בלאט 1 פון 3
א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:35 pm
דורך ירא שמים
כרעד נישט פון די דעמאקראטן אדער רעפובליקאנער , צו ש״ס און אגודה מרעדט פון חסידות׳ער ודומיהן , לגבי די עצם מושג , האב איך נעכטן געהאט א שמועס אין אישי מיט א גאר חשובע ניק ובתוך הדברים זאגט ער מיר
אז דו וועסט ארומקוקען אויף ק''ש וועסטו זען אז איך גלייך קיין שום פארטיי נישט, פון ב.מ.ג ביז סאטמאר ביז די מזרחניק'עס. וואס שטערקער דער פארטיי, וואס מער שפעט איך אין זיי.
האב איך אים געפרעגט פארוואס ? דהיינו איה״נ אין הכי נמי אז יעדע מקום האט זיך אירע חסרונות , אבער למעשה איז דאס א צבור אידן וואס שערן אייניגע מוסדות איז פארוואס דארף מען פארפירען קעגן דעם פארטיי גופא ולדעתי איז דאס א פגיעה פון די אלע מענטשען וואס זענען חבירים אין די פארטיי , אבער לשיטתו זעט אויס ווי עפעס איז שלעכט מיט די עצם מושג פון א פארטיי ,
עכ״פ א ענטפער האב איך נישט זוכה געווען צו באקומען מן הסתם האלט ער אז סאיז א דבר מובן מאיליו אבער למעשה בלייב איך מיטן נישט וויסען , איז אפשר קען מיר דא די עולם מסביר זיין , יישר כח .
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:53 pm
דורך moshav zekeinim
אין מיין אפיניען איז א פארטיי גוט ווילאנג עס איז אוועק געשטעלט אויף אן אופן אז טאמער איינער איז נישט העפי דארטן זאל ער גרינג קענען טרעפן א וועג ארויס אן קיין שווערע נאכפאלגן.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:15 pm
דורך ירא שמים
וואס הייסט אוועקגעשטעלט אויף אן אופן ? מיין פארטיי למשל לויפט קיינעם נישט נאך ווען איז מחליט צו אריגערגיין צו א אנדערע פארטיי , סקען זיין פרעשור פון משפחה אדער פריינט , איז דען דא א פארטיי וואס לויפט נאך מענטשען , ווי עס זאל נישט זיין אויב איז דא אזא מציאות איז דאס ס״ה נאך א פראבלעם וואס די פארטיי האט וכמו שכתבתי.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:37 pm
דורך mevakesh
די פראבלעם איז אז ווען א מענטש איז אין א פארטיי איז שווער צו האבען אן אייגענע מיינונג
דאס איז די פראבלעם אויפן שפיץ גאפל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:41 pm
דורך moshav zekeinim
אייגענע מייננג אהין אייגענע מיינונג אהער, ווילאנג דער פערזאן איז צופרידן מה איכפת לי?!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:46 pm
דורך moshav zekeinim
ירא שמים האט געשריבן:וואס הייסט אוועקגעשטעלט אויף אן אופן ? מיין פארטיי למשל לויפט קיינעם נישט נאך ווען איז מחליט צו אריגערגיין צו א אנדערע פארטיי , סקען זיין פרעשור פון משפחה אדער פריינט , איז דען דא א פארטיי וואס לויפט נאך מענטשען , ווי עס זאל נישט זיין אויב איז דא אזא מציאות איז דאס ס״ה נאך א פראבלעם וואס די פארטיי האט וכמו שכתבתי.
