בלאט 1 פון 2
איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:15 am
דורך ברוך בער
נישט געזען קיין שמועס דא איבער דעם. לעצטנס האט BFG איבערגעזעצט דאס פאפולערן how to win friends & influence people אין היימיש אידיש און מארקעט עס פארן עולם אויף קול מבשר. זוכנדיג עס אין ספרים סטארס נעכטן האב איך עס מער נישט געפונען זעט אויס עס איז אויסגעגאנגען. איך מיין עס איז דאס ערשטע מאל א ריין סעקולאר ביכל איז איבערגעזעצט אין היימיש אידיש כמו שהוא. אויב טוה איך אן א קנאיש היטל קען איך זאגן עס איז א פירצה און שומו שמים. וואס הייסט מען גייט געבן הדרכה פון א טמא'נעם גוי וואס בויט יסודות אויך זיגמאנד פרויד ימ"ש, אלץ תורת אמת וכו' וכו. למעשה איז עס דורך אן א קול מחאה אפשר ווייזט עס אויף פארשריט אז דער עולם זעט איין דער סטאטוסקווא אין עניני פרנסה און זיך באגיין מיט מענטשן איז באנקראט און בעל כרחך מלאך רע יענה אמן מען מוז דרויסנדע וויסנשאפט?
אויב אזוי אפשר קען עס קיין ווייטער. איך למשל וואלט זייער געוואלט א גוטן אביסל מער עדווענסד מעטאמאטיק ביכל אין אידיש צו געבן מיין בחור אין ישיבה צו לערנען אין די זייט און אפשר אנדערע וויסנשאפט ענינים.
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:36 am
דורך petergrifin
איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:41 am
דורך ברסלבער
איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...
איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:43 am
דורך ירא שמים
viewtopic.php?t=9462דאס איז נאך א וויסענשאפטליכע בוך איבערגעזעצט אויף היימישע אידיש.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:45 am
דורך ברוך בער
petergrifin האט געשריבן:איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?
אן ענגליש ביכל אפילו מאטעמאטיק איז בל יראה אין קארידארן פון ישיבות, מינימום איז עס א שטארק אראפגעקוקטן זאך פאסט נישט פאר א בחור א למדן. איך קלער אין היימיש אידיש דורך א היימיש מו"ל וועט עס מאכן כשר און אפילו א גרויס לכתחילה פלייסיגע קינדער און בחורים צו לערנען אין די זייט. פונקט ווי רובא דרובא וואס קויפן יעצט קארנעגי'ס בוך על טה"ק וואלטן עס נישט געקויפט ארגינאל אפילו נישט אין חלום. פארשטייט מיין נקודה האף איך.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:48 am
דורך ברוך בער
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...
איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?
כ'האב עס יעצט נאכן נישט טרעפן אין סטאר דאונלאדעד אין ארגינעל ענגליש, עס איז דא אנליין פרי דאונלאודס אלל אווער. עס איז זייער א שטארק ביכל יסודות צו באגיין מיט מענטשן וואס איז ווילט זיי באיינפלוסן. הלוואי וועט עס אונזער עולם נעמען אין קאפ.
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:20 pm
דורך אהרן
זיין ערשטע קאפיטעל איז א מוראדיגע לימוד.
איך וועל פרובירן און קורצען.
בדרך כלל איז דער אנגענומענע אפטייטש ביי מענטשען אויף הוי דן את אדם לכף זכות, אז הגם וואס יענער האט געטוען זעט אויס זייער שלעכט אבער אפשר ווייס איך נישט אלעס, אפשר האט ער נישט געכאפט וכדומה, דעיל טוט אויף אז א מענטש און סיי וואספארא מצב ער איז פארשטייט ער אז טוט ריכטיג, עיי"ש באריכות, וואס לפי"ז דער גאנצער ענין פון הוי דן איז א ענין פון אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, פשט איז די קענסט נישט מיט דיין בליק פארשטייען וואס יענער האט געטוען, יענער זעהט עפעס אנדערש אינגאנצען, נישט אז עס טוט יענעם דזאסטעפייען, אבער מיש דיך ארויס, די קענסט נישט פארשטיין פארוואס ער האט געטוען וואס ער האט געטוען.
באמת איז עס א לאנגע אריכות, אפשר א צווייטס מאל.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב מיר געוואונדערט דאס זעלבע, בריש גלי איז אדווערטייזט אין די היימישע צייטונגן א ריין טריפה ביכ"ל ממקורות זרים ואין פוצה פה... איז דאס עפעס בעסער פון דער
שטערן/שפאקטיוו?
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 3:34 pm
דורך petergrifin
ברוך בער האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?
