בלאט 1 פון 1

שיר ושבח צו שש משזר'ס 5000 לייקס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 3:07 pm
דורך לית דין בר נש
אפגעטיילט

מזל טוב [tag]אדנירם[/tag] די ביסט די זעקסטע איד פון אונזער שטיבל אריינצוגיין אין דער אשכול.
אבער ליידער האב איך א טריקענע פעדער און איך קען דיר נישט באזינגען ווי עס ברויך צו זיין וויל איך ליידנען [tag]רויטע וואנצעס[/tag] [tag]שמעקעדיג[/tag] [tag]אפטעמיסט[/tag] [tag]יאיר[/tag] [tag]כוכב[/tag] איבער צו נעמען די מיי"ק און דיר באזינגען כראוי.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:14 pm
דורך [NAMELESS]
ייש"כ! איך זע אז אייביג ביזטו דער וואס קוקט נאך מיין מצב...

אגב, להערה בעלמא: אפטעמיסט און כוכב זענען קיינמאל נישט אנגעקומען צום חמשת אלפים. אנשטאטס זיי לייג אריין [tag]קאווע טרינקער[/tag] און [tag]געפילטע פיש[/tag].

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:29 pm
דורך לית דין בר נש
אדנירם האט געשריבן:ייש"כ! איך זע אז אייביג ביזטו דער וואס קוקט נאך מיין מצב...

הער מיר אויס א שרייבער בין איך נישט אבער וואס שרייבעס דארפן האבן צו קענען אנגיין ווייס איך זייער גוט!!!

אדנירם האט געשריבן:אגב, להערה בעלמא: אפטעמיסט און כוכב זענען קיינמאל נישט אנגעקומען צום חמשת אלפים. אנשטאטס זיי לייג אריין [tag]קאווע טרינקער[/tag] און [tag]געפילטע פיש[/tag].

איך האב זיי נישט אריינגעלייגט ווייל זיי זענען אנגעקומען צו די חמשת אלפים מצב, נאר ווייל זיי פלעגן שיין באזינגען איינער וואס עס איז זיך געקומען א מזל טוב הידוע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 6:30 pm
דורך געוואלדיג
עה... עה... מורי ורבותי, לא איש דברים אנוכי, באמת בין איך נישט קיין רעדנער און איך קען באמת נישט רעדן פאר א ציבור מחמת אימתא דציבורא, נאר ר' יוסי האט דאך שוין געזאגט מעולם לא עברתי על דעת חברי, און כ"ש ווען עס איז זיכער אז מען וואלט מיר ווען מכבד געווען צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעי אימארשענל מעמד ווען אונזער געטרייער חבר און בורח מן הכבוד כמטחוי קשת הלא הוא הר"ר זעקס איינגעדרייט הי"ו אב"י בעיר קאווע שטעטל, לרגל זיין אנקומען צו מער פון דאבל לייקס וואס ער האט באקומען פון וואס ער האט געגעבן
[center]5000[/center]
ויה"ר אז עס זאל ווייטער וואקסן מעלה מעלה ווי א קאקטוס בוים אינעם מדבר, עד כי יבוא שלה ולא יקהת עמים בב"א.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 6:48 pm
דורך אהרן
[center]שמועה שמענו גאר א גרויסע
שוין דערגרייכט צום מארק גאר און די הויכע

מיטן אונז דערפרייערן אזוי אן אהן שיעור
שענקענדיג אויף יעדע נושא אזא הערליכע ביאור
זאל דאס זיין תורה, מדע צו גאר סתם א גוט ווארט
רבינו׳יו פארנעמט דאס העכסטע ארט

ה"ה החכם השלם אונזער גריוסער חכם הכולל מורה מורינו [tag]אדנירם[/tag]

כשהחכם בשטיבל  הוא הודה זיווה והדרה[/center]
[center]
מזל טוב צום 5000 לייקס, וואס מיינט 5000 מאל האסטו אונז מחי׳ געווען!!
[/center]

Re: מזל טוב! 5000 לייקס!!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 6:57 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב מזל טוב ר' שש,
עהעעם, עס איז איבריג ארויסצובאענגען שבחי רב שש, יעדער ווייסט אז ער איז ווי די לויתן אין ים ווי דער אמשינובער אין ירושלים ווי ר' שמעון אלץ סניגור ווי א חכם למעשה ווי ר' בנימן הנוסע, און ווי לען ווען עס איז איינגעדרייעט,

מזל טוב מזל טוב! תזכה לגדלם לאורך ימים ושנים וכו'

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:02 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]לית דין בר נש[/tag], דו האסט מיר אויסגעכאפט... שוין אפאר טעג וואס איך האלט א אויג אויף [tag]אדנירם[/tag]! :( .