אט דאס מיינט אוועקגעשטעלט. טאמער גייט זיין פרעשור פון משפחה ווען דער אינדעווידועל לאזט אפ זיין פארטיי הייסט דאס אז דער פארטיי איז אוועק געשטעלט אויף אן אופן וואס מען קען "נישט" פארלאזן די פארטיי. עס מאכט בכלל נישט אויס ווער דער דירעקטער גורם פון די קאנסעקוטענסן איז, א פארטיי אין וואס זיינע מענטשן זענען באין ברירה צוגענאגלט דערצו איז פראבלעמאטיש וטוב לו שלא נברא משנברא.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 8:39 pm
דורך ירא שמים
וואס דארף די פארטיי טוען אז סדא טאטעס וואס האבן נישט קיין שכל ?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 9:05 pm
דורך moshav zekeinim
איך ווייס נישט וואס. אזוי ווי א פליגער דארף זיך באווארענען פון סכנות דורך זאכן וואס האבן נישט קיין שכל, דאס זעלבע א פארטיי. און אז זיי קענען נישט זאלן זיי נישט עקסעסטירן, עס איז נישט גענוג וויכטיג אז עס זאל זיך לוינען צו צאלן אזא פרייז.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 12:46 am
דורך יהושע חיים
יעדער זאך האט מעלות און חסרונות
מעלות פון א פארטיי
1 שטעלן צו סערוויס ווי מוסדות וכו'
2 ווי נישט ווי זענען די אדמורי"ם מער פארשטענלך ווי סתם רבנים וואס האבן נישט קיין קהילה אונטער זיך (למשל גאלאנטע וכו')
חסרונות
1 זיי זענען בעלי בתים אויף דיר אין א געוויסע זין
2 מען מוז זיך צושטעלן צו דער סיסטעם פון די פארטיי
עס איז נאך דא אסאך (כהאב נישט קיין נערווין יעצט ביינאכט) דער עולם איז מכבוד מיט צולייגן
אזוי ווי ביי יעדער זאך דארף מען נעמען די פרא'ס ענד קאנ'ס און אויף דעם בויען אן החלטה
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 2:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וועל דא מגלה זיין אז איך בין דער ניק פון אישי, און איך האב גע'ענטפערט, אבער כנראה איז עס ערגעץ פארלוירען געגאנגען.
דער שלעכץ פון פארטיי איז ווייל ס'איז א טערמין פון שקר. אלע מושגים פארלירען זייער אמת'ער באדייט און ווערען פארוואלגערט אינ'ם אינטערעס'ן פונ'ם פארטיי. תלמיד חכם מיינט נישט קענען תורה, נאר דער וואס ס'פעלט אויס פאר די פארטיי, שמחת יום טוב מיינט זיך רייבען אקסל'ן מיט יענעם אויפ'ן פארענטשע'ס צוקוקענדיג ווי יענער עסט זיך אפ א סעודה, הלכה איז נאר געפסקנ'ט מיט די אינטרס'ן. אפילו פראסטע גשמיות'דיגע זאכען ווערען פארוואלגערט אין שקר. יעדער וויזניצער חסיד וועט דיר זאגען וועגען די הערליכע כח הנגינה פון וויזניצער רבי'ס. נאך דעם גיי הער א טייפ פון ר' חיים מאיר'ל און זאג מיר צו ער האט געקענט צו נישט. וכהנה וכהנה.
שקר איז שלעכט אפילו מענטשען פאסמאקעווען צומאל דערין. דער זיסער געשמאק פון זיך לעבען אין די פאנטאזיע פון א חברה איז די איינשלעפען וואס דער שקר טוט צו א מענטש איהם נישט צו לאזען איינזען די אמת.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 2:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ועוד וויל איך זאגען פאר די אלע וואס רעדען פון נישט ארויסגייען פון ע פארטיי. אין אסאך פארטייען געפונט זיך א סיניסטע''ר סיסטעם אויפצושרעקען מענטשען פון זיך אפשאקלען. איך האב געזען א מאמר פון אהרן פריעדמאן פון בעלזא קעגען די 'זוכער'ס', וואס ער 'ווייסט פון עקספעריענ''ס' ווי ס'שאדט זייער לעבען דאס זוכען אין א פרעמדע ארט. אין אנדערע פלעצער פרעדיגט מען אז ס'קומט פון פגם הברית. אין א דריטע פלאץ האט מען א פראבלעם פון 'הכרת הטוב', כאילו רעכט און אומרעכט האט מיט הכרת הטוב צוטוהן. ס'איז גארנישט אזוי אומשולדיג. ס'טוט זיך א שטארקען טרור אינ'ם פארטיי געזעלשאפט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 3:08 am
דורך moshav zekeinim
ליטוואק, דו ביסט נאטורליך און ארגינעל.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 3:33 am
דורך אהרן
מיינע צוויי צענט.
עס זענען דא פאריקטע הנהגות (מיט וואס די אשכול האט זיך אנגעהויבען) און עס זענען דא פאריקטע מענטשען (וואס [tag]moshav zekeinim[/tag] האט צוגעלייגט).
