רבי גדליה שור ר"י תורה ודעת - ז' תמוז

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

רבי גדליה שור ר"י תורה ודעת - ז' תמוז

שליחה דורך דולה ומשקה »

באקאנט מיט זיין גרויסע ווערק, זיין ספר אור גדליה,
ער האט געהאט א ברייטע וועג פון טראכטען אין אפילו גאר קליינטשיגע זאכען.
ער איז געוועהן א גרויסע שאך שפילער.
נלב"ע ז' תמוז

רבי גדליה שור איז געבוירען אין גאליציע נאכען ערשטע קריג, זייענדיק צוויי יאר אלט איז ארויס קיין אמעריקא אינאיינעם מיטן זיינע עלטערן. אלס בחור "עשה חיל רב בלימודיו, והתגלה בבעל כשרונות עילויים מופלאים" בנוסף אויף זיין זכרון
הפנומנאלי.
ווען ער איז געקומען לימי הבחרות האט ער מקיים געוועהן דעם ״הוה גולה למקום תורה״, אין פון אמעריקא איז געפארען לערנען אין דער ישיבה פון הגאון הגדול רבי אהרן קוטלר זצ״ל אין שטאט קלצק שבליטא, דארט איז ער שטארק נתעלה געווארען, ביז ער איז געווארען פארעכנט אלס איינע פון חשובסטע אין שטארקסטע תלמידים.
אויפן וועג קיין קליצק איז ער אדורך וויען, ווי ער האט געוויילט ביים סדיגורא רבי, וואס זיין טאטע איז געוועהן זיינס א חסיד, אויך אויפן וועג צוריק האט ער זיך ספעציעל אפגעשטעלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ר' אברהם'ס פאטער, רייט ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יאנקל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ר' אברהם'ס פאטער, רייט ?

יא, ער הייסט ווארשיינליך נאך ר' אברהם, ר' גדליה'ס פאטער - מחסידי רוזין.

אינטערעסאנט אז מחסידי רוזין זאל ארויסקומען אזא פארקוועטשטע צאנזער... כ'מיין גער'ער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבי גדליה איז אויך געווען א גערער,
זיין ספר איז אסאך באזירט אויף שפת אמת און אנדערע פוילישע חסידישע ספרים, און ער האט ווארעמע הספדים אין אור גדלי' אויף אדמורי גור, בית ישראל און אמרי אמת וכדומה
דאס איז אמת אז זיינע קינדער זענען פיל מער כניאקיש פון אים, רבי אברהם איז א קנאישער פייערדיגער מענטש, רבי רפאל, איז א כניאקישער פאר'דבקה'טער גאון, רבי ישראל שמחה איז שוין יא מער אזוי ווי דעם פאטער א מעסיגער בעל מחשבה
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

און אשל אברהם אין וויליאמסבורג איז דא איינער ר' יצחק שור עפעס מיט דעי משפחה?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'דא איינער שור וואס לייענט הענט און שריפט'ן, ער איז נישט מיט אלעמען . איינער ווייסט פון וועם כ'רעד ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

נארוואס געדריקט פון איהם דער נייע ספר אור גדליה- על סוגיות הש"ס.
אויך פארמאגט דאס א לענגערע תולדות, הגם פאר די וואס האבן איהם געקענט זעהט מען דא א צווייטע מענטש נישט רבי גדליה, וד"ל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אה איך דערמאן זיך יעצט זעענדיז נאכאמאל דעם אשכול אז מיין פראגע (און לעמיל'ס פראגע) איז געבליבן הענגן אין די לופטן. וועליך ענק פארציילן שנעל מעשה שהיה. פאר 6 יאר צוריק ביניך אריינגעפאלן אין שומר שבת שול ביי די סוכה זייט, זעה איך א ים מיט מענטשן ביים טיש שטייען איבער איין מענטש וואס זיצט אויפ'ן באנק און יעדער דיסקוסירט ארום אים. צו מיין פראגע וואס דא קומט פאר, זאגט איינער אז דא אידא איינער מיט די נערווען צו טון ער לייענט האנט שריפטן, און אויך קען ער דיר זאגן אלעס וועגן דיר אויב שרייבסטע אראפ די ענגלישע בוירטה דעי און נאמען און מאמעס נאמען. פארוואס די ענגלישע בוירטה דעי און נישט די אידישע, איז דער תירוץ געווען זייער פארשטענדליך בשעתו. איך האב עס פארגעסן פונקטליך. (עפעס בערך אז ער קען לייענען נאר דורכן איין סארט וועג וואס האט מיט'ן זון נישט מיט די לבנה וועלכער איז דער אידישע צייט ווייזער. עפעס אזוי)