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
ער הייסט שש

ברענט ווי אש

עסט לייקס ווי א דראגן

ווייסט נישט וויאזוי צו שווייגן

שיסט מאמרים ווי מצה וואסער

זיך מפלפל ווי א רייסער

א פערזאן וואס תורה טוט שטודירן

א מאן מיט צענדליגע קאלירן

אמאל א לץ מיט א גוט'ן לאך

אמאל באגראבן אין ספרים ביז'ן דאך

אמאל גאר א נייס גיי

אמאל א קנאי אך און וויי

אמאל א פילאזאפער דרייט די קאפ

אמאל טיילט קאווע ביי די טאפ

אמאל א חכם אמאל א אויבער

צו אלץ דער שש טויגער

מזל טוב אויף די לייקס די גוטע

דער שש נישט גערוהט אין שמיטה

מיר ליבן יעדע ווארט דו זאגסט

פון די רייכע אוצרות דו פארמאגסט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:43 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ער הייסט שש
ברענט ווי אש

עסט לייקס ווי א דראגן
ווייסט נישט וויאזוי צו שווייגן

שיסט מאמרים ווי מצה וואסער
זיך מפלפל ווי א רייסער

א פערזאן וואס תורה טוט שטודירן
א מאן מיט צענדליגע קאלירן

אמאל א לץ מיט א גוט'ן לאך
אמאל באגראבן אין ספרים ביז'ן דאך

אמאל גאר א נייס גיי
אמאל א קנאי אך און וויי

אמאל א פילאזאפער דרייט די קאפ
אמאל טיילט קאווע ביי די טאפ

אמאל א חכם אמאל א אויבער
צו אלץ דער שש טויגער

מזל טוב אויף די לייקס די גוטע
דער שש נישט גערוהט אין שמיטה

מיר ליבן יעדע ווארט דו זאגסט
פון די רייכע אוצרות דו פארמאגסט.

מיין הארץ פאר דיר גייט אויס, און איז נוטה

מיינע געפילן צו דיר כ'בין אינעם גראם עוטה

[tag]קאסטנער[/tag] איז גערעכט איבער מיר און רויטע...

רויטע רימט מיר אזש כ'שפיר זיך ווי א שוטה

כאילו מ'רופט אויס הגה"צ פאר א נידריגע חוטא

אדער הרבנית הצדקנית פאר א שמוציגער סוטה

צו נכד הבעש"ט פאר א גוי אדער גוי'טע

מי אני ומה אני די געדאנקען זענען טויטע

א צומישטקייט, בערפל הוא לוטה



מאידך האמיר דא דעם ריכטיגן אתם קרויים אדם

נישט סתם אן אדם השלם נאר גאר אן אדמד"ם

קולו יסף בחכמה ולא נדם

משבחים אנו מול קדם

חברינו היקר מיטן רויט"ן פאדעם

בלאזט א פרישקייט ווי א רוח קדים

ווי די געטראפענע וואסער אינעם מאדי"ם



לאמיך מאכן קעדאטשקעס און טאנצעס

אויסרופן דעם מלך אן געבן קיין שאנסעס

מורה מורינו הרב [tag]רויטע וואנצעס[/tag]...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
ער קושט ווילד מיט טאלאנט
אויפן פנים און אויף די האנט
מאכט מיר צו פעימעס און באקאנט
כ'וויל מיך פארשטעקן אונטערן וואנט

די וואנצעס מער נישט רויט
ווייס געווארן ווי פון טויט
אפילו איין רויט האר אויף א נויט
ס'ברענט די אהבה קנויט

ראביי לעווין וועט באלד שרייען
אז אויף דעם קען מען נישט פארצייען
אן קיין היתרים פון משזר'דיגע פארדרייען
טאר מען נישט דעם וואנצעס אזוי צוקייען.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:09 am
דורך [NAMELESS]
ותאמר אהליבה נשרפו ארמוני, ותאמר ציון עזבני וכו'...


רויטע באהאלט דיך נישט אונטערן קארפעט

פראווע יעצט נישט קיין ענווה, 'סטאפ-עט'!

מיט די פיס ער טיפעט

רויטע, 'סקיפ-עט'!