אמאל קען א קהלה אויפקומען מיט א משוגעת, וואס האט נישט קיין שום מקור, דינט נישט קיין שום פערפעס, בסך הכל האט די רעביצען זיך אויסגעדריקט בניחותא אויף א געוויסע משוגעת און די רבי האט זיך צושמייכעלט, היידא א נייע עדישאן, אנשי מעשה מוטשעטס ענק מיט נאך איינס, אבער פארוואס,פארוואס פארברענען אזויפיל ענערדזשי און כוח און ניטאמאל באקומען שכר דעראויף?
וואס יא, אלעס האט מיט די הכרה, איינמאל א מענטש ווייסט און פארשטייט חובתו בעולמו, וואס איז א עיקר וואס איז א טפל, קען ער בלייבן טרינקען קאווע און שמועסן מיט געצל איבער אבאמא אין ביהמ"ד,
מסביר זיין פאר מעכליןנפלאות הבורא פאר קבלת שבת, גאסיפן אויף אייוועלט, שעלטן די סיסטעם אויף קאווע שטיבל, עס איז ממש גארנישט וואס קהלות פארלאנגען פון עמך יודן אויף א טאג טעגליכן פארנעם, עס איז נאך קיינער נישט ארויסגעפאלן פארן נישט זיך שאקלען אויף פארענטשעס, געווענליך אז די ביסט נישט בועט, קענסטו זיך בויען דיין אייגענע סביבה ארום זיך.
איי וואספארא גוטס ברענגט א פארטיי?
1 מוסדות.
2 סאשעיל סערוויסעס.
3 א גוטע פרעים פאר ליידיגע קעפ.
4 ועל כולנה מענטשען גלייכן נישט צו דארפען מאכן דעסישענס אליינס (קוק מיין חתימה), מען שרייבט איין די קינדער און די מוסדות ביי די צוויי אהאלב, און דאס איז עס ביז די אכצען, די דף לערנט מען וואס די רבי האט באפוילען, פלייש קויפט מען ביי די מוסדות, אזוי אז וואס דער רבוש"ע קען נאר ווילן בין איך שוין באזארגט.
בנוגע די פארוקטע עלטערן וואס [tag]moshav zekeinim[/tag] האט דערמאנט, לדעתי האט דאס גארנישט מיט אידישקייט, דאס זענען מענטשן וואס אינטימידעטן זייערע קינדער על לא דבר, על לא דבר?!? עס איז דאך ברא כרעא דאבוה, אוודאי א פיסל, צו וואס? צו א שעווערע לאסט וואס ברענגט אים גארנישט, הנח להם אז נישט די געהויבענע טישן וועט ער אינטימעדעטן פארן נישט טרונקען ציגן מילך, עס איז פערסאנעליטי, האט זילטש מיט תורה ומצוות
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 3:50 am
דורך אהרן
(מיין חתימה פאר טאפאטאלק באנוצער:
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
-זיגמונד פרויד)
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 7:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין נקודה איז אז שקר איז בעצם שלעכט, אפגעזעהן פון די תוצאות דערפון.
אבער לגבי די באקועמליכקייט קען עס אויך זיין א פראבלעם. א ציבור וואס לעבט יארען אן קיין אחריות ווערט שוואך. מענטשען פארלירען זייער כוחות. נישט אלע מענטשען זענען אזוי דום. גענוג און נאך וואלט'ן זיך געקענט אן עצה געבען מיט עפענען מוסדות, בויען א בית המדרש, פסקנ'ען א הלכה און ערלעדיגען וועטשערע פאר'ן קימפעטורען. מיר האבען אן איבערפלוס פון ארגאניזאציעס וואס דינען א ציל ארויסצונעמען די כוחות פון דער מענטשהייט. דאס איז נישט נאר ביי פארטייען, דאס איז אין די ברייטע ציבור אויך. מ'ווערט אויסגעשפארט פון שטוב, קלינגט מען נישט קיין שלעסער, מ'קלינגט חברים. מ'דארף נישט מאכען 'טריפ''ל איי', מ'פארלאזט זיך אויף חברים. מ'דארף נישט זארגען אויף עסן אין שפיטאל, ווייל ביקור חולים נעמט קע''ר דערפון. וואס איז אזוי שווער זיך אליינס צו ערלעדיגען פרישטיק פון א געשעפט? וכן ביי א סאך אנדערע זאכען. איך האב געליינט אין צייטונג אז ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגאניזאציע צו העלפען מענטשען מאכען שמחות. מיט וואס? מיט געבען רייד''ס אויפ'ן טאג פון א שמחה. אנטשולדיגט?! ס'איז נישט דא קיין קאר סערוויס?! פארוואס דארף מען מאכען מענטשען הינקעדיג? א פארטיי וואס שטעלט אלס צו, פארשאפט מענטשען וואס דארפען הילף צו בינדען די שיך (אפשר וועגען דעם איז איינגעפיהרט ביי מאנכע פארטייען צו גייען האלבע שיך, וואס מ'דארף נישט צובינדען!). די מעלה איז גאר די חסרון.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 10:57 am
דורך געוואלדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'דארף נישט זארגען אויף עסן אין שפיטאל, ווייל ביקור חולים נעמט קע''ר דערפון. וואס איז אזוי שווער זיך אליינס צו ערלעדיגען פרישטיק פון א געשעפט?
