משנה עתים ומחליף את הזמנים: גלאבאלע סוכות אנווארעמונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

משנה עתים ומחליף את הזמנים: גלאבאלע סוכות אנווארעמונג

שליחה דורך אניהקטן »

ווער געדענקט נאך ווען האריקעינס פלעגן קומען קיין פלארידא? ווען סוכות איז געווען פראסטיג קאלט?

און אז מען רעדט שוין ווער געדענקט נאך די היימישע עקאנאמי וואס האט עקזיסטירט א דאנק די סוכות-קעלט? "קויפט אונזערע ווארעמע קווילטס און באדעקט אייער סוכה כדי צו האלטן ווארעם," "אינסולירט אייער סכך מיט אונזערע קאָרן שטאנגען", "דיקע קארפעטס צו האלטן אייער סוכה ווארעם" .

ווער געדענקט נאך ווי די אפלייענס סוחרים פלעגן זיך אדווערטייזן פאר סוכות "פאר די בעסטע היטערס און אייוועלעך קומט אריין צו אונז. ספעציעלע היטערס מיט אריינגעבויטע שבת זייגערס," וכו'. ווער געדענקט נאך דעם איד וואס איז געזיצן אין בית המדרש מיט דיקע פידזשאמעס אימפארטירט פון סיביר, ווען ביי דער זייט הענגען צעטלעך, "דער נביא שקר האט פאראויסגעזאגט גרויסע פרעסטן אויף דעם סוכות. קויפט אונזערע ספעציעלע נאכט העמדער זיך צו האלטן ווארעם!" ווער געדענקט נאך ווען מען איז אויפגעשטאנען אינדערפרי אין די סוכה און די נעגל וואסער איז געווען איין שטיק אייז?

ווען מיין יונגל איז מסביר די סיבה פארוואס סוכות געפאלט אויס אין די פרעסטיגע סוכות און נישט אין דעם אנגענעמען פסח וואונדער איך זיך אזוי שטילערהייט. פרעסטיגער סוכות מאן דכר שמיה?

קוקט די בילדער פון די אידן וואס זענען געפארן קיין אומאן ראש השנה מיט פופצן יאר צוריק. ווי זיי זענען אנגעפעלצט פון קאפ ביז פיס. היינט צוטאגס דרייט מען זיך דארט באקוועם מיט די ברייטע געלע טלית קטנ'ס. מען דארף ניטאמאל אנטאן א רעקל. די ברסלבער וואס זענען געפארן אהין פאר ס'איז געווארן פאפולער, פארציילן איבער די שרעקליכע פרעסטן וועלכע פלעגן דארט הערשן. טייל פון זיי זאגן אז דער רבי מיט זיין כח ווארעמט אן אומאן ראש השנה אז אידן זאלן וועלן קומען...

די סיבה פארוואס אזויפיל כפרות שטארבן אויס די לעצטיגע יארן נאך פאר זיי קענען גע'שחט'ן ווערן איז אויך וויבאלד זיי ווערן געהאלטן אונטער די ברענעדיגע היצן, אנשטאט די אמאליגע קילע תשרי טעג און קאלטע נעכט.

חברה, גלאבעל ווארמינג איז עכט. זאגט וואס איר ווילט, מענטשן מאכן עס, ס'איז נאר א מחזור וואס גייט פארביי. למעשה אבער איז עס א פאקט ס'איז שוין יארן נישט געווען קיין פרעסט אין סוכות. די וועלט ווערט ווארעם.
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

שליחה דורך אניהקטן »

איינער האט מעורר געווען פריוואט אז ס'איז נישט גלאבאלע אנווארמונג נאר קלימאט טויש...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז צוריק געווארן קאללללטט.... ברררר...!!!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דאכציך אז אלע יארן איז דא גלאבאלע ווארעמונג פון אפריל ביז ענדע סעפטעמבער. אנגעהויבן פון אקטאובער ביז ענדע מערץ איז געווענטליך נישט דא קיין גלאבאלע ווארעמונג. ופשוט היא.

דאס איז נאר א ווערטעל. ערענסט גערעדט איז קלימאט טויש אן ערענסטע נושא, אבער צו זאגן אז מיר קענען דערקענען א חילוק אין די וועטער אין די לעצטע פאר יאר (אפילו צוואנציג יאר) וועט אפילו די גרעסטע סייענטיסט דיר אפלאכן. די חילוקים פון יאר צו יאר זענען צו קליין פאר אונז צו דערקענען.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט