גיי גלייב!!! (--- פרי עט הדר)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 2:30 pm
[center]
"וואס הייסט? עס איז א בפירוש'ע צייטונג!" - דאס זענען ווערטער וואס מען הערט כסדר ביי היציגע דעבאטעס. דזשורנאליזם איז אייביג באטראכט געווארן אלס א פאקטישע באגרינדונג, אויף וואס מען האט זיך אין דעבאטע נישט געקענט שטעלן. דאס געשריבן ווארט איז אייביג פאררעכענט געווארן פאר א דבר קבוע וקיימא, א קאלטע פאקט. אבער אנדערש ווי היינט, ווען טעכנעלאגיע איז שטארק פארגעשריטן, און נייעס באריכטן ווערן פארשפרייט אין רגעים, און עס איז א זעלטענהייט אז א צייטונג זאל מאכן א טעות מיט א באריכט, וואס איז געזויגן מתחילתה עד סופה, (כאטש מען טרעפט אזאנס אין די מאדערענע וועלט אויך, א שטייגער ווי "דשעיסאן בלעיר" פון די ניו יארק טיימס, צו "דזשעק קעלי" פון די יו עס עי טאדעי, צו גאר אונזער היימישער [tag]עקספרימענטירער[/tag]) דאך איז אמאל געווען גאר אנדערש, ווען די צייטונגען זענען געווען גאר פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען, איז געווען א מצוי'דיגע זאך, אז עס זענען ערשינען גאנצעטע באריכטן, צומאל באגלייט אפילו מיט עדות, און אין א וואך צוויי שפעטער איז ערשינען א "מעוות לתקון" ווי די רעדאקציע ציהט צוריק - מיט רויטע בושות - אויף דעם פאלשן באריכט. אזא געשעעניש פלעגט צומאל זיך דורך ווישן אומבאמערקט, און צומאל פלעגט דאס זיין א קלאסאלן דורכפאל פארן צייטונג.
פארצייטנס איז דער אידישע לעבן נישט געווען אזוי צענטראליזירט ווי היינט צוטאגס. און רוסלאנד, אוקריינע, פוילן, גאליציע, רומעניע, זענען געווען צושפרייט הונדערטע הונדערטע שטעטלעך, און כדי צו וויסן די נייעס, האבן די צייטונגען געמוזט צוקומען צו אינפארמאטארן אינערהאלב די געגענטער און שטעטלעך. צומאל פלעגן סתם מענטשן אויך אריין שיקן נייעס פון זייער וואוינארט, וואס דאדורכדעם פלעגט אפט זיין אזאנע עקספרימענטירער טיפ מענטשן, וואס פלעגן שיקן פאלשע באריכטן צו די צייטונגען, געווענליך געבויט אויף מאטיוון פון שנאה, זיך אפצורעכענן מיט יענעם א גוטס.
[center]~~[/center]
אט הערט א מעשה [וואס איז האפנטליך יא אמת...]:
געווען איז עס איין טאג, ווען די תלמידים פונעם גרויסן גאון ר' ברוך בער לייבאוויטץ, דער 'ברכת שמואל' זצ"ל, דערציילן פאר זייער רבי'ן מיט גרויס שאק און צובראכנקייט, אז עס איז אנגעקומען א ידיעה פון די צייטונגען אז דער גאון עולם לבית בריסק און רבי פון רבי ברוך בער - הגאון רבי חיים בריסקער שבק לן חיים, ער איז ליידער נפטר געווארן. ר' ברוך בער בלייבט זיצן גלייכגילטיג, ווי כאילו נישט צו אים זענען די רייד געווענדעט. שפעטער אין טאג ווען עס איז אנגעקומען א שליח מיטן בשורה, איז ר' ברוך בער געכאפט געווארן אין א שאק, הערנדיג [און קולט זייענדיג] די טרויעריגע בשורה, און איז צוזאם געפאלן פון גרויס צער און צובראכנקייט.
אויב וואונדערט איר זיך, פארוואס ער האט אזוי ווייניג געגלייבט די מודעה אינעם צייטונג, דאן דארפט איר ליינען די פאלגענדע אמת'ע מעשיות וואס זענען פארגעקומען אין אלטער היים, און איר וועט פארשטיין וויפיל נאמנות א צייטונג האט געקענט טראגן.
