פרי עט הדר: חוקי התורה און חוקי חמורבי – ווער איז דער נאשער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

פרי עט הדר: חוקי התורה און חוקי חמורבי – ווער איז דער נאשער

שליחה דורך בר-כוכבא »

די ארכאלאגישע וועלט, וואס האט במשך לאנגע דורות זיך אין גרויסנטייל געשטיצט אויף השערות און שפעקולאציעס, גייט דורכאויס די לעצטע עטליכע יארצענדליג דורך א שטיקל רעוויזיע. פאקטן און שטיקער תקופות וואס זענען געווען אנגענומען כמעט אלס פאקטן ווערן צעשאקלט און אפילו צעברעקלט.

איינע אזא תקופה וועמענס אויטענטישקייט איז געשטעלט געווארן אונטער א גרויסן פראגע-צייכן איז די תקופה פון אלט-בבל און כנען, וועמענס כראנאלאגיע ווי אנגענומען ביז יעצט האלט אינמיטן צעווארפן און איבערגעמאכט ווערן. אזוי ווייזן די פאקטן, הגם נישט אלע אין דער אקאדעמישער וועלט זענען שוין גרייט משלים צו זיין מיט'ן פאקט אז הונדערטער טעקסט-ביכער, שטודיעס, אקאדעמישע קאריערעס פון לאנגע יארן זענען געווען באזירט אויף א פשוט'ן טעות, וואס האט זיך גענומען פון חסרון ידיעה.

מיר וועלן זיך אין דעם ארטיקל באקענען ספעציפיש מיט א בבל'ישן קעניג מיט'ן נאמען "חמורבי" און זיין תקופה, ווי אויך מיט נאך צאל פערזענליכקייטן, מלוכות און תקופות, און אינאיינעם וועלן מיר איינשטעלן א סדר אין די געשעענישן פון יענער צייט.


מעסאָפּאָטאַמיאַ אלס וועלטס אימפעריע
איידער די בבליים האבן איבערגענומען דעם קאנטראל איבער דעם ראיאן מעסאָפּאָטאַמיאַ, האט דארט געהערשט אן אנדער פאלק, מיט'ן נאמען "סומער". נאך דער סומערן זענען אנגעקומען די בבליים, וועלכע האבן באהערשט מעסאפאטאמיא (וואס באשטייט פון דער היינטיגער איראק, קאואוועיט, און טיילן פון סיריע, איראן, און טערקיי) און איינגעשטעלט דארט זייער הערשאפט. די בבליים האבן אויפגעבויט א מעכטיגע אימפעריע, ווי אויך א רייכע, ארומנעמיגע קולטור פון שפראך, פילאסאפיע, ארכיטעקטור און קונסט.

דער גרעסטער פון די קעניגן אין דער ערשטער תקופה פון מלכות בבל איז געווען דער קעניג חמורבי (ארויסגעזאגט "כאַמוירואווי"). ער איז געווען דער וואס האט פארוואנדלט בבל אין דעם צענטער פון חכמה, גבורה, און קולטור. אין זיין תקופה איז אויפגעקומען אין מעסאפאטאמיא א נייעם מהלך אין קונסט און ליטעראטור, וואס איז לחלוטין אנדערש ווי די קולטור פון די סומערן וואס האבן דארט געהערשט פריער.

אריינגערעכנט אין יענער נייער ליטעראטור זענען געזעצן, מעשה'לעך, פאלקלאר, און שטיקלעך וואס טראגן זייער נאענטע ענליכקייטן צו טיילן פון דער תורה. די דאזיגע חלקים זענען היינט באקאנט אלס די "חוקי חמורבי", וואס באשטייט פון געזעצן; "אַנומאַ עליש", וואס דערציילן די געשיכטע פון וועלט-באשאף; די "געשעענישן פון גילגאַמעש" – א לאנגע פאעמע וואס שילדערט דעם גן עדן ווי געשילדערט אין ספר בראשית, דעם מבול ווי דערציילט אין דער פרשה פון נח, שטיקער געשיכטע פון נבוכדנצר ווי מיר לערנען זי אין ספר דניאל, און נאך א צאל געשעענישן און דערציילונגען וואס טראגן, אין אינהאלט ווי אין שניט, שטוינענדע ענליכקייטן צו די סיפורי התנ"ך.

