בלאט 1 פון 1

מנדב זיין אברים נאכן טויט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 7:27 am
דורך moshav zekeinim
איך האב מיר לעצטנס געצויגן איזן א אנדערער סטעיט, און מאכנדיג נייע אידענטיפיקאציע פאפירן פאר דעם סטעיט איז געווען איינע פון די שאלות, צו איך בין גרייט און א טראגישער פאל פון א טויטליכער עקסידענט צו מנדב זיין מיינע אברים. א איטאליענער גוי וואס איז געשטאנען דערנעבן און געזען ווי איך קווענקל זיך ביי די שאלה, האט ער זיך אנגערופן "איך זאג דיר צו אז איז נישט קעגן דער אידישער געזעץ, עס איז בלויז א גוטע זאך!

גיי לערן מיט א גוי ברטנורה, ווי קען ער פארשטיין אז כבוד המת איז חשוב'ער ווי ראטעווען איינעם'ס לעבן, ווי קען ער פארשטיין אז ווען דער דאקטאר זאגט אז דער מענטש איז שוין טויט טראץ זיין הארץ קלאפט נאך עטוואס און מען קען דערמיט ראטעוען א אנדער מענטשנס לעבן, איז ער הלכה'דיג נישט טויט און טשעפענען זיין הארץ לטובת א צווייטן הייסט גאר רציחה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:24 am
דורך moshav zekeinim
נאך פאר מיר גייען אריין אין די עטישע שאלה פון כבוד המת, און צו א "מח טויט" איז גענוג טויט. איז כדי און באטראכט צו נעמען אן אנדערע גאר טראגישער שאלה: איז דאס נישט גורם אז א ריזיגער צאל מענטשן ווערן בייזוויליג גע'הרג'עט צוליב דער מעגליכקייט?


עס איז נישט קיין סוד אז עס איז דא א שווארצע מארק אין ארגאנען האנדל, מען הערט נישט איינמאל מעשיות ווי יונגע זענען פארשווינדן געווארן און זיי געפונען טויט אן ספעציפישע אברים, במיוחד אין די דריטע וועלט לענדער. אין כינע ווי טויט פאר'משפט'ע ווערן איבערגעגעבן צו דאקטוירים לצורך די אברים איז די חשש פיל גרעסער.

צו מאכן די שאלה בקיצור: איז עס יצא הפסידו בשכרו אדער איז עס יצא שכרו בהפסידו?

Re: מנדב זיין אברים נאכן טויט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 9:35 am
דורך דעת תורה
דערווייל איז דער אשכול נאך נישט נוגע, אבער ווארט נאר ווארט ביז דאקטוירים וועלן אויספיגערן וויאזוי צו נעמען איברים פון א מענטש וואס איז שוין אינגאנצן געשטארבן.

דעמאלטס גייט זיך אנהייבן די ריכטיגע צוזאמענשטויס, פון איין זייט די תורה און הלכה איז זייער קלאר אז מ'איז מחויב אין אזא פאל צו שניידן און דאנעיטן, פון די אנדערע זייט די אידישע 'געפיל', כבוד המת, קנאות קעגן די ציונים, תשובות פון חת"ס און נוב"י (וואס רעדן נישט פון אזא מציאות און וואלטן ווען זיכער מחייב געווען בכגון דא צו דאנעיטן) א.א.וו.

וואס גייט איבערוועגן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 10:16 am
דורך moshav zekeinim
און אפילו יעצט ווען די מעגליכקייטן צו האבן ניצן פון איברים איז ווילאנג דאס הארץ קלאפט נאך, איז דען טאקע אזוי פשוט אז מען דארף אים נישט אויפשניידן לטובת א צווייטנס זיכערן לעבן?

פאקטיש האט די רבנות עס מתיר געווען מיט פארשידענע תנאים, ספעציעל אויב די הארץ ארבעט נאר מיט די כח פון א מאשין.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 10:35 am
דורך יהושע חיים
די פראבלעם איז, אז ניבל המת וואלט מען נאר געקענט מתיר זיין אויב עס גייט פאר א איד משום פיקח נפש, אבער דאס קען מען נישט זאגן פאר א גוי, און אויך עס איז נישט דא אזא אפציע ווען מען פילט אויס דער קאנסענט (אדער וויאזוי עס הייסט)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 11:37 am
דורך שלום על ישראל
שוין גערעדט דא: Anatomical gift