[center]~~[/center]
הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א - א נאמען וואס באדארף נישט קיין הסברים, מה טובו ומה גדולתו - האט שוין 'מאראנצי' באשריבן מיט אלע אירע קאלירן. אבער זיין יחוס איז אויך נישט אוועק צו מאכען מיט איין האנד. ער ציהט ארויף זיין אפשטאם, ביזן גרויסן תנא ר' חנינא קרא. לאמיר גיין צושטייטלעך, אבער בקיצור.
דער אבי השלשלת 'זילבערבערג' איז געווען הרב בנימין בייניש, ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יצחק זאב אוירבאך, (דער שוואגער פון הגאון המפורסם הרב יצחק איציק אוירבאך, מרבני ירושלים. און זיי ביידע זענען געווען איידימער פון רבי יצחק קרא, {לחד גירסא ארויף צום ב"י הרב יוסף קארו (קרא), און-} ארויף ביזן תנא ר' חנינא קרא).
זיין זון איז געווען הרב המפורסם ביותר הגאון רבי משה יהודה לייב זילבערבערג אב"ד קוטנא, ורבן של הקהילות האשכנזית בירושלים.
זיין זון איז געווען הרב חיים יעקב נפתלי אב"ד אירשוב, ער איז נאך געווען א שטיקל מתנגד, כאטש ער איז געווען נאך ביים שפת אמת. (דער אמרי אמת האט נישט פארפעלט אים צו באזוכן יעדעס מאל ער איז געווען אין שטאט!)
זיין אייניקל איז געווען הגאון הרב אברהם בנימין בייניש מרבני ווארשא ואח"כ אב"ד פיטסבורג, וואו ער האט פארטרעטן אין א געוויסע זין חסידי גור אין אמעריקא. (ער איז שוין יא געווען א חסיד נלהב, און א תשובה שרייבט ער אמאל: דעם רבי'נס א ווארט דארף מען אפלערנען ווי א גאנצע תוס'...). ער איז געווען א מחותן מיט דער ירושלימער רבי פון קראונהייטס - פון ווי עס שטאמט ר' ברוך אייזענבערג ע"ה ומשפחתו.
געוויס וועט אייך שאקירן אז הרב צבי מאיר שליט"א'ס טאטע'ס טאטע איז גאר געווען א פאלנער משומד!
ליינט מיט שפאנונג א באריכט איבערן זון פון רבי אברהם בנימין זילבערבערג.
[center]א סענזאציאנאלע שאקירנדע באריכט אין די ווארשעווע צייטונגען:[/center]
[center] [/center]
אין די ווארשאווער רבני'שע קרייזן ווערט איצט פיל גערעדט וועגן דעם שרעקליכער טראגעדיע, וואס עס לעבט יעצט איבער דער באקאנטער ווארשאווער מורה הוראה הרב ר' אברהם בנימין זילבערבערג, וועמענס זוהן, אויך א רב איז אוועק צו די מיסיאנערן קיין לאנדאן און זיך דארט אפגע'שמד'ט.
די סענסאציאנאלע געשיכטע שטעלט זיך פאר אזוי:
הרב ר' אברהם בנימין זילבערבערג איז אין משך פון לאנגע יאהרן געווען דער הויפט אנפירער פון די "שומרי שבת" אין ווארשא, און איז געווען אן ערענסטער קאנדידאט אויף אפיציעלן רב פון ווארשאווער ראבינאט. מיט צוויי יאר צוריק איז ער אוועק געפארן קיין אמעריקא, פון וואנען ער איז ביז'ן היינטיגן טאג נישט צוריקגעקומען.
ווי מען גיט איבער, איז הרב זילבערבערג קיין אמעריקא געפאהרען זאמלען געלד פאר א ישיבה.
[center] [/center]
[center]הגאון ר' אברהם בנימין בייניש אב"ד פיטסבורג[/center]
דעם רב זילבערבערג האט דערווייל אין ווארשא פארטרעטען זיין זוהן דער יונגער רב זילבערבערג, וועלכער פלעגט זיך, אגב, אזוי אויסצייכענען מיט זיינע רעדעס אין די שוהלען, ווי דעם פאטער.