אין דער זעלבער תקופה ווען חמורבי האט געהערשט און געווירקט אין מעסאפאטאמיא, האט אין מאַרי, א ראיאן אין דער היינטיגער סיריע ביי דער גרעניץ מיט איראק, געהערשט א קעניג מיט'ן נאמען זימרילים, פון וועמען ס'האבן זיך מיט א קארגע הונדערט יאר צוריק אפגעזוכט דאקומענטן, בריוו, און אנדערע טעקסטן מיט אן אינהאלט וואס ענדלען אויך זייער אין פארשידענע פרטים און דינים וואס מיר טרעפן אין דער תורה.


די "חמורבי געזעצן"
די "חוקי חמורבי" איז א בינטל געזעצן וואס דער קעניג זאל האבן "באקומען פון הימל", מיט'ן ציל פון פארזיכערן אז די בבלי'שע אימפעריע פירט זיך מיט'ן ריכטיגן צדק און יושר – "אז דער שטארקער זאל נישט בא'עוולה'ן דעם שוואכן, און כדי זיך צו פירן מיט יושר כלפי דעם יתום און אלמנה."

א שיינער פראצענט פון די דאזיגע געזעצן געפינען מיר, דעם תוכן און אפילו דעם אופן ווי זיי זענען פארמולירט, אין דער תורה. לאמיר אנכאפן עטליכע ביישפילן.

"אויב עמיצער איז משחית דאס אויג פון זיין חבר, זאל זיין אויג פארלוירן גיין; אויב צעברעכט ער אים א גליד, זאל זיין גליד צעבראכן ווערן ... אויב עמיצער האקט אויס א צאן פון זיין חבר, זאל זיין צאן אויסגעהאקט ווערן."

דעם זעלבן חק, כמעט מיט דעם לשון, טרעפן מיט אין שמות קאפיטל כ"א, פסוק כ"ד.

נאך אזא חמורבי געזעץ וואס קלינגט זייער היימליך: "כי יגח שור את איש בלכתו בשוק והמיתו, אין בדין זה טענה. כי יהיה שור נגח והועד בבעליו ולא גדע קרניו ולא שמרו ונגח איש והמיתו, מחצית מנה כסף יתן."

דאס דאזיגע געזעץ, איבערגעזעצט אויף לשון קודש, לייענט זיך מורא'דיג ענליך צו אונזער "וכי-יגח שור את-איש או את-אשה, ומת ... ובעל השור, נקי. ואם שור נגח הוא מתמל שלשם, והועד בבעליו ולא ישמרנו, והמית איש או אשה, ונתן פדין נפשו, ככל אשר-יושת עליו" (דארט קאפיטל כ"א, פסוקים כ"ח-ל').

דאס חמורבי'ס געזעץ (חוקים 3 און 4) זאגט: "אם יצא איש אל עדות סרה במשפט, ואת אשר אמר לא הוכיח, אם הדין ההוא דין מוות, האיש ההוא יומת: אם יצא אל עדות השעורה או הכסף, את עונש הדין ההוא יישא."

און אין דער תורה (דברים י"ט, פסוקים ט"ז-י"ט) לערנען מיר: "כי-יקום עד-חמס, באיש, לענות בו, סרה, ועמדו שני-האנשים אשר-להם הריב, לפני השם, לפני הכהנים והשפטים אשר יהיו בימים ההם. ודרשו השפטים היטב; והנה עד-שקר העד, שקר ענה באחיו, ועשיתם לו כאשר זמם לעשות לאחיו."

אזוי איז פאראן א שלל מיט די זעלבע חוקים, מיט כמעט דער זעלבער שפראך, וואס מ'טרעפט אין ביידן, דער תורה און די חוקי חמורבי.


