אין שטוב פון די יתומים

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

אין שטוב פון די יתומים

שליחה דורך בעל מדות »

ארץ ישראל
מצב שמאל
מכת ישמעאל


ווילדע פערדן
אפענע שווערדן
רצח'ן מערדן


האריזאנט טונקל
פינסטער יעדע ווינקל
א טרער א בלינקל


לאמיר אריבער
יחד כל הציבור
זיי טראגן נישט איבער


שפאנען צום שטוב
די טרערן גרוב
פארלוירן די "ליב"



יתומים קליינע
קערפער ריינע
מחשבות געמיינע


די פיס זיי טופען
טוען זיך ציפן
אין פאות קניפען


'אבא' נישטא מער
בעקעלע, א טרער
לעכטל געב אהער


מיט שטיקעניש
פרעגן דיקעניש
מיט א טרוקעניש


זעמער טאקע אליין?
מיר זענען אזוי קליין...
טאטי קום צוריק אריין!


ווי איז די אם?
אויך על קידוש השם?
פיין, צער, בכי' קלעם


קען דען זיין וואר?
ניטאמאל קענען קלאר!
אינזערע עלטערן גאר...


פארוואס מאמי?
פארוואס טאטי?
פארוואס אינז?


וואס איז יעצט?
ווי ענק געזעצט?
ערד, צום לעצט?


ביליאנען, קולטורן
קומען, גייען, פארן
אידן לעבן טארן?


די מערדער! רוצח!
פון דיר מ'עקלצ'ך
די יוניווערס שעמצעך!


רואינירט מיין לעבן!
פארטיליגט שטרעבן
צום גיהנם קלעבן


בלוט אויפן האנט
ס'איז מיר באקאנט
מיין טאטע'ס! קראנט


געב עס אהער!
גנב, שנעל אומקער
זי קאכט מער


למנוחה גיין זי וויל
אביסל געפיל
ס'נישט קיין שפיל


יתומים היינו
רחם נא עלינו
גאט הושיענו


מיר האבן קיינעם
נאר דיר איינעם
מיר רעדן אין שיינעם


מיר ווילן פרעגן
געוויס מיר מעגן
הערן מיר פלעגן


מצוה כבד את
טאטע מאמע אגעס
מה הלכה אצל מת...


טון וואס מעגליך
מצבה רוימען טעגליך?
שיין פארמעגליך?



אבער אפשר דאך
דאווענען נאך
זיי האבן נאך א וואך


עוד חד פעם
זען דאס שטאם
בשבת אחים גם
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]בעל מדות[/tag], האסט מיר נאכאמאל צוריסן מיין הארץ.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

דער הארץ איז פארקלעמט, דער מח אינגאנצן פארטראכט,
די געפילן פארטעמפט, מען נעמט מער גארנישט אין אכט,

האט מיר דער געלונגענער [tag]בעל מדות[/tag],
נאכאמאל געברענגט צו טרויעריגע בכיות,

מיר געברענגט צו טיפער אריינקלערן,
אז קיינער קען די עלטערן נישט אומקערן,

אבער די פיר קליינע יתומים, מיט צער זיי ווארטן,
זייער הארץ צובראכן אויף פיצלעך, מלא שפאלטן,

ער האט קורץ און שארף ארויסגעברענגט,
אז אונז אלע אין גלות זענען זייער געענגט,

טייערע זיסע טאטע אין הימל, שוין יעצט לעינינו,
נקום נקמת דם עבדיך השפוך במהרה בימינו,

די טראגעדיע איז זייער ביטער און גרויס, ביים הארץ עס רייסט,
מאך די מחבלים אויס, זיי זענען דאך ווערד ווייניגער פון מאראסט,

ווייז שוין פאר יעדעם ווער איז דיין אויסדערוועלטע פאלק, ס'זאל זיין BOLD,
נעם אונז שוין צוריק צו דיין הייליגע שטאט ירושלים, די שטאט פון גאלד,

אוי באשעפער! אנא ה' הושיעה נא,
ותחזינה עינינו במהרה ירושלים הבנויה.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
זייער פרענדלי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:04 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך זייער פרענדלי »

זייער עימאשענעל!!! :געוואלד: :געוואלד:
פראביר צי זיין פרענדלי צי יעדם אפילו אסאך מאל איז עס שווער!!!
פארשפארט