מיט 6 חדשים צוריק איז דער יונגער זילבערבערג נעלם געווארען. מען האט אים געזוכט און נישט געקאָנט געפונען. מיט 2 חדשים שפעטער האט זיך צום הרב ר' שלמה דוד כהנה געווענדעט דער גערער טיש-זיצער ר' יוסף מאיר מילכווערגער פון אדרעסס מילא 5, וועלכער האט דעם רב פארטרויט א סוד: ער האט נעמליך דערצעהלט, אז מיט עטליכע יאהר צוריק האט ער זיינס א 16-יעריג מיידעל פער'קנס'ט פאר'ן יונגען רב זילבערבערג און האט אויף זיין טאכטער'ס און דעם חתנ'ס נאמען אריינגעלעגט אין א באנק-קאסעטקע דעם נדן אויף א סומע פון 10 טויזענד זל.
דער חתן, דער יונגער רב, האט מיט א קונץ ארויסבעקומען דעם נדן און מיט'ן געלד נעלם געווארען. נאך עטליכע חדשים זוכען איז איהם געלונגען געוואויר צו ווערען, אז ער געפינט זיך אין שטאקהאלם, וואו ער האט זיך גע'שמד'ט. ער איז געווארען א גאנצע "שישקע" ביי די דארטיגע מיסיאנערן. ר' יוסף מאיר מילכווערגער האט דעריבער געבעטען, אז מען זאל איהם ארויסגעבען פטורין פאר זיין טאכטער, כדי זי זאל קאָנען ווערען א כלה פאר א צווייטען חתן.
דער רב כהנה האט זיך דאן געווענדעט קיין שטאקהאלם און לאנדאן, וואו ער האט זיך גענוי אינפארמירט וועגען דער ריכטיגקייט פון דער סענסאציאנאלער שמד-געשיכטע.
נאכדעם ווי 2 יודישע עדות פון לאנדאן האבען בעשטעטיגט, אז עס איז טאקי א טרויעריגער אמת, אז דער יונגער רב זילבערבערג האט זיך טאקי גע'שמד'ט און איז אין לאנדאן א גאנצער מאכער ביי די דארטיגע מיסיאנערען, האט הרב שלמה דוד כהנה ארויסגעגעבען דעם פריילין מילכווערגער פטורין.
ערשט איצט איז די ווארשאווער רבנים געווארען קלאר פארוואס דער פאטער פון יונגען רב זילבערבערג קומט נישט צוריק פון אמעריקא קיין ווארשא. ער קומט נישט צוריק צוליב עגמת נפש.
[center]און א הוספה איבער דעם, שרייבט 'דער עקספרעס' א טאג שפעטער.[/center]
נישט מיט קיין לייכט געמיט האט "אונזער עקספרעס" איבערגעגעבען די דאזיגע נישט היימליכע ידיעה. די רעדאקציע האט שוין וועגען דער טהאַט פון יונגען רב זילבערבערג געהאט ידיעות מיט עטליכע וואכן צוריק, אבער מיר האבען די ידיעות נישט געוואלט פארעפענטליכען, אבער נאכדעם, ווי עס זענען קיין ווארשא דערגאנגען ידיעות, אז דער יונגער רב זילבערבערג פיהרט אין לאנדאן א דאפעלטע שפיעל: ער איז א גאנצע "שישקע" ביי די דארטיגע מיסיאנערען און פארקעהרט גלייכצייטיג צווישען יודען, וואו ער זוכט נאך צו פאנגען נשמות, זענען מיר געווארען געצוואונגען צו פארעפענטליכען די גאנצע געשיכטע, כדי איהם אזוי ארום צו דעמאַסקירען פאר דע-גאנצער יודישער עפענטליכקייט. הגם מיר באזיצען נאך א סך פרטים וועגען דער אויפפיהרונג פון יונגען זילבערבערג נאך פאר זיין אבפאהר פון פוילען, דאך האלטען מיר זיך אפ די אלע פאקטען צו פארעפענטליכען.
[center]~~[/center]
דער ווארשאווער אידענטום האט געקאכט ווי א קעסל פון די שוידערליכן פאסירונג.
