בלאט 1 פון 1

זמירות לשבת להוציא מלב הקראים

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:12 pm
דורך אויבערלענדער חכם
הקדמה קצרה
אין דער אשכול וויל איך ברענגען עטליכע דוגמאות פון זמירות וואס זענען געשריבען געווארען מיט א ציל להוציא מלב הקראים. פארשטייט זיך אליין אז פון איין אדער צוויי דוגמאות וועט דער עולם נישט זיין איבערגעצייגט, אבער איך האף צו ברענגען גענוג אז מען זאל זעהן לכה"פ אז יש דברים בגו.
דער עולם איז געבעטען משתתף זיין כדי איך זאל נישט זיין קיין קול קורא במדבר.

דוגמא ראשונה:
ידוע און מפורסם אז די קראים האבען געהאלטען אז מען טאר נישט לאזען א פייער ברענען אין שטוב אויף שבת. זיי האבען געטייטש: לא תבערו אש בכל מושבותיכם – אז א פייער טאר נישט ברענען. כנגד דעם האבען זיי נישט געהאלטען פון הדלקת נר. אין מדרש לקח טוב פרשת ויקהל אויף די פסוק "לא תבערו אש" איז דער בעל לקח טוב מאריך מוכיח צו זיין נישט ווי די קראים און ער שרייבט "קבלה היתה לישראל מימי משה רבינו להדליק הנר". אין זיין ספר "לימודי השם" (עמוד רלב) זאגט אונז רבינו הקדוש ר' יונתן שטייף זצ"ל אז דער מחבר פון מדרש לקח טוב שרייבט עס נאר "להוציא מלב הקראים שיושבים בשבת בחשך".
יהודה הדסי [הקראי] שרייבט (אשכל הכפר אות קמה) "ועורך מנורות ונרות ועששיות ואבוקות ולפידי אש מיום ששי להיות בשבת מאיר באור אשו הלא הוא ברצונו הגרים שתי חלולים ביום קודש בעירת וכיבוי של אש".
לעומת זה זינגט מען:
לְבוּשׁ בִּגְדֵי חֲמוּדוֹת, לְהַדְלִיק נֵר בִּבְרָכָה, וַתֵּֽכֶל כָָּל הָעֲבוֹדוֹת, לֹא תַעֲשׂוּ מְלָאכָה.

דוגמא שנייה
הדסי שרייבט (אשכל הכופר אות קמה) "המחשבות והדמיונות הלב ומשפטים ודקדוקים ועסקים שאין מתורת אלהים אסור לחשוב בימי קודש בדעתך או לחזקם ולהעמידם בדעת לתקנם לעשותם בימי חול אסור עליך". ער איז מאריך מוכיח צו זיין אז טראכטען וועגען מלאכות איז אויך א מלאכה.
לעומת זה זינגט מען:
"חֲפָצֶֽיךָ אֲסוּרִים, וְגַם לַחֲשֹׁב חֶשְׁבּוֹנוֹת, הִרְהוּרִים מֻתָּרִים"
טראכטען וועגען טוהן מלאכות איז יא מותר, אזוי ווי די גמרא זאגט.

המשך יבוא בעזרת השי"ת

זמירות לשבת להוציא מלב הקראים

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:23 pm
דורך ירא שמים
די ראי'פון להדליק נר בברכה כאפ איך נישט , ער רעדט וועגן די הכנות פון שבת איינס פון זיי איז הדלקת הנרות.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:28 pm
דורך אויבערלענדער חכם
ירא שמים האט געשריבן:די ראי'פון להדליק נר בברכה כאפ איך נישט , ער רעדט וועגן די הכנות פון שבת איינס פון זיי איז הדלקת הנרות.


די קראים האבען געהאלטען אז מען טאר נישט לאזען א פייער ברענען אין שטוב אויף שבת. זיי האבען געטייטש: לא תבערו אש בכל מושבותיכם – אז א פייער טאר נישט ברענען. כנגד דעם האבען זיי נישט געהאלטען פון הדלקת נר. אין מדרש לקח טוב פרשת ויקהל אויף די פסוק "לא תבערו אש" איז דער בעל לקח טוב מאריך מוכיח צו זיין נישט ווי די קראים און ער שרייבט "קבלה היתה לישראל מימי משה רבינו להדליק הנר". אין זיין ספר "לימודי השם" (עמוד רלב) זאגט אונז רבינו הקדוש ר' יונתן שטייף זצ"ל אז דער מחבר פון מדרש לקח טוב שרייבט עס נאר "להוציא מלב הקראים שיושבים בשבת בחשך".