איך שטיי דארט און איך זעה ווי געוויסע לאכן און געוויסע גלייבן. האב איך געווארט ס'זאל ווערן מער ליידיג, איך וויל נישט יעדער זאל הערן וואס ער זאגט איבער מיר. איך גיי צו איך שרייב מיין נאמען און בוירטה דעי, ער קוקט אריין און האט אנגעהויבן מאכן אלע מינע סארט גרימאסן, ער דריקט די באנק און טיש זיינע הענט ציטערן ווי א נערווען גערירטער וואס האט נאך א ברעיקדאון... און... ער הייבט אן זאגן אלעס ווי א בעל רוח הקודש במלוא מובן המלה! ער זאגט וואס איך גלייך ער האט נישט געקענט בעסער צוטררעפן, ער האט אויך געזאגט אקוראט וואסערע סארט ווייב איך גיי טרעפן! אויפ'ן דאט! איך האב נישט געוויזן קיין שום ערשטוינונג, שפעטער פרעגט ער מיר, נו? זאג איך אים יא! דו ווייסט וואס דו רעדסט. האט ער זיך געבייזערט פארוואס איך האב נישט גלייך אזוי געזאגט. נאר געשפילט ווי א דומם.

איז דארט געשטאנען איינער (וואס איך גלייב מ'קען אים דא) וואס האט געלאכט און נישט געגלייבט. ער נעמט א פעדער און שרייבט אלעס אראפ און גיט עס פארדעם נערווין גערירטן, דער ערשטער זאך געט ער (שור) א זאג הויך "דו האסט זייער ליעב צו רעדן אויף א מייק אין פארנט פון א גרויסן ציבור, דו גלייכט זייער צו האלטן דרשות." דער אינגערמאן איז געווארן ערנסט און שיעור נישט אראפגעפאלן ער האט אים איבערגעבעטן אןן אנגעהויבן נאכלויפן, כ'מייו ער לויפט נאך איצט. דער אינגערמאן זאגט יא! איך געב א שיעור אין שול פאר מענטשן איך האב עס ליעב ס'מיין האבי. -- היינט פיגורירט זיין נאמען אסאך, ער געט פרק שיעורים דא און דארט.

דארט האט מען געשמיעסט אז ער האט זיך אנגעלייענט/געלערנט מיט פארבארגענע ספרים וואס מ'לערנט נישט ער איז געוואר געווארן אסאך סודות און ער איז דערפון משוגע געווארן!

וואס מיר איז געווען אינטערעסאנט אז זיין וועג אין די עסק איז געווען מיט'ן גויעש'ן מהלך החמה.


יענער הייסט שור איך האב זייט דעמאלטס קיימאל נישט געזען.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מזלות גייען מיט די חדשי החמה, נישט מיט די לבנה.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

זר זהב האט געשריבן:אה איך דערמאן זיך יעצט זעענדיז נאכאמאל דעם אשכול אז מיין פראגע (און לעמיל'ס פראגע) איז געבליבן הענגן אין די לופטן. וועליך ענק פארציילן שנעל מעשה שהיה. פאר 6 יאר צוריק ביניך אריינגעפאלן אין שומר שבת שול ביי די סוכה זייט, זעה איך א ים מיט מענטשן ביים טיש שטייען איבער איין מענטש וואס זיצט אויפ'ן באנק און יעדער דיסקוסירט ארום אים. צו מיין פראגע וואס דא קומט פאר, זאגט איינער אז דא אידא איינער מיט די נערווען צו טון ער לייענט האנט שריפטן, און אויך קען ער דיר זאגן אלעס וועגן דיר אויב שרייבסטע אראפ די ענגלישע בוירטה דעי און נאמען און מאמעס נאמען. פארוואס די ענגלישע בוירטה דעי און נישט די אידישע, איז דער תירוץ געווען זייער פארשטענדליך בשעתו. איך האב עס פארגעסן פונקטליך. (עפעס בערך אז ער קען לייענען נאר דורכן איין סארט וועג וואס האט מיט'ן זון נישט מיט די לבנה וועלכער איז דער אידישע צייט ווייזער. עפעס אזוי)

