דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך moshav zekeinim »

דאס איז אן אלטער רוסישער פאנטאזירנדע פאלקס מעשה, מיט עקזאטישע פארבן, וואס איז געווען באקאנט אין די רוסישע יונגנט ליטעראטור, גלייך ווי די מעשה'לע מיט די "דריי חזרים'לעך" איז באקאנט אין די אמעריקאנער קינדער וועלט.

מיט ארום הונדערט יאר צוריק האט א רוסישער קאמפאזיטער מיטן נאמען "איגור סטראווארסקי" פארפאסט א מוזיקאלישער מאוומענט וואס דערציילט דער פאנטאסטישער פיקציע אין מוזיק שפראך, די פארבן און די תנועות וואס ער האט דארט אריין געלייגט איז אומגלויבליך, און איז געווען א ערנסטער דורך ברוך אין זיין צייט אינערהאלב די וועלט פון קלאסישע מוזיק (-ערנסטע טיפע ארטיסטישע מוזיק).

אין אנהייב האבן די דעריגענטן פון די קלאסישע מוזיק (וואס איז בימים ההם געווען די דאמענירנדע מוזיק) נישט געוואלט אננעמען סטראווארסקיס קאמפיזאציע, טענה'דיג אז עס שטימט נישט מיט די אנגענומענע כללי הנגינה, אבער צוביסליך האט זיך דער לאנגער דערציילנדער קאמפעזאציע אריין באקומען אין די קלאסישע מוזיק וועלט, און דאס האט געעפנט א נייע עפאכע אין די קלאסישע מוזיק, וואס רופט זיך מאדערן קלאסישע עפאכע, און איז געווען דער ערשטער פאנטאסטישער מעשה פארציילער אין נגינה לשון וואס האט געשפילט בהכלי התרבות אויף די פאדיונען וואו עס פלעגן געשפילט ווערן די "סימפאניעס" און "קאנטשערטאוס" (די צוויי ביז דעמאלסדיגע עמודי היסוד פון ארטיסטישע מוזיק) פון בעטהאווען און באהאראמס און אנדערע פארצייטישע קלאסיש-ראמאנטישע קאמפאזיטארן.

איז לאמיר זעהן וואס עס איז די פאנטאסטישער מעשה וואס איז געווען דער ערשטער צו דערציילט ווערן דורך א פילהארמאנישע ארקעסטרא אין נגינה לשון? אט הערט:

געווען איז א אמאל מיט לאנגע יארן צוריק א ריטער וואס האט געהייסן "איוואן צארביטש", געווען איז ער א העלדישער רייטער וואס פלעגט רייטן אין די צרחקים. איין טאג רייטנדיג אויף זיין פערד, באמערקט איוואן העכער אים פליען א וואונדערליכער פויגל מיט פייערדיגע קאלירן, איוואן האט באשלאסן צו כאפן דעם וואונדערליכן פויגל און איר אנגעהויבן נאכצויאגן, ער איז איר נאכגעלאפן און נאכגעלאפן א גאנצן טאג ביז דער פויגל איז אריין געפלויגן אין דעם גיגאנטישן גיט פון "קאטשיי"!!! און איוואן איז אריין אינעם גיט איר נאכיאגן...

וואס איוואן דער ריטער האט נישט געוויסט איז, אז ביי דער גיט קען מען נאר אריין, אבער נישט ארויס...

קאטשיי דער קעניג פונעם גיט איז געווען א סופערנאטוראלער באשעפעניש וואס איז געווען אומשטערבליך. יעדער נקבה וואס האט אריין געבלאנדזשעט אין זיין גיט איז אויף א מיסטעריעזן אופן געפאנגען געווארן דורך איבערנאטורליכע כוחות, און יעדער זכר איז דארט פארוואנדלט געווארן אין א שטיין...

איוואן זעצט ווייטער פאר זיין געיעג נאכן פייערפויגל, דער פייערפויגל הייבט זיך אן ארום צודרייען ארום א בוים ארום און ארום, ביז איוואן האט איר באוויזן צו כאפן.

פארגאפט איז איוואן געווען פון די באצויבערנדן שיינהייט פונעם פויגל, און ער האט מחליט געווען אז אזא פויגל איז ווערט איר פרייהייט און ער האט איר באפרייט מיט גענאד.

