בלאט 1 פון 1

ולשמחה מה זה עשה - פרי עט הדר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:11 pm
דורך ירא שמים
"ולשמחה מה זו עושה?!" פרעגט שלמה המלך, נאך דעם וואס ער האט שוין אלס אויסגעפרואווט צו טרעפן צופרידענקייט בימי חיי הבלו. ער האט געפרואווט דורך חכמה, איז ער צוגעקומען צום הכרה: 'כי ברוב חכמה - רוב כעס'; ער האט געפרואווט דורך פארשידענע תענוגים און באקוועמליכקייטן, איז ער צוגעקומען צום הכרה אז זיי זענען 'הבל ורעות רוח', און קיין אמת'ע צופרידענקייט ברענגען זיי נישט.

באמת זענען דא פארהאן צוויי שאלות: 1), וואס איז דאס וואס ברענגט באמת צו גליק און פרייד? 2) וועלעכע גליק האט א "יתרון" א באדייט אז עס זאל זיין ווערט פאר א רעכדענקיגער מענטש זיך צו פרייען?

"שובי שובי השולמית שובי שובי ונחזה בך" - אזוי זאגן די אומות העולם פאר כנסת ישראל. "שובו מאחרי המקום" - פארוואס זאלסטו זיך צוקוועטשן אין אזא באגרעניצטע לעבן? א לעבן אין וואס דו מעגסט האבן אישית נאר מיט וועם די תורה עלויבט, און דאס אויך נאר אויף אן אופן וואס די תורה ערלויבט; א לעבן אין וואס די מאכלים המותרים זענען באגרעניצט, און דאס וואס דו מעגסט שוין יא - דארפסטו נזהר זיין וועגן ווערים; א לעבן אין וואס דו קענסט נישט גיין אין קאלעדזש זיך צו לערנען חכמת העולם אדער א פרנסה מכובדת ווי א דאקטאר, אדוואקאט וכו', דיין אינטעלעקטואלע קוואל איז דער תנ"ך מיטן תלמוד וואס פארנעמען זיך נישט מיט עניני עולם הזה הגשמי. 'שובו שובו ונחזה בך' - קום צו אונז וועסטו קענען הנאה האבן פון אלע תענוגי עוה"ז אומבאגרעניצט.

און וואס ענטפערן מיר אידן? וואס זאגן מיר פאר אונזערע קינדער וואס פלאגן זיך מיט פארשידענע באגרעניצונגען? וואס זאגן מיר פאר זיך אליין ווען מיר ליינען אין קאווע שטיבל וועגן אונזער בדיעבד'דיג לעבן, וועגן אונזער מצב הפרנסה, שידוכים, מוסדות, און אלע אנדער פראבלעמען וואס זענען צוגעטשעפעט צו אונזער זיין אן ערליכע איד?

וועלן מיר פארשטעלן דריי הויפט תירוצים וואס מיר הערן בעלי דרשנים און אפילו עמך אידן זאגן. די דריי תירוצים זענען געוואנדן צו דריי שיכטן פון כלל ישראל לויט ווי עס ווערט קאטעגאריזירט אין 'מסילת ישרים': לההמון, ללמעלה מהם, ולשלומי הדעת:

תירוץ א' - לההמון:
אונזער עולם הזה איז בעסער, קוק אן אונזער פאמיליע לעבן, ווי שיין זי איז און ווי ריין זי איז, די קליידונג סיי פון די מענער און סיי פון די ווייבער איז באשיידן און איידל, וכדו'. דער תירוץ איז א ריין גשמיות'דיגע.

תירוץ ב' - ללמעלה מהם:
וואס ווייסט א גוי פון א טעם אין א שטיקל גמרא, פון א קצות (מער פאר ליטוואקעס). וואס ווייסט דער גוי פון א טעם אין א שבת? פון א שטיקל אור החיים הק' פרייטאג צונאכטס (מער ביי חסידים). דאס איז אן ענליכע תירוץ צום פריערדיגן, אבער דא שעפט ער שוין זיין הנאה פון רוחניות.

