בלאט 1 פון 1
פרי עט הדר עוועילעבל ביי ביגעלאייזען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:39 pm
דורך [NAMELESS]
פרי עט הדר יעצט עוועילעבל ביי ביגעלאייזען וכל הקודם זכה
Re: פרי עט הדר עוועילעבל ביי ביגעלאייזען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:45 pm
דורך נולד מאוחר
וויפיל $?
Re: פרי עט הדר עוועילעבל ביי ביגעלאייזען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:45 pm
דורך קאסטנער
זענען זיי אפן חול המועד?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:47 pm
דורך [NAMELESS]
א פיינע איינפאל!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:39 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:פרי עט הדר יעצט עוועילעבל ביי ביגעלאייזען וכל הקודם זכה
נאר בארא פארק

?!
וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל זענען דען עפעס ראזשינקעס? אפשר ארלעדיגט מען א פלאץ אויך אין אלע אנדערע שטעט?
Re: פרי עט הדר עוועילעבל ביי ביגעלאייזען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:29 pm
דורך אהרן
נולד מאוחר האט געשריבן:וויפיל $?
די תוכן איז פרייסלעיס
Re: פרי עט הדר עוועילעבל ביי ביגעלאייזען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:52 pm
דורך אני מת לחיות
פריעד באטשי האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:פרי עט הדר יעצט עוועילעבל ביי ביגעלאייזען וכל הקודם זכה
נאר בארא פארק

?!
וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל זענען דען עפעס ראזשינקעס? אפשר ארלעדיגט מען א פלאץ אויך אין אלע אנדערע שטעט?
אדרבא, טרעף א ספרים סטאר אין ווילי וואס גייט דאס פארקויפן, [emoji3]
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
וויינשטאק - מאורות - סגולה ועוד,
Re: פרי עט הדר עוועילעבל ביי ביגעלאייזען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:59 pm
דורך אהרן
הצד השוה שבהן? אז זיי זענען אויפגעסעט מיט POS סיסטעם?
זיין קשיא איז, וועלעכע ספרים סטאר וועט זיין גרייט צו נעמען די היץ און פארקויפען עפעס א פובליקאציע געשריבען דורך אפאר נארישע אויךמיר אויפגעקלערטע כופרים וואס באהאלטען זיך אונטער מאדנע ניקעס און עפעס א פארשטיפטע ווערטואלע שטיבעל (די איבריגע נזיפות זיי אליינס מוסיף..)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
ביגלאייזן פארקויפט סאך מער קאנטערווערסיעלע זאכן [אנדער די קאונטער], שוין צענדליגע יארן, ואין פוצה פה ומצפצף. וכהנה זענען דא פארשידענע אנדערע ספרים געשעפטן.
כאטש לדעתי איז דאס נישט קיין ראי' אז זיי וועלן דאס אויך פארקויפן.
ווייל מיר ווייסן דאך אז 'דאס ארגסטע' איז ווען א היימישער שרייבט אפיקורסות ל"ע,
און אזוי פירט מען אפ דעם יוגנט ה"י,
און דערפאר דוקא דא גייט מען זיך נישט לאזן היל"ת,
נאר מ'גייט פארפירן און שרייען אויף דעם קונטרס עפ"ל,
און ווער ס'ליינט דאס וועט זיך זיכער גלייך נאכדעם שמד'ן רח"ל,
על כן כולנו למערכה, מי לה' אלי, ללחום נגד אפקורסי הקאווע שטיבל שר"י.
Re: פרי עט הדר עוועילעבל ביי ביגעלאייזען
נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:05 am
דורך אני מת לחיות
למיטב ידיעתי איז נישטא אין ווילי קיין סטאר וואס וועט מסכים זיין דאס צו פארקויפן
Sent from my SM-G900T using Tapatalk