בלאט 1 פון 2

פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 5:06 pm
דורך באשטעטיגט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MQp8XZc8bv0[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 6:05 pm
דורך מבקר
די הויעכפונקט איז געווען (דקה 14:50) ווען ביבי איז געבליבן שטיל שווייגענדיג, צו דעמאנסטרירן די רעאקציע פון די וועלט צו אירן'ס כסדר'דיגע סטראשענקעס צו ענייעלעיטן מדינת ישראל, גארנישט, יעדער שווייגט.

אוי האט זיך געהערט די שטילקייט מסוף העולם ועד סופו.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:19 pm
דורך פרייוויליג
דער האט א שפראך איינס אין דער וועלט!!!! א מייסטער רעדנער!!!

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 1:02 am
דורך מבקר

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 2:25 am
דורך שבת אחים
פרייוויליג האט געשריבן:דער האט א שפראך איינס אין דער וועלט!!!! א מייסטער רעדנער!!!


איך האב אויך געהאלטן אלע יארן אז ביבי איז גאר א גיטע רעדנער ביז איך האב געזעהן אז זיין גאנצע שטארקייט איז ״רעדן״, בעסער געזאגט ״איינרעדן״ ער איז א גרויסער בעל מגזם און געוואלדיגע ליגנער און זיין גאנצע שטארקייט איז פראפעגאנדע דעמאגיע און לופט,

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 5:13 am
דורך ראוונע
זאג מיר איין ווארט ליגענט וואס ער האט געזאגט אין די דרשה
ס'איז לכאורה איינע פון זיינע בעסטע אויב נישט די בעסטע דרשות

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 5:23 am
דורך שבת אחים
איך האב נאכנישט געהערט די דרשה, איך האב גערעדט בדרך כלל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 5:29 am
דורך ראוונע
אקעי אלץ עצה טובה הער ביטע אויס די דרשה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:28 am
דורך ישראל קאפקע
נתניהו האט נעכן פארטיידיקט היטלער, זאגנדיג אז היטלער האט נישט געוואלט אויס'הרג'ענען דאס אידישן פאלק נאר פארטרייבן, ביז ער האט זיך געטראפן מיטן ירושלימער מופטי און ער האט אים געגעבן די פלאן אומצוברענגען די אידן.
עטליכע שעה פארדעם איז ער געווען פארנומען צו באשולדיגן אבאס אין פארשפרייטן ליגנטס און העצן צו גוואלדטהאטן...

סאציאלע מידיע איז 'אויף'.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:47 am
דורך מבקר
אינטערעסאנט צו לייענען דעם ארטיקל, נישט ממש וואס ביבי האט גערעדט נעכטן, אבער דאך אביסל היסטוריה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:44 am
דורך מבקר
ישראל קאפקע האט געשריבן: היטלער האט זיך געטראפן מיטן ירושלימער מופתי.


בילד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 6:58 am
דורך ישראל קאפקע
מבקר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן: היטלער האט זיך געטראפן מיטן ירושלימער מופתי.


בילד

אין נאוועמבער 1941.
עס.עס. איינזאצגרופען האבן אומגעברענגט איבער 33,500 קיעווער אידן אין סעפטעמבער 1941, אין באבי יאַר, אין צוויי טעג, איינס פון די גרעסטע איינצעלנע שחיטות און די האלאקאוסט.

(אגב, וועלכע אויסלייג פארשריפט טוישט אויטאמאטיש אריבער 'מופטי' צו 'מופתי'?)

Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:14 am
דורך דעת תורה
קינד און קייט ווייסן אז 'די ענדגילטיגע לעזונג' איז ערשט באשלאסן געווארן אין 42' ביי א מיטינג צווישן די העכסטע קעפ אין א געוויסן קור ארט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:29 am
דורך ישראל קאפקע
איר מיינט די וואנזע קאנפערענץ אנהייב 1942. די עס.עס. איינזאנגרופען האבן שוין אויסגעמארדעוועט אידן סיסטעמאטיש, אויף א גרויסן פארנעם אויף די מזרח פראנט אין די ענדע פון 1941.

Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:32 am
דורך דעת תורה
גערעכט, אבער דאס איז נישט געווען דאן דער פלאן פאר די מיליאנען אידן אין גאנץ אייראפע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:33 am
דורך ישראל קאפקע
מקור?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:06 am
דורך מבקר
אין דעם ווידיאו ווערט שיין דערציילט די השתלשלות הדברים, כדאי צו זעהן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:00 am
דורך אחד העם
ישראל קאפקע האט געשריבן:מקור?

ברענג די א מקור.
ער זאגט דאך אז די ענדגילטיגע לעזונג איז הערשט קאנפעמירט געווארן און 42'.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:25 am
דורך ישראל קאפקע
וואו דער אנטי-ציוניסט דארף איבערווייזן איזראעל-קען-נישט-טון-אומריכטיג אידן אז נאצי דייטשלאנד האט געפלאנט אומצוברענגען דעם אייראפעאישן אידנטום פאר יאנואר צוואנציג ניינצן צוויי און פערציג...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:38 am
דורך shem-tov
אין אנדערע ווערטער שרייט דער מטורף ביבי אויס פאר די גאנצע וועלט דאס וואס מיר ווייסן שוין 70 יאר, עיין בספר ויואל משה וקונטרס מן המיצר, אז מדינת ישראל איז געווען דער גורם פאר די צווייטע וועלט מלחמה מיטן זיך רייצן מיט די אראבער אין ירושלים. דאס איז א דראמאטישער אומגלויבליכער טורן אוו עווענטס. אוי לאזנים שכך שומעות

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:41 am
דורך גיבור
ביבי האט ממש פארן ארויף גיין אויפן פלעין קיין בערלין, קלאר געמאכט וואס ער האט געמיינט צו זאגן, און ער נעמט נישט אוועק חלילה די אחריות פון היטלער אויף די ביטערע רציחות נאר ער האט געמיינט צו זאגן אז די מופטי האט א גרויסע יד אין משכנע זיין היטלער עס צו טון, אבער פארשטייט זיך אז היטלער האט עס למעשה געטון טראגט ער די אחריות.

Re: פייערדיגע דרשה ביי U.N. דורך נתניהו

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 5:41 pm
דורך שמערל
ישראל קאפקע האט געשריבן:מקור?

viewtopic.php?p=247401#p247401

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 12:39 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז אינטרעסאנט אז אידן פון א געוויסן קרייז (קהילה אדער חסידות...?) וועלן אלע, אן אויסנאם צו לייגן שפעט און שעלט נעמען אויף איהם (נתניהו) פערזענליך, ווי: משוגע'נער, מטורף, רשע, אא.א.וו. און וועלן ארויסנעמען פון זיינע ווערטער די אומ-ריכטיגע מסקנות. כאילו די נוקלעארע און אנדערע באמבעס פון איראן און אנדערע רשעים וועלכע פלאנען ח"ו צו הרג'נען אידן וועלן מבחין זיין צווישן א ציוניסט און א קנאי... :lol: :roll:
ס'א ביטער געלעכטער...!

ער (נתניהו) האט אבער געמאכט איין פאקטישן טעות, ווען ער האט געזאגט (36/5 אז דער ..."פארשטארבענער" יאוגי בעררא...דערווייל איז נישט באוואוסט אז ער איז געשטארבן...ער איז רעטייערט פון שפילן און זיין א מענעדזשער ביי די יענקי'ס בעיסבאלל טיעם...!