תירוץ ג' - לשלומי הדעת:
די אלע הנאות זענען עולם הזה'דיגע הנאות וואס די גאנצע לעבן איז כצל עובר וכחלום יעוף, מיר אבער וואס זענען מקיים תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, גייען פאר דעם באקומען עולם הבא וואס איז נצח נצחים. אונז טוישן אויף א פאלשע הנאה אויף אן אמת'ער הנאה. דער תירוץ איז שוין נישט עולם הזה'דיגע, אבער דאך איז דער ציל די "אייגענע הנאות" אן 'עובד את עצמו'.

די אלע דריי תירוצים באציען זיך אלע צום ערשטן שאלה, "וואס עס איז דאס וואס ברענגט עווענטועל צו גליק און פרייד" וואס דערויף איז דער ענטפער, דער אידיש תורה'דיג לעבן.

נאר אויפן צווייטן שאלה, וואס עס איז דער יתרון און באדייט פון גליק און פרייד, טוען זיי נישט ענטפערן, ווייל סוף סוף זענען זיי געצילט פאר די אייגענע עגאיסטישע הנאה.

דא קומט אריין דער פערטער תירוץ וואס מיר אידן ענטפערן פארוואס מיר מאכן זיך ענג דאס לעבן לעבודת הבורא וכדו':

תירוץ ד' - והוא הנכון בעיני
:
נישט ווייל דו האסט מער 'איידעלערע הנאות', נישט ווייל דו האסט 'מער אמת'ע הנאות', און נישט ווייל דו לייגסט אוועק דיין הנאה לעולם שכולו טוב. נאר, ווייל דו האסט דעם "תכלית"!

ואפרש שיחתי: וואס איז דער תכלית פון א לעבן פון א מענטש אן קבלת עול מלכותו יתברך? דער שאלה איז סיי אויף דער וואס גיבט זיך נאך די תאוות דורך אפיציעלע פריקת עול, און סיי אויף דער וואס איז מקיים תורה ומצוות בבחינת מצוות אנשים מלומדה, און סיי אויף דער וואס איז שוין מקיים מצוות ה' מיטן גרעסטן התלהבות אבער איז דאך א "עובד את עצמו".

ווען דו דינסט זיך אליינס, ווען די מטרה אין דיין לעבן איז זיך זעלבסט, דאן דינסטו זייער א נארישע זאך אן קיין יתרון און באדייט. דו דינסט די תועלת פון איין מענטש, פון צווישן ביליאנען מענטשן אויפן וועלט, דו דינסט א בריה שפלה מלא פגמים וחסרונות, דו דינסט א בריה וואס איז נוצר געווארן מטיפה סרוחה און סופו לילך למקום עפר רימה ותולעה. וואספארא פנים האט אפצולעבן א לעבן דינענדיג זיך אליינס?

משא"כ ווען דו דינסט דעם מציאות האמיתי, איז קודם דינסטו דעם אמת, דעם תכלית אויף וואס דו ביזטו באשאפן געווארן וואס דאס איז א תכלית וואס דינט די גאנצע וועלט מיט אלע אירע באשעפענישן, און אלע אירע געשעענישן.

און אט דאס איז דער אמת'ער יתרון און באדייט, א אמת'ער סיבה אויף וואס ארויף צו זיין בשמחה, וואס דאס האט נאר אן ערליכער איד.

דבר בעתו מה טוב, ווען מ'האלט שוין ביים יו"ט סוכות, ווען אין ראש השנה האט מען אויף זיך מקבל געווען עול מלכותו, און אין יוה"כ זענען מיר פטור געווארן פון אלע עבירות און נטהר געווארן פארן אייבערשטער, איז סוכות די ריכטיגע זמן שמחתינו ווען מ'קען זיך פרייען מיט זאכן וואס גיבן אונז באמת גליק בזה ובבא, און בעיקר, אז אונזער פרייד און גליק פארמאגט א תכלית, און די גרעסטע און העכסטער תכלית וואס עקזיסטירט נאר!