אן ענגליש ביכל אפילו מאטעמאטיק איז בל יראה אין קארידארן פון ישיבות, מינימום איז עס א שטארק אראפגעקוקטן זאך פאסט נישט פאר א בחור א למדן. איך קלער אין היימיש אידיש דורך א היימיש מו"ל וועט עס מאכן כשר און אפילו א גרויס לכתחילה פלייסיגע קינדער און בחורים צו לערנען אין די זייט. פונקט ווי רובא דרובא וואס קויפן יעצט קארנעגי'ס בוך על טה"ק וואלטן עס נישט געקויפט ארגינאל אפילו נישט אין חלום. פארשטייט מיין נקודה האף איך.
שוין.. איך האב נישט געטראכט פון דעם פראבלעים.. איי געס איך לעב אין קאווע שטיבל[emoji1]
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:04 pm
דורך קאצקע ציקער
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...
איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?
זיי האבן נישט קיין ברירה ווען נישט לויט מען זיי עס נישט איבערזעצן , זיי מוזן אפילו שרייבן אויפן דעקל אין גרויס א גוי'אישער נאמען ר"ל 'דעיל קארנעגי'
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער האט עס ארויסגעגעבען? טאמער ער וויל, בין איך גרייט ארויס צו געבען א הילכיגע קול מחאה במחנה, לקדש שם שמים און אז די גאנצע וועלט זאל הערען דערוועגען און שטייען אין רייע דאס אפצוקויפען.
נעקסטע ביכל גייט הייסען - די פלאץ פאר מחאות אין מארקעטינג, דער געשיכטע פון דער וויליאמסבורגער פרעס געשעפטען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
כידוע האט הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל שטארק געהאלטן פון דעיל קארניגי'ס ביכער, און האט געזאגט פאר מענטשן אז מ'זאל עס קויפן, און ער רעדט דערפון אין זיינע דרשות.
כמדומה האט ער דאס צוגעגליכן צו אנדערע ביכער - א שטייגער ווי דער ספר/בוך 'חשבון הנפש' [?] וואס רבי ישראל סאלאנטער האט שטארק משבח געווען, כאטש דער ספר איז געווען ריין פילאזאפיש [וי"א אז דער מחבר איז נישט געווען קיין ענדע-צדיק, ואכמ"ל בזה].
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:57 pm
דורך ברוך בער
זיי שרייבן אז ר' מיכאל בער זי"ע האט באפוילן זיין פאנדרעיזער צו קויפן דעם בוך.
איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן מיט איבערזעצן פארשידענע זאכן אין אידיש נאך וואס עס האט געמוזט זיין אקוראט, צב"ש איינס פון די דריי זאכן וואס פרויד זאגט טרייבט א מענטש. (תאוה הידועה הנקרא געשלעכטס אין מאמע לשון).
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:21 pm
דורך [NAMELESS]
נא, איינער זאל מאכן א פארגלייך פון די ענגלישע און אידישע
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:25 pm
דורך דעת תורה
געשלעכט. שוין געזען אין דער איד כמ"פ אין די געזונטהייט רובריקן, כאטש איך גלייב אין די היימישע ענגלישע אויסגאבעס וועט מען נישט טרעפן די ווארט **** אפילו פאר א רפוא"ה (ארטיקל). מסתמא ווייל קיינער קען נישט דעם ווארט, אדער לפחות דער רעדאקטאר / מגיה קען עס נישט.
בכל אופן זעה איך נישט די גרויסע פראבלעם, מ'שרייבט אז די מענטשליכע תאוות (אדער קען מען שרייבן ליידנשאפטן בבחינת געשלעכט הנ"ל) זענען א פאקטאר.
וואס איך וואונדער זיך איז פארוואס זיי האבן נישט געשריבן אויפן דעקל 'ד. קארנעגי', קלינגט מער היימיש ווי דעיל.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
@ ברסלבער איך האב עס געקויפט עס לוינט. אפשר פאר דיר לוינט עס נישט ווייל דו ביסט שוין דאס וואס ער פארלאנגט צו זיין...
אויב ליינסטו גוט די ענגלישע שפראך גיי דערמיט, ווייל די אידישע קראצט זייענדיג א ווארט ביי ווארט איבערטייטש כאטש עס האט די ארגינאלע חן,
חוץ מזה מישט ער צומאל נעמען וכדו'
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך בער האט געשריבן:זיי שרייבן אז ר' מיכאל בער זי"ע האט באפוילן זיין פאנדרעיזער צו קויפן דעם בוך.
איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן מיט איבערזעצן פארשידענע זאכן אין אידיש נאך וואס עס האט געמוזט זיין אקוראט, צב"ש איינס פון די דריי זאכן וואס פרויד זאגט טרייבט א מענטש. (תאוה הידועה הנקרא געשלעכטס אין מאמע לשון).