"אַנומאַ עליש" – די געשיכטע פון בריאת העולם
"אַנומאַ עליש" איז א ליטעראריש ווערק פון חמורבי'ס תקופה, וואס דערציילט די געשיכטע פון וועלט-באשאף. אויף איין פוס הייבט זיך די מעשה אן מיט א חלל וואס באשטייט פון גארנישט אויסער וואסער. ערגעץ ווען און וואו אינמיטן פון דער וואסעריגער וויסטעניש האט די ים-געטין "טיאַמאַט" און איר מאן, דער גאט פון דעם פריש-וואסער "אַפּסו", געבוירן א צאל אנדערע געטערלעך, וועלכע זענען געווען זייער ווילד און געמאכט א גרויסן טומל. אַפּסו ווערט בייז ביז גאר און איז מחליט אומצוברענגען די קליינע זיסע געטערלעך. טיאַמאַט איז אבער נישט מסכים צו דעם געטליכן גענאציד און עס ברעכט דארט אין גאט-לאנד אויס א גרויסער געפעכט, דורכאויס וועלכן דער קערפער פון טיאמאט, וואס זעט אויס ווי א "תּנין", ווערט איבערגעשניטן אין העלפט. איין העלפט פון דער געטינ'ס קערפער איז דאן גענוצט געווארן אויף צו באשאפן דעם הימלען מיט אלע צבא השמים, און פונעם צווייטן העלפט איז באשאפן געווארן די ערד וכל אשר בה.

אז מען פארגלייכט די מעשה'לע מיט להבדיל די ערשטע פסוקים פון ספר בראשית (קאפיטל א', פסוקים ב' און כ"א) – א חלל מיט כאאס, וואסער איבעראל, און דאס עווענטועלע באשאפן ווערן פון די "תנינם הגדולים" – שטויסט מען זיך ווייטער אן אין ענליכקייטן.

אזוי זענען פאראן נאך עטליכע מערקווירדיגע שטעלן וואס קלינגען היפש היימליך צו דעם סדר הבריאה ווי געשילדערט אין בראשית, און נאך פסוקים אין איוב און תהילים. ס'איז אזש פאראן א חז"ל (בבא בתרא ע"ד, ע"ב) וואס דערציילט וועגן דעם שר הים וואס האט ווידערשפעניגט אינעם געטליכן באפעל, און דער אויבערשטער האט אים כביכול אומגעברענגט.


געשעענישן פון "גילגאַמעש"
"גילגאמעש" איז דער נאמען פון א לאנגער פאעמע, וואס דערציילט געשיכטעלעך וועגן קאמוניקאציעס פון געטער און מענטשן אין די אור-צייטן פון דער וועלט. מיר לייענען דארט וועגן א מענטש, וואס איז באשאפן געווארן פון ערד און געלעבט ווילד אינאיינעם מיט די חיות, ביז ס'איז אים צוגעשטעלט געווארן א פרוי, וועלכע האט אים צוגערעדט צו א זינד. די מענטשן כאפן זיך אויפאמאל אז זיי זענען נאקעט, און ווערן צום סוף ארויסגעטריבן פון "גן עדן".

"אוטנאַפּישטים" איז איינער פון די העלדן אין יענער פאעמע. ער ווערט באאויפטראגט צו בויען א שיף, ווייל אט אט גייט אויף דער וועלט קומען א פארפלייצונג וואס וועט צעשטערן אלעס וואס איז פאראן. אויף דער שיף זאל ער ברענגען זיין משפחה, ווי אויך באשעפענישן און געוואוקסן, כדי צו קענען פון דעם אלעם ווידער אויפבויען א ציוויליזאציע נאך דעם וואס דאס אומגליק וועט פארבייגיין.

די געשיכטע קענען מיר דאך פון ספר בראשית.


זימרילים פון מאַרי
אויך אין דער ליטעראטור פון זימרילים, וועלכער האט געהערשט אין מארי אין דער זעלבער תקופה ווען חמורבי האט געקעניגט אין מעסאפאטאמיא, טרעפן מיר מערקווירדיגע שטעלן וואס דערמאנען א סך אין וואס מיר טרעפן אין די כתבי הקודש. באזונדערס ווארפט זיך אין די אויגן די שילדערונג פון א "גן עדן", וועמענס תוכן איז זייער נאענט צו דעם גן עדן געשילדערט אין ספר בראשית (קאפיטל ב', פסוק י' און קאפיטל ג', פסוק כ"ד).

אויסער דעם, איז פאראן א צאל שטעלן וואס זענען געשריבן געווארן אויפ'ן זעלבן "שניט" ווי פסוקים וואס מיר געפינען אינעם תנ"ך.