דער פייערפויגל, אזוי ווי איר דרויסענדיגער שיינקייט איז איר אינווייניגסטע שיינקייט, און אלס הכרת הטוב וואס ער האט איר באפרייט זאגט זי אים: נעם אראפ א גאלדענע פעדער פון מיר, און ווען דו וועסט זיין אין א עת צרה זאלסטו פאכענען מיט דעם פעדער און איך וועל דיר באלד קומען צו הילף". איוואן האט אראפ גענומען א ווייכער גאלדענער פעדער און דער פייערפויגל איז פארשווינדן געווארן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך ירא שמים »

סדערמאנט מיר פון די ספורי מעשיות פון ר׳ נחמן , דוכט זיך ערגעץ שרייבט ר׳ נתן בשם ר׳ נחמן הסיפורים שמספרים העולם יש בהם סודות , ופעמים שהיה משנה קצת בסיפורים אלו ומספרם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

נישט וויסנדיג אין וואס פאר א סכנת'דיגער פלאץ ער געפונט זיך, האט איוואן אנגעהויבן ארום צושפאצירן אינעם וואונדערליכן גארטן. כל מיני געוטאוקן פון אלע קאלירן און כל מיני בשמים וואס זייער דופטיגער ריח האט מחיה געווען די זעהל, איז דארטן געוואקסן. כל מיני עץ מאכל איז דארטן געווען צו געפונען, און דערפרישנדע וואסער קוואלן זענען דארטן געפלאסן.

שפאצירט זיך איוואן געמיטליך אינעם גארטן, און פלוצלינג באגעגענען זיינע אויגן א שטוינענדע מחזה: צענדליגע צענדליגע שטיינער אין געשטאלט פון מענטשן זעהט ער איינס נעבן אנדערן, און דערנעבן טאנצן אין א רינג א גרופע פון דרייצן מאדן וואס זייער שיינקייט איז ווי די שיינקייט פון די זין.

איוואן לייגט א אויג אויף די שענסטע פון זיי, און הייבט אן רעדן צו איר ליבע רייד ביז ער פרעגט איר צו זי איז גרייט מיט אים חתונה צו האבן.

מיט א טרויעריגע מינע לאזט די שיינהייט אראפ דעם קאפ און רופט זיך אן: מיין הער, הלואי ווען איך זאל ווען קענען חתונה האבן און האבן קינדער אזוי אלע בנות הארץ, אבער וויסן זאלסטו אז דא איז א געפערליכער פלאץ, און יעדער שיינער מיידל וואס קומט דא אריין קען מער קיינמאל נישט ארויס, און אויך דו מיין הער ביסט אין א גרויסער סכנה, אט זעה די פארשטיינערטע מענטשן, נאך אביסל גייסטו זיין אזוי ווי זיי. דער גיט באזיצער קאטשיי איז א שוידערליכער גייסט אין פארעם פון א מענטש און מיט זיינע איבערנאטורליכע כוחות לאזט ער קיינעם נישט ארויס פון דא.

א טויט שרעק איז באפאלן איוואנען, וואס טוט מען דא, אט באלד ווערט ער פארוואנדלט אין א שטיין דורך דעם שרעקעדיגן קעניג קאטשיי. מיט שנעלע טריט פראבירט ער נאך זיין מזל ארויס צו יאגן פונעם גארטן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך ירא שמים »

א לינק צו די מאוומענט אפשר ? אה סדאך מסתמא אין רוסיש
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

א הילכיגער טייוולאנישער געלעכטער הערט זיך פלוצלינג פון דערווייטן, דאס איז געווען קאטשיי דער גייסטיגער גיט באזיצער אליין. "וואס מיינסטו, דו וועסט זיך פון מיר קענען ארויס דרייען? פון דער גיט איז נאך קיין איינער נישט ארויס חא חא חא...

איוואן איז פארגליווערט געווארן פון פחד. אבער פלוצלינג דערמאנט ער זיך אין דעם פוכיגן גאלדענער פעדער פונעם פייערפויגל, און מיט ציטערדיגע הענט הייבט ער דאס אויף און פאכעט דערמיט צום הימל.

א פליגל געפלאטערעכטץ הערט זיך פלוצלינג פון העכער זיין קאפ. דער פייער פויגל האט זיך צו אים באוויזן מיט איר פולער פראכט און שיינקייט און צו אים געזאגט, קום מיט מיר, דו דארפסט נישט פארכטן.

"דו ווייסט די געהיימניס פארוואס קאטשיי דער גרויזאמער איז אומשטערבליך -רוימט אים דער פויגל אריין אין אויער - דאס איז ווייל ער האט באהאלטן זיין נשמה אין א בת היענה איי, קום וועל איך דיר אנטפלעקן וואו דער איי געפונט זיך און איינמאל דו וועסט צוברעכן די איי וועט דער גרויזאמער קאטשיי שטארבן, און דו וועסט געראטעוועט ווערן פון די סכנה. אלע מיידלעך וועלן באפרייט ווערן און דו פארשטיינערטע יונגען וועלן דערלעבט ווערן.