יעדער ווייסט פון דיין פליסיגן פעדער

א געלונגענער יכול'ט אלס טעקנישן צו אלס בעדער

מאך נישט קיין צעקות, ביזט שוין איינמאל בסדר

מיינע לויב רייד זענען אמת ויציב נישט יוצאי גדר



רויטע'לע שפרייזט אין פאעזיע ווי אין קרעמל

שרייבט א שטיקל העמק, שפראצט ווי א שוועמל

פריש און פלאקערט כסדר אויף ווי א פלעמל



דזשאסט קיפ איט קאמינג כסדר נאכאנאנד

שטעל נישט מיינע ווערטער צו שאנד

ראה את הארץ הטובה - ק"ש לאנד

געב אונז פון דיין ווארע, [tag]רויטע וואנצעס[/tag] מיין פריינד.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:14 am
דורך רויטע וואנצעס
WOW
:lol: :lol:

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:49 am
דורך [NAMELESS]
מזל טוב @שש.
ביזט קוים אריינגעקומען און אין אזא קורצע זמן האלטסטו שוין דא, ס׳איז מוז זיין אז דאס איז אמשינוב׳ע זמנים....
@פריעד באטשי האסט נישט פארפאסט, גאר בקרוב וועט דער שש האלטן ביי די צעהן טויזענט וועסטו דארטן אים די ערשטע באזונגען.
@רויטע זייער נישט שיין פון דיר צו געבן א ענדיג דא מיט א wow, ס׳איז געפארן אויף די ריכטיגע רעלסן אהין און צוריק, קיפ איט אפ, שטעל עס נישט אזוי שנעל אפ.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:52 am
דורך רויטע וואנצעס
דער שש מוטשעט מיר אויס. כ'האב מער קיין כח צו דעם רוח שאינה מצויה, האב איך געמוזט מסיים זיין ווי אן אייוועלטער. בתקוה להבנה.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:02 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:ותאמר אהליבה נשרפו ארמוני, ותאמר ציון עזבני וכו'...


רויטע באהאלט דיך נישט אונטערן קארפעט

פראווע יעצט נישט קיין ענווה, 'סטאפ-עט'!

מיט די פיס ער טיפעט

רויטע, 'סקיפ-עט'!



יעדער ווייסט פון דיין פליסיגן פעדער

א געלונגענער יכול'ט אלס טעקנישן צו אלס בעדער

מאך נישט קיין צעקות, ביזט שוין איינמאל בסדר

מיינע לויב רייד זענען אמת ויציב נישט יוצאי גדר



רויטע'לע שפרייזט אין פאעזיע ווי אין קרעמל

שרייבט א שטיקל העמק, שפראצט ווי א שוועמל

פריש און פלאקערט כסדר אויף ווי א פלעמל



דזשאסט קיפ איט קאמינג כסדר נאכאנאנד

שטעל נישט מיינע ווערטער צו שאנד

ראה את הארץ הטובה - ק"ש לאנד

געב אונז פון דיין ווארע, [tag]רויטע וואנצעס[/tag] מיין פריינד.

אם ללייקים הוא יליק ולענוים יתן חן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:57 am
דורך ונבנתה העיר
שית אלפי שני

שש אליף ותני

מוחו מבהיל – לבו מהביל

שוזר מידותיו שש

זכות מחשבתו - רווחינו

רוח בינתו - זכותינו

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:13 am
דורך [NAMELESS]
הערליך!

כ'ווייס נארנישט צו כ'זאל מער גיין פאר די 'מוחו מבהיל', צו דייקא פארן 'לבו מהביל'...
און אז מ'רעדט שוין צו א חב"ד'סקער: ס'איז מח שליט על הלב? ווייל אז נישט איז צרות ווי א בארג, מיט א לב מהביל...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:55 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה אויסערגעווענליך! גוט האסטו געטון אז דיין פזמון האסטו געשטעלט אין באלד אותיות, אזוי קוקט דאס אויס ענליך צו די סליחות פזמונות מיט דיקערע אותיות און מאכט עס מער פארשטענדליך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 3:10 pm
דורך ונבנתה העיר
א דאנק.

למען הכבוד וויל איך אנמערקן אז די לעצטע צוויי שורות זענען א שפיגל איינע פאר די אנדערע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:50 pm
דורך [NAMELESS]
5,000 לייקס? אלטע חלומות.

רבותי, מיר גרייטן זיך צום 8,000'סטן לייק.


די ענדזשין ווארעמט זיך שוין...

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:45 pm
דורך פרייוויליג
קאווע שטיבל דארף פרעזענטן די Golden Globe awards פאר די מייסטער שרייבער פונעם יאר און געענדיגט ביי די גרעסטע צאל לייקס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:31 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]לית דין בר נש[/tag], וואו ביזטו ווען מ'דארף דיך? דו ביזט דאך אייביג דער עומד בשער...!

דאס מאל האט [tag]געוואלדיג[/tag] דיר אויסגעכאפט...