נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווען כלל ישראל איז שוין געשטאנען בלויז מיט איין פוס - אריין אין ארץ ישראל, און די אלע מתי דור המדבר האבן שוין נישט געלעבט, און ס'איז אויפגעשטאנען א נייע דור, וואס איז שוין נישט געווען אויסבויעט מיט די זעלבע הייליגע און ריינע אמונה פון זייערע עלטערן, דעם דור דעה וואס האט זוכה געווען צו די גרעסטטע התגלת כבוד ה' וואס איז נאר אמאל געווען אין די היסטאריע פינעם וועלטס - באשאף. און משה רבינו דער געטרייע פסטוך, וואס האט געטריי געפאשעט דעם הייליגען - באשעפער'ס שעפלעך גאנצע 40 יאר, אן קיין רגע מנוחה פאר זוך זעלבסט, האט געציטערט אין זיך געפארכטען, אז כלל ישראל וועט אריין אין ארץ ישראל, און יעדער וועט זיך באקוועם - מאכן, אונטער זיין וויינגארטן און אונטער זיין פייגען בוים, און מען וועט פארגעסען פונעם הייליגען באשעפער, וואס האט אונז געגבן דאס הייליג לאנד, צילוב די אויסטערלישע טיפע ליבשאפט וואס ער האט געהאט פאר אונזערע הייליגע עלטערן אברהם, יצחק, און יעקב, די אבות האומה. דעריבער האט ער זיי אנגעווארענט מיטן לעבן, באלה ובשבועה, אז מ'זאל נישט ווידערשפעניגען אינעם הייליגען באשעפער און אין זיין הייליגע תורה, און אויב יא, וועט זיין: והיו חייך תלאים לך מנגד, ופחדת לילה ויומם, ולא תאמין בחייך...

מיר שטייען אצינד עטליכע טויזענט יאר נאך דעם דעם פארכטיגען מעמד, מיר האבן שוין אנגעווארן צוויי בתי מקדשות, מיר זענען שוין דירך - געגאנגען די גזירת ת''ח ות''ט, מיר זענען שוין דירך - געגאנגען די פארשאלטענע אינקוויזיציע, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען די הריגות ורציחות פונעם מיטל - אלטער עפאכע, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען די תקיפה פון פראגראמען, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען די גזירה פון די קאנטיטיסטען, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען דעם בלוטיגען שואה, און מיר שטייען אצינד אין ארצינו הק' אין א מצב פון והיו חייך תלאים לך מנגד, ופחדת לילה ויומם, ולא תאמין בחייך...

ווען נאר די איזרעליס שטעלן – אפ די איסלאמישע באמבע – אויפרייסער, הייבן אן צופליען ראקעטען פון עזה און לבנון, און ווען די איזרעליס שטעלן שוין ענדליך אפ די טויטליכע-ראקעטען, הייבט זיך אן א מאסיווע ברוטאלישע שטעכעריי אין די גאסען פון יהודה ושומרון, אוי רבוש''ע הייליגע טאטע וואס קומט נעקסט? די פראים וועלן אונז בייסען אין די העלצער, ביז מיר וועלן אויסגיין? גיוואלד! דער געטליכער נבואה פינעם אבי הנבואים משה עבד ה', ווערט דאך פולקאם פארווירקליכט אין פולען זין און ווארט , עס איז משש א מצב אין לאנד פון והיו חייך תלאים לך מנגד, ופחדת לילה ויומם, ולא תאמין בחייך...

עס שטעלט זיך שוין ארויס צום טויזענסטען מאל אז דער כוחי ועוצם ידי ארבייט נישט, דאס איז גענצליך אומווירקזאם, דאס איז בלויז ווי מען כאפט זיך אן אין שטרוי ווען מען טרונקט זיך אין די טיפענישן פון ים הגדול.

דער חורבן איז אבער, אז דער עולם איז פאסיוו, ווייל ביי יעדען אין אין טיטיפע קעמערליך פינם מוח, ווירבלט זיך א מחשבה'לע, אז מען דארף זיך נישט זארגען די איזרעליס וועלן זיך שוין מסדר זיין מיט די אראבער. רבותי דאס עסט און קרענקט דעם ריבונו של עולם, דער פסולער געדאנק איבעלט אים ביז גאר, ווען מיר זאלן נאר זיין ביי אונז זיכער אז נאר דער הייליגער באשעפער קען אונז העלפן, און טאקע ער, און נאר ער, וואלט ער דאך נישט פרובירט אזוי פול מאל אונז איבערצוצייגען אז דער כוחי ועוצם ידי איז נישט ווערט קיין קליפת השום. דער פראבלעם איז בלויז די אמונה, אונזער הייליגער טאטע אין הימל וויל בלויז, אז מיר זאלן שוין איינמאל פאר אלע מאל אנערקענען אז: בלויז ער איז דער מצוי ומשגיח והוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה עושה ויעשה לכל המעשים.