חוקי חמורבי און תורתינו הקדושה
ביי טייל פארשערס איז אנגענומען אז חמורבי האט געלעבט אינעם 22סטן יארהונדערט פאר דער אלגעמיינער צייטרעכענונג, מיט ארום 4,200 יאר צוריק (1575 יאר נאך בריאת העולם), אין דער תקופה פון די אבות. פאראן אזעלכע וואס זאגן אז חמורבי איז דער זעלבער ווי אַמרָפֶל, וועלכער האט געלעבט אין די צייטן פון אברהם אבינו (בראשית י"ד, פסוק א'). די דאזיגע צייט איז באשטימט געווארן אויפ'ן סמך פון בבלי'שע שריפטן וואס קומען פון זמן בית שני. שפעטער האבן זיך אפגעזוכט אנדערע שריפטן, טאקע פון דער פריערדערמאנטער "מאַרי" מלוכה, לויט וועלכע עס קומט אויס אז חמורבי האט געלעבט אין דער תקופה פון דער אסירישן ("אשור") קעניג "שאַמשי-אַדאַד".

לויט דער סירישער כראנאלאגיע, וואס איז פאררעכנט אלס פינקטליכער ווי דעם מארישן, האט שאַמשי-אַדאַד געלעבט אינעם 18טן יארהונדערט פאר דעם היינטיגן צייט-חשבון (מיט ארום 3,800 יאר צוריק – ארום 1975 יאר נאך וועלט-באשאף). איז דערפאר מער-ווייניגער אנגענומען אז די תקופה פון חמורבי'ס קעניגרייך אין בבל גייט צוריק ערגעץ וואו צווישן 3,700 און 3,900 יאר צוריק, וואס איז בערך דער צייט פון גלות מצרים, צי אביסל פריער.

אזוי צי אזוי, האט חמורבי געלעבט מיט הונדערטער יארן פאר מעמד מתן תורה, וואס איז געווען מיט ארום 3,450 יאר צוריק.

ווערט ובכן נולד א מורא'דיגע קשיא. וויאזוי איז דאס געשען אז זאכן וואס זענען אונז איבערגעגעבן געווארן סך שפעטער זאלן זיך געפונען אין שריפטן פון דורות פריער? גוט, די גענויע צייט ווען חמורבי האט געלעבט איז נישט קלאר; ס'איז אבער לכאורה יא קלאר אז פאר מתן תורה האט ער זיכער געלעבט. נו, פון וואו האט ער גענומען די חוקים און אנדערע אינפארמאציע וואס זענען הערשט אפירגעקומען מיט כאטש 400 יאר שפעטער?

די קשיא איז אן אלטע און עטליכע תירוצים זענען שוין אנגעגעבן געווארן. הגראי"ה קוק זצ"ל (אדר היקר, ירושלים תרס"ו, עמוד מ"ב) ווייזט אן אז די תורה, הגם איבערגעגעבן צום כלל ווי דעם ברית עולם פונעם אויבערשטן צום אידישן פאלק, האט אבער שוין עקזיסטירט פריער. יעקב אבינו, ווייסן מיר דאך, האט געלערנט תורה בבית מדרשו של שם ועבר. איז דאך זייער קלאר אז די דברי תורה האבן זיך אויף דער וועלט געפונען סך פריער ווי דעמאלט ווען זי איז "אפיציעל" באשטימט געווארן אלס די "קאנסטיטוציע" פונעם אידישן פאלק. פאראן אנדערע וואס ווילן זאגן אז די תורה איז נישט געקומען דווקא "מחדש" זיין זאכן וואס זענען נישט געווען פריער. "לא תרצח" און "לא תגנוב", צום ביישפיל, זענען זייער שכל'דיגע געזעצן וואס זענען פריער אינפארסירט געווארן אין יעדער נארמאלער געזעלשאפט. די קדושה פון דער תורה שטעקט נישט אין דעם חידוש פון איר אינהאלט, נאר אין דעם וואס זי איז, אזוי צי זאגן, דער "געטליכער דאקומענט" פון השם יתברך צו אונז אידן. (דער שפת אמת אויף א פלאץ זאגט נאך מער, אז די נקודה פון קבלת התורה איז דאס, אז אלע אידן וואס האבן דעמאלט געלעבט זענען זיך צוזאמגעקומען אויפ'ן זעלבן פלאץ און מסכים געווען אויף איין-און-דער-זעלבער זאך.)