איך שטיי דארט און איך זעה ווי געוויסע לאכן און געוויסע גלייבן. האב איך געווארט ס'זאל ווערן מער ליידיג, איך וויל נישט יעדער זאל הערן וואס ער זאגט איבער מיר. איך גיי צו איך שרייב מיין נאמען און בוירטה דעי, ער קוקט אריין און האט אנגעהויבן מאכן אלע מינע סארט גרימאסן, ער דריקט די באנק און טיש זיינע הענט ציטערן ווי א נערווען גערירטער וואס האט נאך א ברעיקדאון... און... ער הייבט אן זאגן אלעס ווי א בעל רוח הקודש במלוא מובן המלה! ער זאגט וואס איך גלייך ער האט נישט געקענט בעסער צוטררעפן, ער האט אויך געזאגט אקוראט וואסערע סארט ווייב איך גיי טרעפן! אויפ'ן דאט! איך האב נישט געוויזן קיין שום ערשטוינונג, שפעטער פרעגט ער מיר, נו? זאג איך אים יא! דו ווייסט וואס דו רעדסט. האט ער זיך געבייזערט פארוואס איך האב נישט גלייך אזוי געזאגט. נאר געשפילט ווי א דומם.

איז דארט געשטאנען איינער (וואס איך גלייב מ'קען אים דא) וואס האט געלאכט און נישט געגלייבט. ער נעמט א פעדער און שרייבט אלעס אראפ און גיט עס פארדעם נערווין גערירטן, דער ערשטער זאך געט ער (שור) א זאג הויך "דו האסט זייער ליעב צו רעדן אויף א מייק אין פארנט פון א גרויסן ציבור, דו גלייכט זייער צו האלטן דרשות." דער אינגערמאן איז געווארן ערנסט און שיעור נישט אראפגעפאלן ער האט אים איבערגעבעטן אןן אנגעהויבן נאכלויפן, כ'מייו ער לויפט נאך איצט. דער אינגערמאן זאגט יא! איך געב א שיעור אין שול פאר מענטשן איך האב עס ליעב ס'מיין האבי. -- היינט פיגורירט זיין נאמען אסאך, ער געט פרק שיעורים דא און דארט.

דארט האט מען געשמיעסט אז ער האט זיך אנגעלייענט/געלערנט מיט פארבארגענע ספרים וואס מ'לערנט נישט ער איז געוואר געווארן אסאך סודות און ער איז דערפון משוגע געווארן!

וואס מיר איז געווען אינטערעסאנט אז זיין וועג אין די עסק איז געווען מיט'ן גויעש'ן מהלך החמה.


יענער הייסט שור איך האב זייט דעמאלטס קיימאל נישט געזען.


אינטערסאנט וואס איר זאגט דא. איך בין בטבע א קליינער מאמין כ'האב אמאל געטראפן איינעם וואס ליינט האנט שריפטן ער'ט מיר אראפגעלייגט מיין לעבן ווי איינער וואס איז אויפגעוואקסן מיט מיר. וויאזוי דאס ארבעט ווייס איך נישט, נא אז איך האב א קשיא דארף איך נאכנישט גלייבן אין עץ ואבן איך בלייב ענדערש מיט די קשיא.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די מעשה גייט אזוי, ר' גדליה האט געהאט א ברודער ר' יעקב זצ"ל וואס איז געווען פון די מלאכים דהיינו פון 205 היוז סט. די מלאכים האבען זיך אנגעהויבען אלץ בחור אין תורה ודעת איך מיין אין די 40'ער יאהרן ווען זאנוויל גערטנער וכת דיליה האבען געטראפען דעם מלאך א חבד'סקער חסיד א גרויסער עובד ה' אין די בראנקס, און ער האט זיי געגעבען אן עקסטרעמע הדרכה, צו סוף האט מען זיי אלע ארויסגעווארפען פון ישיבה און זיי האבען געטוען פראבלעמאטישע שידוכים, ר' גדליה איז נישט געווען צווישען זיי האט ער געטועהן א גוטן שידוך אין געהאט געלונגענע קינדער אין ר' יעקב וואס איז געווען לדעתי אסאך מער פון איהם האט געהאט פראבלעמען וד"ל
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
פארשפארט