אין א אינטערוויו מיטן מאמענט האבן די ארויסגעבער געזאגט אז עטליכע זאכן האבן זיי טאקע געטוישט כדי עס זאל זיין פאסיג פאר א היימישע שטוב,
Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
ביי איין פאל ווי ער רעדט פון זיין פערזענליכע יוגענט וואס איז נישט נוגע לגבי די בוק האבן זיי איבערגעלאזט אן הגה פון די צענזור "אפשר קען מען דאס ארויסנעמען"...
Re: איבערן דעיל קארנעגי אידיש בוך איבערזעצונג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:31 pm
דורך אהרן
איך האב ערגעץ געליינט אמאל -איך געדענק נישט ווי- אז ווארען באפעט טוט נאך היינט שטאלצירען אז ער האט גענומען די דעיל קאנערגי ווארקשאפ ביי די צוואנציג און דאס האט אים אוועקגעשטעלט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:22 am
דורך שמעקעדיג
לדעתי איז קארנעגי גארנישט מחדש קיין אייגענס, סך הכל לערנט ער טיף פשט אין דברי חז"ל. איך האב דעם בוך אין ענגליש שוין יארן, און כמעט צו יעדע זאך קען מען טרעפן א מקור מוסמך אין דברי חז"ל. געוויס איז עס א פענאמאלע ארבעט, איך מאך עס נישט אוועק, איך זעלבסט באנוץ זיך מיט זיינע טריקס; איך וויל נאר מסביר זיין אז עס איז נישטא וואו א איסור זאל חל זיין. ער האט בעיקר באשריבן נאטורן פון מענטשן און פרובירט צו מאכן די וועלט בעסער דורך באשרייבן די ריכטיגע קאמוניקאציע צווישן מענטשן. חכמה בגויים תאמין.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:23 am
דורך שמעקעדיג
אבטולמוס האט געשריבן:באקומען אין אישית:
איך קען עס נישט שרייבן ברבים משום גילוי, אבער כ'ווייס ממקור ראשון אז [הרב] איצו גליק האט געקאלט די נייעס אויסגאבעס אז מען טאר עס מער נישט אדווערטייזן, און ווי איך פארשטיי איז דאס אויך די סיבה פארוואס עס איז מער נישט אין די געשעפטן.
אויב איז דאס אמת, דאן.... יבא @בעל עגלה ויכלה את קוציו

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 2:10 pm
דורך יתרו
אבטולמוס האט געשריבן:באקומען אין אישית:
איך קען עס נישט שרייבן ברבים משום גילוי, אבער כ'ווייס ממקור ראשון אז [הרב] איצו גליק האט געקאלט די נייעס אויסגאבעס אז מען טאר עס מער נישט אדווערטייזן, און ווי איך פארשטיי איז דאס אויך די סיבה פארוואס עס איז מער נישט אין די געשעפטן.
נישט ריכטיג, גערעדט מיט א ספרים געשעפט דא אין מאנסי ער זאגט מיר ער האט באקומען גאנץ אסאך אין ביז צוויי-דריי טעג איז עס צוכאפט געווארן פון געשעפט. דער דיסטריביוטער האט אים געזאגט אז אלל אווער איז עס צוכאפט געווארן און זיי דרוקען איבער א מהדורה שניה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:14 pm
דורך shem-tov
ביידע קענען זיין אמת. א האלבער עולם לויפט קויפן און דער אנדערע האלב עולם פארלאנגט א איסור.
עס וואונדערט מיך אויך זייער אז סאיז נישט ארויסגעקומען קיין שום מחאות אוויפן איבערדריקן א גואישער בוך צו מאמע לשון. סאיז דאך אין לדבר סוף. וואס גייט מען ווייטער איבערדרוקן. און וואס טוט זעך מיט ביכ"ל ר"ת כל באיה לא ישובין אויב שרייבט מען עס איבער אין יודיש גייט דען אוועק דער איסור. דער שרייבער איז דאך געווען ממקור הטומאה ותאות רעות. ממילא האגער און מעלבער וכדומה האבן כאטשיק איינגערעדט פארן עולם גולם שקרים וכזבים אז זיי נעמן זייערע דרייסט שעורים פון חז"ל מקורות אן צו דערמאנען טאני ראבערטס אדער קארנעגי אדער דעם אנדערן קלאון דארטן, זיגי זיגלער אבער דא קומט מען אזוי ארויס אן א שלייער. נאר וואס דען מען רעדט דא פון בי עף דשי. אה.. שאני הכי כי היכא דמצי ממונא לגבייהו בוודאי דמשתקי רבנן אבער סאיז א גרויסע עוולה וואס בימים ההם וואלט מען איבערגעדרייט די שטאט עס מבער צו זיין.