פארט, נישט יעדן "בארואיגן" די תירוצים. פאראן אזעלכע וואס פילן אומבאקוועם מיט א מציאות אז די תורה זאל אויסבארגן חוקים און דינים פון פרעמדע מקורות. לאמירזשע ובכן זיך באקענען מיט דעם דאזיגן חמורבי און זיין צייט, און זען ווען ער האט געלעבט און ווער ס'האט גענומען פון וועמען.


די אשור'ישע כראנאלאגיע
ווי געזאגט, איז די תקופה פון חמורבי למעשה באשטימט געווארן אויפ'ן סמך פון דער אסירישער כראנאלאגיע, וועלכע רעכנט אויס די קעניגן פון אשור און זייערע קעניגרייכן. ווען מען אנאליזירט אבער דעם דאזיגן סדר הדברים ווערן נולד פארשידענע קשיות וואס ווארפן אריין גרויסע ספיקות אין דער אויטענטישקייט פון דער אסירישער כראנאלאגיע.

פארשערס האבן שוין פריער אנגעמערקט, אז דער אנהייב פון דער ליסטע פון אסירישע קעניגן באשטייט פון א סך פיקטיווע נעמען – קעניגן וואס האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט. די ליסטע פון מלכי אשור ענדיגט זיך מיט'ן קעניג טיגלאַס פּילעסער און איז ווי אנגענומען אפגעשריבן געווארן דורך זיין זון און יורש סאַרגאָן, פאטער פון סנחריב, וועלכער האט געלעבט מיט ארום 2,800 יאר צוריק.

די דאזיגע ליסטע איז שעפעריש ביז גאר מיט'ן צושטעלן אזעלכע פיקטיווע נעמען פון מלכים וואס זאלן האבן געקעניגט פאר שאַמשי-אַדאַד'ן, צו וועמען די כראנאלאגיע טיילט צו א ליסטע פון אבות ארויסגעזויגן פון פינגער. די סיבה פאר דער פאבריקאציע, ווי פארשערס זענען משער, איז געווען כדי צו פארגרעסערן שאַמשי-אַדאַד'ס גדולה דורכ'ן "פארלענגערן" זיין יחוס. דינאסטיע און אפשטאם איז געווען פון גרויס וויכטיגקייט; "צוריקפירן" זיין דינאסטיע מיט נאך עטליכע דורות האט שאַמשי-אַדאַד'ן במילא צוגעגעבן א סך חשיבות.

אין דער תקופה פון סנחריב און זיין זון און ממלא מקום, עסאַרכאַדאָן, זענען אויך פארצייכנט געווארן נאטיצן וועגן די מלכים און געשעענישן ביז זיי, און ווען מען פארגלייכט די עסאַרכאַדאָן-שריפטן מיט דער ערשטער כראנאלאגיע פון שאמשי-אדאד, טרעפט מען א צאל סתירות און אומפינקטליכקייטן.

אויפ'ן סמך פון אלעם וואס מיר האבן היינט זאגן פארשערס אז עסאַרכאַדאָנ'ס כראנאלאגיע איז לכאורה פעלערהאפטיג און ליידט פון א צאל פראבלעמען.

עסאַרכאַדאָן האט געלעבט מיט אינגאנצן עטליכע דורות נאך די געשעענישן וועגן וועלכע די שריפטן פון זיין צייט רעדן. אויב האט מען זיך אין דער אסירישער עליטע געוואגט צו פעלשעווען פרטים פון געשעענישן וואס זענען זיך פארלאפן נישט לאנג פריער, איז שוין א פשיטא אז צולייגן פיקטיווע נעמען פון מלכים – וואס פארשערס זענען מסכים איז געטאן געווארן ביים אנהייב פון דער אסירישער כראנאלאגיע – איז פאר יענע "היסטאריקערס" נישט געווען קיין "ביג דיל".

אויסער די שפעקולאציעס און אנדייטונגען וועגן אריינשטעלן אין דער כראנאלאגיע פאבריצירטע נעמען פון נישט-עקזיסטירנדע קעניגן, איז פאראן נאך א פיקאנטע ערשיינונג וואס ווארפט זיך אין די אויגן.