לאמיר זיך אין דער איצטיגער שווערע עת צרה מחזק זין מיט די הייליגע אמונה הטהורה, און זיך פארלאזן נאר אויפן בורא עולם, און זיך נישט איינרעדען אפילו אויף קיין סקונדע, אז די איזרעליס וועלן אונז באשיצן... זיי האבן דאס ביז היינט נישט באוויזען, און זיי וועלן דאס קיינמאל נישט קענען באווייזען, נאר דער הוא לבדו עשה עושה ויעשה לכל המעשים, קען אפשטעלן די גרויזאמע, ברוטאלע, ציושטע בני פראים.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

וואס דו זאגסט אלץ, ממש חידושים.
אגב איז די תקופה פון די פראגראמען טאקע פאראיבער ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך ירא שמים »

אויך וויכטיג צו דערמאנען קיינער זאל נישט זיך נישט איינרעדן אפילו אויף איין סקונדע אז די אמעריקאנע וועלן אונז באשיצען …

כחי ועצם ידי האט נישט צוטוען דוקא מיט די מדינה הטמאה.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ירא שמים האט געשריבן:אויך וויכטיג צו דערמאנען קיינער זאל נישט זיך נישט איינרעדן אפילו אויף איין סקונדע אז די אמעריקאנע וועלן אונז באשיצען …

כחי ועצם ידי האט נישט צוטוען דוקא מיט די מדינה הטמאה.


ווענדט זיך אויב דער ראַסיסט דאונאלד טראמפ וועט זיין פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן צו אונזער היימישע אידישער ר׳ בערל סאנדער יר״ה, :)

אויף וועם קען מען זיך יא פארלאזן? ווי אימער אידן זענען נאר געגאנגען וואוינען די לעצטע טויזענטער יארן האט מען זיי גע׳רצחט פארטריבן און בארויבט אין ענגלאנד פראנקרייך שפאניע פארטיגאל דייטשלאנד עסטרייך פוילן רוסלאנד אוקריינא רומעניע אונגארן טשעכיי יוגעסלאוויע שוועדן שווייץ דענמארק אירלאנד בעלגיע האלאנד איטאליע מדנ״י תימן מאראקא באכרעין ליביע מצרים לבנון איראן איראק סוריא ירדן טערקיי אפגאניסטאן אינדיע וכו׳ וכו׳ וואו נישט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאך לעפל, לויט דיינע דיבורים פארשטיי איך נישט פארוואס הקב"ה הרג'עט די פרומע ערליכע מענטשן וועלכע האבן א פעלזן-פעסטע אמונה און פארלאזן זיך נישט ח"ו אויף כחי ועוצם ידי; משא"כ די פרייע פוקרים וועלכע פארלאזן זיך (לשיטתך) אויפן כחי ועוצם ידי, זיי דרייען זיך ארויס פון גאט'ס לאנגע האנט! אתמהה!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

@קאך לעפל גיט געזאגט - דעם נישט זאל זיך יעדער קלאר שטעלען אבער דאס יא - דהיינו אז נאר גאט ב"ה קען און וועט אונז העלפן דאז איז קריסטאל קלאר! און ווער עס פארלאזט זיך אויף גאט ב"ה מיט א ריינע אמונה וועט באשיצט ווערען פון אלעם בייזען
הגם @שמעקעדיג פרעגט קשיות אבער קשיות נעמט נישט אוועק די פאקט און די מציאות אז דער בורא ומנהיג איז דער גרעסטער בעל הרחמים און באשיצט זיינע קונדער אפגעזעהן וואס מיר פארשטייען און וואס נישט!
מיר וועלען זיך האטען געטריי צו אונזער גאט און זיך פארלאזען אינגאנצען אויף אויף אים והנותר בירושלים קדוש יאמר לו!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך ירא שמים »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שלמה המלך וואו איז דיין חכמה? מיין קשיא איז נישט אויפן אייבערשטן, נאר אויף קאך לעפל. זיי נישט דום!
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:שלמה המלך וואו איז דיין חכמה? מיין קשיא איז נישט אויפן אייבערשטן, נאר אויף קאך לעפל. זיי נישט דום!