[center]צוויי חדשים פאריבער און דא האט איר פרישע באריכטן:[/center]
[center] [/center]
מיט א צייט צוריק איז אין "אונזער עקספרעס" געווען אפגעדרוקט א ידיעה וועגען הרב הערש מאיר זילבערבערג, וועלכער וואוינט לעצטענס אין מאנטריעאל (קאנאדע).
[center] [/center]
[center]אהרן צייטלין דער עורך פון אונזער עקספרעס[/center]
[i]דארט איז געווען דערצעהלט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז אוועק פון ווארשא נאכדעם ווי ער האט צוגענומען א סומע פון 10 טויזענד זל. וואס איז געווען דעפאנירט אין "באנק זאבאדני" דורך זיין צוקונפטיגער שווער.
ווייטער איז געווען געשריבען, אז נאכ'ן פערלאזען ווארשא איז ער אנגעקומען קיין שטאקהאלם און לאנדאן, דארט האט ער זיך גע'שמד'ט און אלס מיסיאנער איז ער אבגעפאהרען קיין אפיסיניען.
איצט שטעלען מיר פעסט, אז מיר זענען אריינגעפיהרט געווארען אין א טעות, ווייל אלץ, וואס עס איז געווען געשריבען אין יענער נאטיץ אנטשפרעכט נישט דער ווירקליכקייט.
דערין האבן מיר זיך איבערצייגט פון א רייה דאקומענטען, וואס זענען אונז צוגעשטעלט געווארען.
קודם-כל ווייזט זיך ארויס, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג האט בכלל נישט געקאָנט אבּנעהמען קיין געלד פון דער "דעפאזיטען באנק", ווייל לויט'ן דעפאזיטען אפמאך מיט דער באנק האט קיינער פון זיי ביידען, דאס הייסט נישט הרב הערש מאיר זילבערבערג און נישט זיין צוקונפטיגער שווער, נישט געקאָנט אבּנעהמען דאס געלד איינער אהן דעם צווייטען.
ווייטער ווערט פעסטגעשטעלט פון די דאקומענטען, אז נאכ'ן פערלאזען פוילען איז הרב הערש מאיר זילבערבערג אבגעפאהרען קיין ניו יארק, וואו ער איז איצט א פלייסיגער תלמיד אין דער ישיבה ר'יצחק אלחנן (קאוונע) און איז גלייכצייטיג דער גייסטיגער פיהרער פון דער קהילה "בית חסידים דפּוילין".
[/center]"וואס הייסט? עס איז א בפירוש'ע צייטונג!" - דאס זענען ווערטער וואס מען הערט כסדר ביי היציגע דעבאטעס. דזשורנאליזם איז אייביג באטראכט געווארן אלס א פאקטישע באגרינדונג, אויף וואס מען האט זיך אין דעבאטע נישט געקענט שטעלן. דאס געשריבן ווארט איז אייביג פאררעכענט געווארן פאר א דבר קבוע וקיימא, א קאלטע פאקט. אבער אנדערש ווי היינט, ווען טעכנעלאגיע איז שטארק פארגעשריטן, און נייעס באריכטן ווערן פארשפרייט אין רגעים, און עס איז א זעלטענהייט אז א צייטונג זאל מאכן א טעות מיט א באריכט, וואס איז געזויגן מתחילתה עד סופה, (כאטש מען טרעפט אזאנס אין די מאדערענע וועלט אויך, א שטייגער ווי "דשעיסאן בלעיר" פון די ניו יארק טיימס, צו "דזשעק קעלי" פון די יו עס עי טאדעי, צו גאר אונזער היימישער [tag]עקספרימענטירער[/tag]) דאך איז אמאל געווען גאר אנדערש, ווען די צייטונגען זענען געווען גאר פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען, איז געווען א מצוי'דיגע זאך, אז עס זענען ערשינען גאנצעטע באריכטן, צומאל באגלייט אפילו מיט עדות, און אין א וואך צוויי שפעטער איז ערשינען א "מעוות לתקון" ווי די רעדאקציע ציהט צוריק - מיט רויטע בושות - אויף דעם פאלשן באריכט. אזא געשעעניש פלעגט צומאל זיך דורך ווישן אומבאמערקט, און צומאל פלעגט דאס זיין א קלאסאלן דורכפאל פארן צייטונג.