Re: זמירות לשבת להוציא מלב הקראים

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:33 pm
דורך ירא שמים
איז טאמער די לקח טוב שרייבט עס נאר להוציא , שרייבט עס דער פייטן אויך להוציא דאס מיינסטו צוזאגן ?
חוץ מזה דברי מהר״י שטייף תמוה לי דמנא לי׳ הא

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:35 pm
דורך אויבערלענדער חכם
ירא שמים האט געשריבן:איז טאמער די לקח טוב שרייבט עס נאר להוציא , שרייבט עס דער פייטן אויך להוציא דאס מיינסטו צוזאגן ?
חוץ מזה דברי מהר״י שטייף תמוה לי דמנא לי׳ הא

אין לקח טוב איז דא עטליכע שטיקעלאך להוציא מלב הקראים. דער מחבר רבינו טוביה האט געזוכט להוציא מלבם זיין. אין ר' שלמה בובר'ס מבוא רעדט ער דאס ארום באריכות. מהר"י שטייף איז אינגאנצען גערעכט, ווייל אנדרעש וואלט ער נישט געזאגט אז הדלקת נרות איז ממשה רבינו.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:41 pm
דורך רוסישער
פדותינו תצמיח איז להוציא פון די קריסטן ;)
הרהור מותר איז א דרשה אין מס' שבת, הדלקת הנר איז פון די צענטראלער מצוות, (ובפרט אז ער דארף גראמען), ותל"מ.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:45 pm
דורך אויבערלענדער חכם
רוסישער האט געשריבן:פדותינו תצמיח איז להוציא פון די קריסטן ;)
הרהור מותר איז א דרשה אין מס' שבת, הדלקת הנר איז פון די צענטראלער מצוות, (ובפרט אז ער דארף גראמען), ותל"מ.


פארשטייט זיך אליין אז פון איין אדער צוויי דוגמאות וועט דער עולם נישט זיין איבערגעצייגט, אבער איך האף צו ברענגען גענוג אז מען זאל זעהן לכה"פ אז יש דברים בגו.

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:43 am
דורך berlbalaguleh
אויבערלענדער חכם: אין די ..."דוגמא שנייה"...וואס דו ברענגסט אראפ האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט. דער טעם פארוואס מ'זאגט אין די זמירות..."הירהורים מותרים"... האט גארנישט צו טון מיט די קראים. נאר ס'איז א פשוט'ע הלכה אז מ'טאר נישט רעדן פון ביזנעס אום שבת קודש. ווייל ס'שטייט אין פסוק..."ודבר דבר"... זאגט די גמ' שלא יהא דיבורך של שבת כדיבורך של חול...אויף דעם זאגט מען אז הירהורים מותרין...
איך בין בכלל נישט קיין מאמין אין קאנספיראציעס...נישט א יעדן ריר וואס אונז טוען איז להכעיס א צווייטן. אזוי ווי א געוויסע חסידישע קהילה וואס זייער פראפאגאנדע מיניסטער הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט אין א יעדע זאך און אקציע וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין זיין קהילה, געזעהן א קאנספיראציע אקעיגן ..."די שונאים"...וואס האט געמיינט א יעדע אידישע קהילה און קרייז אויסער די אייגענע. (שטייצעך, מ'שמועסט דא פון פאר די ארוני/זאלוני תקופה.(

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:41 am
דורך אויבערלענדער חכם
berlbalaguleh האט געשריבן:אויבערלענדער חכם: אין די ..."דוגמא שנייה"...וואס דו ברענגסט אראפ האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט. דער טעם פארוואס מ'זאגט אין די זמירות..."הירהורים מותרים"... האט גארנישט צו טון מיט די קראים. נאר ס'איז א פשוט'ע הלכה אז מ'טאר נישט רעדן פון ביזנעס אום שבת קודש. ווייל ס'שטייט אין פסוק..."ודבר דבר"... זאגט די גמ' שלא יהא דיבורך של שבת כדיבורך של חול...אויף דעם זאגט מען אז הירהורים מותרין...(

דער חלק אז הרהורים מותרים איז נישט עפעס וואס ברענגט ארויס קדושת השבת, איז פארוואס זאל מען דאס אריין לייגען אין א שיר וועגען שבת אויב נישט להוציא מלבם...

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אויבערלענדער חכם: אין די ..."דוגמא שנייה"...וואס דו ברענגסט אראפ האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט. דער טעם פארוואס מ'זאגט אין די זמירות..."הירהורים מותרים"... האט גארנישט צו טון מיט די קראים. נאר ס'איז א פשוט'ע הלכה אז מ'טאר נישט רעדן פון ביזנעס אום שבת קודש. ווייל ס'שטייט אין פסוק..."ודבר דבר"... זאגט די גמ' שלא יהא דיבורך של שבת כדיבורך של חול...אויף דעם זאגט מען אז הירהורים מותרין...(

דער חלק אז הרהורים מותרים איז נישט עפעס וואס ברענגט ארויס קדושת השבת, איז פארוואס זאל מען דאס אריין לייגען אין א שיר וועגען שבת אויב נישט להוציא מלבם...

אז מ'ברענגט די הלכה, ברענגט מען שוין די גאנצע זייט פון דעם. נישט נאר וואס ס'איז אסור.כמבואר בשו"ע...!