אחי ורעי היקרים, האטס מיר אלע א לוסטיגן און א פרייליכן יום טוב !!!

ולשמחה מה זה עשה - פרי עט הדר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:23 pm
דורך ירא שמים
א גויסען יישר כח פאר[tag]אדנירם[/tag] פארן מגיה זיין און פארן שטופען עס ארויסצוגעבן , און פאר [tag]moshav zekeinim[/tag] פאר עס איבערארבעטן און עס ארויסגעבן און יישר כח פאר [tag]געוואלדיג[/tag] פאר אויפמערקזאם מאכן וועגן דעם קעפל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין, און אויך מקוריות'דיג.
נאכן פארשטיין 'לשמחה מה זה עושה', קען מען ריכטיג צוגיין צום 'זמן שמחתינו'.

בעיקר האב איך הנאה געהאט אז דיין ארטיקל איז אריין אין פרי עט הדר, צו ווייזן וויפיל שטרעמונגען זענען דא אין קאווע שטיבל [בשונה מאייוועלט וכו']. איינער שרייבט האלבע ביקורת המקרא, דער צווייטער לערנט גאר אפ טשוירטשיל, א דריטער פארפירט מיט חוקי חמורבי, און דער פערטער רעדט וועגן פרומער געשמאקער שמחה של מצוה.

אהההההההה... אזא מיזוג איז נישט פארהאן אין ערגעץ!

Re: ולשמחה מה זה עשה - פרי עט הדר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:55 pm
דורך ירא שמים
כוואלט הנאה געהאט טאמער סזאל איינער צוצייכענען עפעס א מראה מקום צו אזא סארט געדאנק און איינער פון די ספרים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:33 am
דורך moshav zekeinim
דער יסוד איז ווארשיינליך אן אלטער, אבער דער הקדמה איז א נייער ארגינעלער

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 1:29 pm
דורך מבקר
[tag]ירא שמים[/tag] האסט אזוי קלאר און שיין ארויסגעברענגט מיט וואס מען קען זיך באמת פרייען, און פילן אן אמת'ן משמעות אינעם לעבן.

איך טראכט אז מ'קען צושטעלן בצד מה די באקאנטע מעשה, ווי דער בעל התניא האט געזאגט: איך דארף נישט דיין עולם הזה, נישט דיין עולם הבא, נאר דיר אליין.

האטס מיר אלע אן עונג יו"ט און שמחה אמיתית.

Re: ולשמחה מה זה עשה - פרי עט הדר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 3:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס דער עולם איז אין א פאזיטיווער מוט, אבער ביים ליינען דער פרי עט הדר האט מיר עפעס פארדראסען.
אז דער שלם הדעת ארבעט ווי א קרעמער צו פארדינען פאר זיין קעשענע איז א מגושמ'דיגע גאנג צו די וועלט. אוודאי בין איך נישט אזא ענדע צדיק, אבער איך גלויב נישט אז דער אמת'ער צדיק דער שלם הדעת לעבט ווי א געשעפט'ס מענטש און קויפט זיך איין פעקלעך פאר'ן לאנג'ן וועג. דער ווילנא גאון האט זיך געפרייט צו שאקל'ן לולב אן א היכי תימצי צו באקומען שכר, דער בעל התניא אויף 'מי לי בשמים וכו'' דארף איך ענק נישט זאגען, און דער משנה פון 'אל תהיו כעבדים וכו'' ווייסט מען דאך, ועיי''ש ברוח חיים.
דיין לעבען איז נישט דיינס און דיין פליכטען דארפען נישט ערפילען די לאך פון דער אפגעגעבענע גשמיות. פאר'ן מגושם פעלט עס אויס, אבער נישט שלמי הדעת.
אבער דאס דארף איך באדאנקען, אז דער אויסשטעל פון די ארטיקל האט מיר ערוועקט די מחשבות, ולזה גופא יש לליי''ק מקום, וכידוע הסיפור עם ר' איסר זלמן זי''ע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 3:51 pm
דורך moshav zekeinim
איך נעם דער אחריות אויף זיך. ארגינעל האט ירא שמים געשריבן דריי גרופעס אן באזונדערע טיטלען, און בלויז איינגערינגלט "דאס איז ענליך צו די דריי גרופעס פון מסילת ישרים לההמון ללמעלה מהם ולשלומי הדעת", און איך האב עס ביים מגיה זיין צוגעפאסט צו יעדער גרופע, עס צו פארשענערן. עס איז מיר נישט איינגעפאלן אז עס וועט קומען עפעס א ליטוואק און מדייק זיין. אבער דער אמת איז אז איך האב נישט נאכגעקוקט כלפי וועלעכע דריי גרופע דער מס"י באטיטלט אזוי, אפשר וועט איר אויך נישט מסכים זיין צו דעם מס"י'ס צושטעל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
א דאנק, ביסט זייער א גוטע בעל מסביר.
ירא שמים האט געשריבן:כוואלט הנאה געהאט טאמער סזאל איינער צוצייכענען עפעס א מראה מקום צו אזא סארט געדאנק און איינער פון די ספרים.