ניין פארדריי נישט קיין קאפ!, דיין קישא איזן אויפן הייליגען באשעפער!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז דו זאגסט אזוי, ווער בין איך צו זאגן אנדערש?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

דברים כדרבונות, קאך לעפל !
מ'דארף זיין ממש בלינד נישט צו זען ווי די אנגייענדע התגרות באומות איז א דירעקטע גורם פאר די אלע פיגועים ר"ל.

נאר איינער וואס איז אינגאנצן מטומטם, אנגעשטאפט משולחן איזבל, משוחד פאר די נזיד עדשים וואס די רעגירונג גיבט בריוח קען פארזען ווי יעדעס מאל מ'רייצט זיך מיט די אומות העולם ווערט זייער צארן אויפגערייצט.

ווארום, ס'איז דורך קוים אפאר וואכן וואס די היסטארישע אנעקסעישן איז אפראווד געווארן, די גויים קריצן נאך מיט די ציין, זייערע פנים'ער פלאמען נאך פון כעס, און דא הערט מען אזעלכע שוידערליכע בשורות...
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך כאפצעם »

ווען פארלאזן זיך די סאטמארא אידן אויפן באשעפער אין ווען נישט?

לגבי מדינות ישראל מיט די אראבערס דעמאלס פארלאט מען זיך אפן באשעפער

לגבי נעמען פוד סטעמפס דעמאלס פארלאזט מען זיך נישט אויפן באשעפער נאר מען נעמט עדווענטיזש פין די גאווערמענט

לגבי שדוכים דעמאלס טוט מען שדוכים בלינדערהייט אין ווייניגער ווי א וואך ווייל אויב עס איז באשערט איז עס באשערט


אבער ווען מען קויפט א הויז קיקט מען יא פאר מער ווי א חודש...! ווייל... דעמאלס איז עס נישט באשערט??

איך בין אינגאנצען צומישט... מעיק אפ יאר מיינדס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קפה נמס האט געשריבן:דברים כדרבונות, קאך לעפל !
מ'דארף זיין ממש בלינד נישט צו זען ווי די אנגייענדע התגרות באומות איז א דירעקטע גורם פאר די אלע פיגועים ר"ל.

נאר איינער וואס איז אינגאנצן מטומטם, אנגעשטאפט משולחן איזבל, משוחד פאר די נזיד עדשים וואס די רעגירונג גיבט בריוח קען פארזען ווי יעדעס מאל מ'רייצט זיך מיט די אומות העולם ווערט זייער צארן אויפגערייצט.

ווארום, ס'איז דורך קוים אפאר וואכן וואס די היסטארישע אנעקסעישן איז אפראווד געווארן, די גויים קריצן נאך מיט די ציין, זייערע פנים'ער פלאמען נאך פון כעס, און דא הערט מען אזעלכע שוידערליכע בשורות...

:like :lol: :lol: :lol:

דאס איז איינס, און א גוטס!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך וועל בעסער ארויס-ארויסברענגען וואס כ'האב געשריבען.

ס'איז פארהאנען אזאנע וואס זענען גענצליך פארכאפט אינעם רעיון הציוני, און זיי גלייבען אין די מיליטערישע כוחות פינעם ציוניסטישען מיליטער, און זיי האלטען מיט אן אמת אז צה''ל טוט זיי באשיצן און אויסהיטען פון אלעם בייזען.

ווידער איז פארהאן אזעלעכע, וואס זענען גלייבען אז די מדינה איז דאס גרעסטע אומגליג פארן כלל ישראל, מאז היתה ישראל לגוי. און זיי האלטען אז די פייער-צינדער שפילן פייער-לעשער, און די צה''ל איז ווערד א קדחת מיט א פייג, וואו דער מציאות ווייזט. אבער ווען מען זעט די בילדער און קליפס ווי צה''ל האקט שטיקער אין די פראים און מחבלים, גנב'עט זיך אריין אזא מחשבה'לע, אז די צה''ל האט פארט עפעס א כוח, און מען דארף נאך נישט אנקומען צו רחמי שמיים, (וואו בן כזובא האט געזאגט פאר ער איז ארויס אין שלאכט מיט די רומער, הלא אתה אלקים זנחתנו ולא תצא בצבאותינו..ח''ו).

מאנכע האבן אפגעלערענט מיין תגיבה ווי איך האב גערעדט צו די ערשטע גרופע, דעריבער זאג איך אייך מיינע ברודער, אז ניין! כ'האב בלויז גערעד צו די צווייטע גרופע.