איך בין נייגעריג צו ביסט שוין אמאל געווען מיט א חולה אין שפיטאל, ווייל טאמער יא ווייסטו מסתם אז נאכן אפזיצן א גאנצע נאכט אין עמערדזשענסי רום אדעם אין icu האט מען נישט די קאפ אויפן פלאץ און נישט די מעגליכקייט צו קער נעמען פון עסן פון זיך, יא אין אזא מצב איז שווער צו ערלעדיגן פרישטיג פון א געשעפט, שוין אפגערעדט אז אסאך פון די שפיטעלער זענען היבש ווייט פון געשעפטן מיט א השגחה וואס דער באטראפענער וואלט געגעסן.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 11:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זאג נישט אז ס'האט נישט קיין תועלת, אבער דער רוב, זאגאר ניינציג פערצענט אין מיין השערה, איז עס נישט גוט. איך האב געוויילט אפאר מאנאטען אין א שפיטאל ווייט פון א ביקור חולים צום זאך און מ'האט זיך אן עצה געגעבען. מיט הילף פון אנדערע, אבער נישט ארגאניזאציע'ס. אז מ'גייט מעסטען דער תועלת כלפי דער הפסד וועט מען קענען רעדען, אבער ס'איז ווייט פון באשטעטיגט אז ס'איז א פאזיטיווע ערשיינונג.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 5:28 pm
דורך ירא שמים
מקען אזוי קלערן וועגן די עצם מושג פון חסד און צדקה פארוואס זאל איך אים געבן געלט אדער אים העלפן וואס דאס וועט רעדעצירן ביי אים די שטופ פון זיך אליין א עצה געבן.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 5:32 pm
דורך ירא שמים
סדא א דעת ההמון אז א מענטש אהן א קאמיוניטי שפירט זיך אפגעריסען , משא״כ א מענטש וואס האט א קהילה שפירט ער אז ער האט א נעסט און ער שפירט זיך בעסער , איז דאס ריכטיג ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 6:08 pm
דורך moshav zekeinim
אז יעדער איז כמו אינווייניג שפירט זיך דער וואס איז נישט "אינווייניג" כאילו ער איז "אינדרויסן". א געפיל פון רידזשעקשן בסך הכל
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:44 pm
דורך אהרן
ירא שמים האט געשריבן:מקען אזוי קלערן וועגן די עצם מושג פון חסד און צדקה פארוואס זאל איך אים געבן געלט אדער אים העלפן וואס דאס וועט רעדעצירן ביי אים די שטופ פון זיך אליין א עצה געבן.
זאגסט דאך אזוי גוט, וכן מבואר אז דאס איז טאקע די גרעסטע דרגא פון צדקה, צו מאכן א שותפות, אדער העלפן אויף אן אנדערע אופן, א נצרך זיך צו שטעלן אויף די פוס, צו זיין סעלף סופישענט, כדי שלא יצטרך לידי אחרים.
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וכבר שמעתי מפי הוואודרידזש'ע רב שליט''א 'שקר אין לו רגלים. אין די פארטייען און חבורות פון שקר, קודם האקט מען דיר אפ די פיס, כדי דו זאלסט נישט קענען אנטלויפען. דערנאך ארבעט דער פארטיי. דער דרך פון אמת איז מחנך אז מ'זאל קענען שטייען דערנאך אויף די אייגענע פיס און לעבען מיט זיך'. ודפח''ח.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:57 pm
דורך moshav zekeinim
עס איז אמת בלי שום ספק