער ס'איז נאך אלץ הערליך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:19 pm
דורך בעל מדות
נ'שוין האסטו מיין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:35 pm
דורך פליקער
געהאט איצט אנעמערדזשענסי אין אפיס, כדי ארויספרינטען די פרי עט
נאך א מאל א דאנק,
עס טוט מיר לייד אז מיין ניק איז נישט דערין דאס איז דאכצעך א פערסט אבער אזוי איז עס יעדער איז ריפלעיסעבל
גוט יום טוב אלע ווערטואלע פריינט און נודניקעס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:00 pm
דורך רימון
א יופי פון א הדר.
Re: מיין "פרי עט הדר"
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 4:00 pm
דורך ירא שמים
וואו איז די בלאט ?
Re: מיין "פרי עט הדר"
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 4:39 pm
דורך [NAMELESS]
מסתמא האט שוין זיין אתרוג א בלאט פלעק
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:וואו איז די בלאט ?
אונזער ראובן איז דער פראפעסער אויפן איד. ער ברויך נישט די בלאט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 4:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
א חכם איז א מבין דבר מתוך דבר, ער פארשטייט שוין פון דער איד בערך וואס דער בלאט שרייבט און שפארט צו דעם אויך אפאר טאלער.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 8:28 pm
דורך פאפיטעס
כהאב פראבירט ארויסציפרינטן דעם "פרי עט הדר" פון מיין פרינטער אינדערהיים אבער דער שטן האט איינגעריסן וועלטן... אין סאיז געווארן ציבראכן,
בלית ברירה זענען מיר געגאנגן אויסשפילן דעם מערדער אין כבין געגאנגן צו "סטעיפלס" אין זיי האבן געטשארדזשט דרייצן טאלער פאר די קנאפע הונדרעט און פינעף בלעטער, וואס דאס איז בערך וואס איך האב געצאלט פאר דריי מאגעזינען, אבער עס האט זיך דעפעניטלי געלוינט נאכן זען די קוואליטעט און ארבעט וואס איז אריינגעגאנגן דערון, אין איך האב געהאט אן עכטן עונג יו"ט דערפון!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 11:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיין פרי עט הדר איז שוין אזוי צופליקט פון לייענען, אז דער פיטום איז היינט אראפגעפאלן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 2:27 am
דורך געוואלדיג
וואס דיין ווייב האט נישט אראפגעביסן? איי הוחמצה השעה...