צופריה ביים דאווענען אשרינו מה טוב חלקנו וכו' ומייחדים שמך מיט אן אמת'ן ביטול היש, פון דעם קומט די אמת'ע חיים של אושר.

Re: ולשמחה מה זה עשה - פרי עט הדר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:35 pm
דורך ירא שמים
וועגן די דריי קאטאגאריעס אין מסילת ישרים איז אינטערעסאנט צו באמערקען אז די נידריגסטע דרגה רעדט נישט וועגן עולם הזה (קען זיין ווייל צום ערשטען דארף מען עררייכען דעם ערשטן פרק שיתברר ויתאמת אז די תכלית איז נישט די וועלט) און די העכסטע דרגה מיינט נאכאלץ זיך נאר ער וויל שלמות.

Re: ולשמחה מה זה עשה - פרי עט הדר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מסילת ישרים שרייבט אויף דעם 'אשר באמת ראוי להזדעזע', וואס ער שרייבט נישט אויף די מיטלסטע כבוד מענטשען.
עכ''פ עולם הזה עולם הבא, זיי זענען ביידער ענדליכע אידיאלען כלפי דער ביטול פון א באשעפעניש צו זיין באשעפער.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:02 am
דורך שמעקעדיג
הערליכער ארטיקל. לדעתי קען מען דאס צאמשטעלן מיט ראובנ'ס אפהאנדלונג "אידישקייט אידעאלן און קאנצעקווענצן".

נאכן מדייק זיין אינעם ארטיקל איז מיר נאך נישט אלעס פארענטפערט, אבער הכל ריוח. קיעפ איט קאמינג!

Re: ולשמחה מה זה עשה - פרי עט הדר

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:09 am
דורך ירא שמים
ראובן׳ס קשיא איז די זעלבע ווי מיינס , (כמיין קומענדיגס מאל איך גיי מפרסם זיין די ארטיקל גיי איך גנב׳ענען די פתיחה פון ראובן׳ס ארטיקל מסכים [tag]אבטולמוס[/tag]?) אבער שפעטער פארט ער אין א אנדערע דערעקציע ,
און פארוואס טאקע איז דיין קשיא אויף די שמחה פון אין קצבה נישט פארענטפערט ?! קודם רעדט מען ווי די מענטש איז א שטיק גארנישט א יסודו מעפר וסופו לעפר כו׳ כצל עובר , וואלט מען דאך געדארפט ווערן אינגאנצען דיפרעסט , וועגן דעם פירט מען אויס ואתה הוא מלך חי וקים און מיר דינען דיר אזוי ווי מפירט אויס דרי מעלה עם דרי מטה כו׳ ממילא קומט די שמחה צוריק .