אלעס איבער פילטערס
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
יידל, לאמיך דיך ציטירן די ווערטער פון שמעון ראלניצקי: (קרעדיט: טאמבל סאס):
אוואדאי דער שמוץ פון דעם אינטערנעט מוז ווערן באקעמפט דורך שטארקע פילטערס און שמירה מיטלען; די כפירה פון דעם אינטערנעט מוז ווערן באקעמפט דורך פילטערס און דורך ספרי חיזוק האמונה; אבער דאס וואס אידן זענען זיך מורה היתר צו לייענען אין דעם אינטערנעט אינפארמאטיווע ארטיקלען, וויסנשפאטליכע זאכן, היסטאריע וכדומה, טראכטנדיג אז אין די זאכן איז נישט פאראן קיין סכנה, מוז ווערן באקעמפט מיט הויכע קוואליטעט לייען מאטעריאל וואס שטעלט צו אינהאלטסרייכע ארטיקלען אבער אויף א כשרע וועג.
לייענען היסטאריע איז נישט קיין סכנה, אבער אז מען לייענט עס אין גוי'אישע מקורות ווערט אריינגעמישט גוי'אישקייט און אז מען לייענט עס אויף די אינטערנעט איז מען אין א שרעקליכער סכנה.
מען קען לייענן דעם זעלבן ארטיקל, אויב לייענט מען עס אין א גוי'אישן פלאץ לייענט מען גוי'אישקייט צווישן די שורות, די אויסדרוקן זענען טמא, דער סטיל איז מושך צו גוי'אישקייט, און נאר אז מען לייענט עס דורכגעזיפט און מיט א אידישן טעם איז עס בלויז היסטאריע.
יא, ארטיקלען וואס זענען בעצם כשר, איז א גרויסער חילוק צווישן א איד און א גוי, וואו עס שטייט אין פסוק "אח עשיו ליעקב, ואוהב את יעקב ואת עשיו שנאתי", און ספרי מוסר טייטשן "טאקע דארט ווי יעקב און עשו זענען ברודער, אין דברי רשות, דארט ווואו זיי זענען אייניק, איז פאראן דער עשו וועג און דער יעקב וועג".
אט די דקות'דיגע חילוקים, דארטן וואו עשו און יעקב זענען ברודער, האט א ריזן השפעה!
ב"ה אז דער שטערן איז א גרויסע כח צו אפהאלטן אידן פון דעם אינטערנעט. מיר קענען נישט אפהאלטן די וואס גייען במזיד לייענען טריפה'נע זאכן אויף דעם אינטערנט, ואטו בשופטני עסקינן; אבער די וואס גייען בשוגג לייענען זאכן וואס זיי מיינען אז עס איז מותר, קענען ווערן אפגעהאלטן דורך צוויי חודשליכע אויסגאבעס, מלא וגדוש מיט א הויכן סטאנדארט לייען מאטעריאל, וואס איז גענוי אזי שיין, רייך און צוציענד, און בנוסף צו אלעס כשר און ערליך, און נאך צו די זייט מיט א דבר תורה און א מוסר השכל.
די הויכע קוואליטעט פון דער שטערן איז אלזא דער היינטיגע חנית מיד המצרי...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
לעמיל האט געשריבן:יודל, די ווייסט נישט פארוואס
ניין.[/quote]
קיינער כאפט נישט דעם רמז?
זיי אינז מסביר ביטע
איך מיין אז ער מיינט אז עס איז דא א שרייבער אין אידיש וויקיפעדיע וואס הייסט יודל.http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%93%D7%9C
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעמיל האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:זיי צאלען פאר זייערע שרייבערס?
ניין, ס'אלעס וואלענטירס.
איז פארוואס זאל איינער וועלען שרייבען דארט?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו שרייבסט דא. און פארוואס נאך טויזענטער אנדערע מענטשן שרייבן אויף אנדערע פלעצער, כדי מהנה צו זיין אנדערע.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
לאדיך אפ האט געשריבן:איך מיין אז ער מיינט אז עס איז דא א שרייבער אין אידיש וויקיפעדיע וואס הייסט יודל
דאס האב איך געמיינט, עס איז געווען א פאר חברה פון די אריגענאלע גרינדער פון אייוועלט וואס האט דאן געהייסן "אידישע וועלט" וואס האבן געפירט א קאמף אנקעגן "באניצער:יודל" זיי האבן אפילו געהאט שפעטער אן אייגענע וויקי וואס איז דער טאטע פון די היינטיגע אייוועלט, און א טייל פון זייער פייט האבן זיי ערלעדיג אז דזשעינעט זאל בלאקן די פריי אידישע וויקיפעדיע.