צווישן געדיכטע בוימער אינעם גארטן האט אים די פייערפויגל געפירט, און דארט אין די געדיכטענישט זענען זיי אריין אין א הייל און א ריזיגער איי האט זיך פאר זיי אנדעקט וואס האט ליכטיג געמאכט די פינסטערנישט פונעם הייל.

"נעם א שטיין פון דער ערד און צוברעך זאפארט דעם איי" באפעלט דער פויגל.

איוואן מיט זיין גבורה הייבט אויף א גרויסן שטיין און שליידערט איר צום גרויסן איי, און פצ פצ פצ א שוידערליכער געשריי האט זיך געהערט פונדערווייטן און אן אימה חשיכה האט זיך אראפ געלאזט אינעם הייל.

"שרעק זיך נישט - רופט זיך דער פויגל אן צום טויט דערשראקענעם איוואן - פריי זיך אז דער שלעכטץ איז שוין נישטא, קאטשיי איז טויט, און יעצט קום שטיי אויף און באפריי די אומגליקליכע געפאנגענע מוידן!"

איוואן גייט ארויס פונעם הייל ביז ער קומט אן צום פלאץ פון די געפאנגענע מוידן און פארשטיינערטע יונגען, און גלויבט נישט וואס ער זעהט, פון די פארגליווערטע פנים'ער וואס ער האט פריער געזען ביי די מוידן זענען זיי פלוצים פארוואנדלט געווארן אין לעבנסלוסטיגע געזיכטער, און... די פארשטיינעטע געשטאלטן האבן צוביסליך אנגעהויבן צוריק צוקומען צום לעבן.

איוואן האט זיך דערנענטערט צו זיין געליבטע און ביידע זענען ארויף געפאלן איינער אויפן צווייטנס האלז, און אלע מוידן און אויך די צוריק לעבעדיג געווארענע יונגען האבן אנגעהויבן טאנצן מיט שמחה...

התנערו מעפר קומי לבשי בגדי תפארתך עמי על יד בן ישי בית הלחמי כי קרבה אל נפשי גאלה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ירא שמים האט געשריבן:א לינק צו די מאוומענט אפשר ? אה סדאך מסתמא אין רוסיש


עס איז נישט אין קיין שום שפראך, עס איז בלויז מוזיק וואס שפילט אפ דעם מצב. דאס איז דאך דער ספעציאליטעט פון דער מאוומענט, (אנדערש וואו אפערא וואס זינגט אפ דראמאס אין ווערטער)
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך ירא שמים »

פארהאן א לינק ?
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

https://www.youtube.com/watch?v=p_3M2nc ... ata_player

געשפילט אין ארץ ישראל מיט א פילהארמאנישער ארקעסטרא (פידלען הערנער, גרויסע פויק כלים און באסאנען) אזוי ווי איגור סטראווארסקי האט עס פארגעשריבן.

פראביר צו פארשטיין די גייסט פון די מעשה אין די מוזיקאלישע מאוומענט. הער איבער עטליכע מאל ביז דו וועסט עס פארשטיין.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך האב דעם שטיקל מיטגעהאלטן לייוו דעם מוצאי שבת פאר סוכות ביי א סימפאני קאנצערט. די סאונד הערט מען ארגינעל אן קיין עמפליפייער, אבער די קולות פון די מיתרי הכינור האבן ארום גענומען דעם זאל, און ביי די עקסטאז שטיקלעך האט די זאל געציטערט. עס איז געווען א געוואלדיגער עקספיריענס.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ירא שמים האט געשריבן:סדערמאנט מיר פון די ספורי מעשיות פון ר׳ נחמן , דוכט זיך ערגעץ שרייבט ר׳ נתן בשם ר׳ נחמן הסיפורים שמספרים העולם יש בהם סודות , ופעמים שהיה משנה קצת בסיפורים אלו ומספרם.

אינטרעסאנט. וואו זאגט עס ר' נחמן?

א טייל פון זיינע סיפורים וואס ער ברענגט זענען טאקע געווען באקאנטע פאלקס מעשיות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

כגעדענק עס קלאר זען , אבער כגעדענק נישט וואו , [tag]ברסלבער[/tag] אפשר ווייסטו ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך ירא שמים »

ImageUploadedByTapatalk1444524710.978469.jpg[/
attachment][attachment=1]ImageUploadedByTapatalk1444524718.527538.jpg
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך ירא שמים »

געטראפן אין הקדמה צו סיפורי מעשיות די אינטערשטע בילד דארף מען ליינען קודם.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ירא, דו ביסט אהערגעשטעלט, איך האב הנאה פון די מקור, יש"כ
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: דער פייער-פויגל (קלאסישע מוזיק)

שליחה דורך ירא שמים »

יעצט געליינט די מעשה יעצט גיי מיר הערן די מוזיק !
פארשפארט