די אסירישע כראנאלאגיע ווערט איינגעטיילט אין דריי תקופות: די ערשטע דינאסטיע, די מיטלסטע דינאסטיע, און די דריטע און לעצטע דינאסטיע. ווען מען פארגלייכט די שאפונגען און אויפטוען פון די קעניגן פון די מיטסלטע (אנגעבליך מיט ארום 3,300-3,100 יאר צוריק) און לעצטע דינאסטיעס (2,700-3,000 יאר צוריק), זעט כמעט אויס ווי עמיצער האט דורכגעפירט א פשוט'ן "קאפי-פעיסט" פון איין דינאסטיע צו דער אנדערער. צום ביישפיל, שאַלמאַנעסער דער ערשטער און שאַלמאַנעסער דער צווייטער האבן געקעניגט אין דער תקופה פון דער צווייטער דינאסטיע. שאַלמאַנעסער דער ערשטער האט "אויסגענוצט דעם כאאטישן מצב וואס האט געהערשט ביי דעם חיתי'שן פאלק ... ער האט דורכגעבראכן דעם וועג ביז אררט, אטאקירט קאַרקאַמיש, און געעפנט די צפון-מערב וועגן פאר מסחר ..." אין דער צייט פון שאַלמאַנעסער דער צווייטער האט געהערשט "א סך דרוק און קריגערייען."

אויב מיר וועלן אריבערשפרינגען צו דער דריטער דינאסטיע וועלן מיר טרעפן א שאַלמאַנעסער דער דריטער, וועלכער האט "צעברעקלט די חיטי'שע מלוכה אין וועמענס שפיץ איז געשטאנען קארקאמיש ... האט באלאגערט אררט ... דורכגעבראכן א וועג צום שפייז-מאטעריאל [וואס האבן זיך געפונען אין] אנטאליע און צפון סיריע ..."

שאַלמאַנעסער דער פערטער האט געהערשט אין א צייט "ווען די אסירישע מלוכה איז געגאנגען בארג אראפ."

דאס זעלבע געפינען מיר ביי כמעט יעדן איינציגן קעניג פון דער צווייטער דינאסטיע, אז ער זאל האבן געטאן דאס זעלבע (אדער כמעט דאס זעלבע) וואס ווערט שפעטער צוגעשריבן צו אן אנדערן קעניג, מיט'ן זעלבן נאמען, וואס האט געלעבט דורכאויס דער לעצטער דינאסטיע.

די כפל'דיגע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט און הפנים איבערגעשפילט דורכאויס די תקופות פון מלכים מיט די זעלבע נעמען ווייזן גאנץ קלאר אז די אסירישע כראלאגיקער האבן גאנץ בעל-בתי'ש ארומגעפאטשקעט מיט די תקופות און געשעענישן און זיי קעניגליך צוגעשניטן לויט'ן געברויך.

דער פאקט וואס כמעט יעדער קעניג פון דער צווייטער דינאסטיע טראגט דעם זעלבן נאמען און האט געהאט די זעלבע געשיכטע, מיט די זעלבע מעשים און געשעענישן, פון א קעניג פון דער דריטער דינאסטיע ברענגט ארויף דעם חשש אז קיין צווייטע דינאסטיע האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. פונקט ווי די אבות פון דער אסירישער אימפעריע האבן צוגעשטעלט פיקטיווע מלכים ביים אנהייב פון דער ליסטע, האבן זייערע אייניקלעך מוסיף געווען כהנה וכהנה רבות ונכבדות אינמיטן פון דער ליסטע.

עס זענען אויך פאראן א סתירות צווישן די כראנאלאגיעס וואס זענען פארשריבן געווארן אין דער תקופה פון דער ערשטער דינאסטיע און דער תקופה פון דער דריטער דינאסטיע. א צאל געשעענישן ווערן דורך די צוויי נאטיצן פארשריבן צו אנדערע תקופות, און דער איינציגער אופן פון כאטש נאענט ברענגען די צוויי כראנאלאגיעס איז דורך ארויסשניידן די צווייטע דינאסטיע – העכסט ווארשיינליך בעצם א פאבריקאציע מהחל ועד כלה.

