ס׳נעמט אזוי לאנג ביז מ׳ווערט דא גרייט צו גיין... אויב מ׳איז נישט גרייט אין דריי מינוט גייט מען נישט!
פארוואס טוסטו יעצט אויס דיין שיך? אוי קעי דו בלייבסט דא! יעדער קען גיין צו די קאר חוץ מושי ווייל ער האט אויסגעטון די שיך.
פארוואס זעצטו דיך אראפ אויף די זאמד מיט די נייע הויזן? נו גיי שוין אריין אין קאר, זעץ דיך שוין אראפ ווייל אויב נישט דרייט מען זיך שוין צוריק!
פארוואס בינדט׳סטיך נישט צו? ווילסט א פאליס זאל נאכאמאל קומען?
הער אויף צו שרייען, ווייל דו פליעסט ארויס פון קאר אינמיטען די הייוועי.
ניין! קיינער באקומט נישט דעי דרינק, ס׳איז מאמי׳ס. האסט פארשטאנען?
ווער ס׳וויל קומען צו באבי מארגן זאל שוין אויפהערן שרייען דא. מאמי קענסט שטיל מאכן יענקי?
אויב דא ווערט נישט שוין שטיל לעש איך אויס די סידי... איך קען נישט הערן מיין אייגן קול, ס׳זאל שוין ווערן שטיל אין די בעק....
מושי פארוואס האסטו געשטויסן יענקי? נו נו איך זעה אלעס, איך זעה פונקטליך וויאזוי די פירסטיך אויף, אלעס גייט שטיין אויף דיין מצוה צעטיל, דו קומסט נישט שמחת תורה אין שול....
מושי איך האב מיר נאך נישט גענוג גערעגט? ווילאנג וועסט נישט כאפן צוויי פראסקעס וועט נישט זיין גוט?
נא נא, אוי וועסטו כאפן אינדערהיים....
פארוואס אייביג ווען מ׳גייט אהיים דארף יעדער וויינען?
נו גיי אריין אין די קאר... אבער שוין.... וויפל מאל נאך גיי איך דארפן הייסן? פארוואס קענסטו נישט פאלגן מיט איינמאל הייסן? נישט גענוג געווען מיט איינמאל הייסן?
מ׳גייט חאלאמויד האלטן!
מקומט אן צו באבי זאל יעדער זאגן א גוט מועד פאר זיידי און געבן א קיש.
מושי גיי אראפ פון באביס קאטש מיט די שיך.
יענקי פארוואס ווערסטו שעמעדיג אייביג ווען מקומט אן צו זיידי? פלוצלינג קענסטיך נישט עפענען דאס מויל...
ווער קען זאגן א תורה? פארוואס דארפסטו דיך אייביג נאריש מאכן? נו ווער זאגט? ענק האבן גארנישט געלערנט אין חדר?
כאפ נישט, אויב די דארפסט עפעס בעהט פון ׳מומע יענטעל׳ (ווער געדענקט איר?), מושי דו דארפסט נישט האבן אלעס וואס דו זעסט... איין שטיקל קעיק נישט צוויי...
פארוואס דאפסטו דיך אייביג שמוציג מאכן? זאג נאר דיין העמד איז שוין זאט? קענסט נישט וואטשן וויאזוי די עסט?
קוק די מאכסט שמוציג די גאנצע וואנט... טאפ נישט אלעס צוזאם.... האלט דיין הענט ביי דיר
דזשאומפ נישט אויפן קאוטש, שטיי נישט אויפן בענקיל, זיץ שיין, ווי לויפסטו? קום צוריק... גיי נישט דארט... קום דא...
קריגסט ענק נישט...