די ערשטע גרופע זאל זיך טאקע ווייטער פארלאזן אויפן צה''ל, און שרייען און זיך עסן דאס געזונט איבער די אנעקסעשען....
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קאך לעפל, דו מישט אויס די ביידע גרופעס, ווייל די גרופ וואס גלייבן אז די מדינה הציונית איז די גרעסטע אומגליק פאר כלל ישראל איז די זעלבע גרופ וואס האלטן אז די אנעקסעישן איז די ערגסטע התגרות באומות דאהי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

גוט ארויסגעברענגט @קאך לעפל.

עס וואלט זיך פארלאנגט פון דיר מיט דיין רייכע פעדער און קלארע השקפה א לענגערע אפהאנדלונג ווען איז דא התגרות באומות און כחי ועוצם ידי און ווען איז עס נישט קיין פאקטאר וואס מ'דארף זיך מיט דעם רעכענען.

ווי אויך, וואס איז די סטאטוס פון די נוא יארק פאליס דעפארטמענט, זיי טוען אונז מיט אן אמת באשיצן און אויסהיטן פון אלעם בייזן... אדער זיי זענען אויך ווערד א קדחת מיט א פייג ווי דער מציאות ווייזט...

מיט דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך כאפצעם »

געוואלדיג האט געשריבן:קאך לעפל, דו מישט אויס די ביידע גרופעס, ווייל די גרופ וואס גלייבן אז די מדינה הציונית איז די גרעסטע אומגליק פאר כלל ישראל איז די זעלבע גרופ וואס האלטן אז די אנעקסעישן איז די ערגסטע התגרות באומות דאהי.


איז נישט סאטמאר דער וואס האט געמאכט די אניקסעישאן ? וואס זאגסטו דא?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

הער אויס הרב [tag]כאפצעם[/tag], איך בין א קליינער מבין, מיין שכל זאגט מיר אז די זעלבע גרופע וואס שטערט ציונות שטערט אנעקסעישן, ווילסט מיר זאגן אז נישט? דאן מה נשתנה? והבן היטיב.

עיין ערך [tag]קפה נמס[/tag]
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך ירא שמים »

ליידער היינט סאטמאר , (בפרט דער מנהיג שקר פון קרית יואל וואס זיין שווער איז געווען דער באוויסטער אפיקורס פון די ראשי הציונים און האט שלום געמאכט מיטן בעלזער אפיקורס ) איז שוין פארכאפט אין ציונות רח״ל , ווער האט עס געגלייבט אז סאטמאר דער וועגוייזער פאר כלל ישראל דער פאן טרעגער פון אום פשרה׳לאזע אידישקייט זאל זיך אזוי דירקייקלען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך כאפצעם »

געוואלדיג האט געשריבן:הער אויס הרב [tag]כאפצעם[/tag], איך בין א קליינער מבין, מיין שכל זאגט מיר אז די זעלבע גרופע וואס שטערט ציונות שטערט אנעקסעישן, ווילסט מיר זאגן אז נישט? דאן מה נשתנה? והבן היטיב.

עיין ערך [tag]קפה נמס[/tag]


איך ווייס נישט פינקטלעך פון וואס די רעדסט ... ווייל קרית יואל מאכט די אניקסעישאן...
אין קרית יואל איז קעגען ציונים
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א דאנק אייך [tag]כאפצעם[/tag],
ברענגסט זייער גוט ארויס די קשיה, ול[tag]קאך_לעפל[/tag] פתרונים.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך ירא שמים »

כאפצעם , דו נעמסט אהן די זאך צו ערנסט , די דארפסט פארשטיין סאיז אלס וואן ביג דזשאוק , קרית יואל איז נישט בעד און נישט נגד ציונות , זיי זענען בעד זיך , ודו״ק
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

פארוואס דארף מען אין יעדע טעמע אריינמישען סאטמארע צואה?
דער בעל האשכול האט נאר ארויסגעבקענגט אז נאר גאט ב"ה קען און וועט העלפען גיינער קען אונז נישט פרעטעקטען אחוץ ער! נישט צה"ל און נישט משטרה און נישט די PD אין די סטעיטס און אויך די נישט די נעווי סיעלס וכדו' קיינער קיינער נאר דער איינער!
זייער א שיינע און קלארע דיבורים, וואס האט עס מיט די מדינה הטמאה צי הטהורה צי אהראן אדער זאמעלייב איז גרעסער? וואס האט עס מיט סאטמאר פארוואס לייגט מען אריין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און יעדע נארמאלע שמועס??? אתמהה
פארשפארט