די פרטים זענען אביסל נודנע און מ'דארף פארגלייכן און רעכענען יארן און ציפערן, אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב זאלן מיר מקבל זיין די כראנאלאגיעס כמו שהן וועט אויסקומען אז קינדער האבן געקעניגט מיט צענדליגער יארן פריער ווי זייערע טאטעס... נאך מער: עס בלייבט בכלל נישט איבער קיין פלאץ פאר חמורבי און שאַמשי-אַדאַד, וועמענס תקופה דינט אלס יסוד פאר באשטעטיגונג ווען חמורבי האט געלעבט.

לאמיר, לשם אילוסטראציע, נעמען איין אזא דוגמא. אין די שריפטן פון די קעניגן שאלמאנעסער און זיין ממלא מקום, טוקולטי-נינורטאַ, ווערט דערמאנט א פארצייטישער קעניג, אולישומאַ, וועלכער האט געהערשט סך פריער ווי חמורבי און שימשי-אדאד. שאלמאנעסער דערציילט אין יענע שריפטן, אז פון ווען אַרישו, דער זון און יורש פון אולישומאַ, האט געקעניגט ביז אים זענען דורכגעלאפן 739 יאר. שאלמאנעסער'ס זון, טוקולטי-נינורטאַ, ווידעראום שרייבט אז פון אַרישו ביז אים זענען דורכגעלאפן 720 יאר.

אין דער אקאדעמישער וועלט איז מער ווייניגער געווען אנגענומען אז די שריפטן רעדן פון שאלמאנעסער און טוקולטי-נינורטאַ וואס האבן געלעבט אין דער צווייטער אסירישער דינאסטיע. דאס איז אבער אוממעגליך, ווייל לויט דעם חשבון וועט אויסקומען אז שאלמאנעסער האט געלעבט מיט 3,978 יאר צוריק, און זיין זון, טוקולטי-נינורטאַ, האט געקעניגט מיט 4,027 יאר צוריק – עטליכע צענדליג יארן פאר זיין טאטן.

דער איינציגער וועג וויאזוי דער חשבון וועט יא שטימען איז אויב מ'וועט צושרייבן די שריפטן צו די קעניגן שאלמאנעסער און טוקולטי-נינורטאַ פון דער דריטער דינאסטיע – ביי וועלכער דער קעניג מיט'ן נאמען שאלמאנעסער איז דאס אייניקל פון טוקולטי-נינורטאַ. טוקולטי-נינורטאַ פון דער דריטער דינאסטיע איז ארויף אויפ'ן קעניגליכן טראן מיט 2,899, און זיין אייניקל'ס, שאלמאנעסער'ס מלוכה האט זיך אנגעהויבן מיט 2,839 יאר צוריק.

יעצט שטימען די חשבונות מיט אולישומאַ און אַרישו. אולישומאַ, דער טאטע, האט געקעניגט מיט 3,625 יאר צוריק און דער זון, אַרישו, האט געקעניגט אביסל שפעטער, מיט 3,612 יאר צוריק.

אבער אויב אולישומאַ און אַרישו האבן געקעניגט מיט ארום 3,600-3,700 יאר צוריק, איז דאך אוממעגליך אז חמורבי און שימשי-אדאד, וואס האבן פאר זיך א לאנגע ריי מיט קעניגן וואס האבן געהערשט פון אולישומאַ ביז זיי, האבן געלעבט אין יענער תקופה! די אסירישע כראנאלאגיע מיט דער ליסטע פון מלכים קען בשום אופן נישט אריינפאסן אין אזא קורצער צייט-אפשניט, און כדי דער חשבון זאל האבן הענט און פיס מוז מען בע"כ עלימינירן די צווייטע דינאסטיע, און גיין מיט דער מסתבר'דיגער הנחה אז יענע גרופע מיט קעניגן האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט.


ווען האט חמורבי געלעבט?
די אסירישע מלוכה פון שימשי-אדאד האט געדויערט 33 יאר. אינעם 23סטן יאר פון זיין קעניגרייך האט חמורבי אנגעהויבן קעניגן אין בבל. אויב מיר נעמען צוזאמען די צוויי ציפערן, פּלוס נאך א נאטיץ פון די פריערדערמאנטע שריפטן פון שאלמאנעסער, קענען מיר אויסרעכענען גענוי ווען די צוויי מלכים האבן געקעניגט.

אין יענע שריפטן ווערט דערציילט אז עס זענען דורכגעלאפן 580 יאר פון דעם "תיקון" וואס שימשי-אדאד האט איינגעשטעלט אין איינעם פון די געבעט-הייזער אין זיין קעניגרייך, ביז דעם אנהייב פון שאלמאנעסער'ס מלוכה. שאלמאנעסער, ווייסן מיר דאך, האט אנגעהויבן קעניגן מיט 2,873 יאר צוריק. אויב לייגן מיר צו 580 יאר צו דעם ציפער, באקומען מיר 3,453. קומט לפי זה אויס, אז דעם "תיקון" (וואס דאס זאל נאר האבן געווען) האט שימשי-אדאד געמאכט מיט 3,453 יאר פאר שאלמאנעסער'ס מלוכה.

מיר ווייסן נישט גענוי אין וועלכן יאר פון זיין מלוכה שימשי-אדאד האט געמאכט דעם דערמאנטן תיקון. אבער היות מיר ווייסן אז ער האט געקעניגט במשך 33 יאר, קענען מיר אזויפיל זאגן אויף זיכער אז ער איז ארויף אויפ'ן קעניגליכן שטול ערגעץ ווען פון 3,453 ביז 3,485 יאר צוריק.

חמורבי, ווייסן מיר פון פריער, האט אנגעהויבן קעניגן אינעם 23סטן יאר פון שימשי-אדאד. איז חמורבי'ס תקופה געווען ערגעץ וואו צווישן 3,429 און 3,462 יאר צוריק.

אין יענער תקופה, מיט בערך 3,400 יאר צוריק, האט יהושע בן נון, משרת משה עבד השם, אריינגעפירט אונזערע אור-עלטערן קיין ארץ ישראל, און איז געווען שוין מיט ארום פופציג יאר נאך מתן תורה.

ארום דער זעלבער צייט, מיט ארום 3,400 יאר צוריק, זענען געווען נאך קעניגן און הערשערס וואס האבן פארשריבן געזעצן אויף אזא סיסטעמאטישן אופן, אויפ'ן זעלבן שניט ווי חמורבי (וואס, ווידעראמאל, איז אויף זייער אן ענליכן שניט.

וואס זאל האבן געפירט אז א ריי הערשערס זאלן אויפאמאל זיך נעמען קאדירן געזעצן און דווקא אויף אזא שניט?

אויב מיר וועלן אנאליזירן די שפראך און שניט פון די חוקי חמורבי, וועלן מיר אפשר פארשטיין וואס האט אינספירירט חמורבי'ן, און די אנדערע קעניגן אין יענעם ראיאן פון דער וועלט, צו מסדר זיין שריפטן מיט געזעצן. פארשערס האבן באמערקט, אז די חוקי חמורבי זענען געשריבן געווארן אויף א שפראך וואס איז א נאענטע קרובה מיט אראמיש און ענדעלט זייער אין איינער פון די מערב-סעמיטישע שפראכן פון יענער צייט. נעמענדיג אין חשבון אז די שפראך וואס איז גערעדט געווארן אין בבל אין יענער תקופה איז געווען "אַכדיס" – א מזרח-סעמיטישע שפראך – איז עס א חידוש אז חמורבי זאל אויסקלייבן א וואריאנט פון אלט-עברי'ש – א מערב-סעמיטישע שפראך – פאר איינעם פון די וויכטיגסטע דאקומענטן פון זיין קעניגרייך.

ווען מען גייט מיט דער זייער מסתבר'דיגער הנחה אז חמורבי האט געשעפט די אינספיראציע פאר זיינע געזעצן פון די דיני התורה, איז עס פשוט אז ער האט מיטגענומען דעם "שניט" פון דעם אריגינעל – א מערב-סעטימישע שפראך וואס איז געווען דאס לשון אויף וועלכער אונזערע עלטערן האבן גערעדט אין יענער צייט. (ס'איז מערקווירדיג אז לויט איין דעה אין תלמוד ירושלמי זענען די לוחות געווען געשריבן אויף כתב עברי.)


די "מאַרי" שריפטן
ווי דערמאנט ביים אנהייב, האט אין דער זעלבער צייט וואס חמורבי האט געקעניגט אין בבל געלעבט אן אנדער קעניג, מיט'ן נאמען זימרילים, וועלכער האט געהערשט אין מאַרי, א ראיאן אין דער היינטיגער סיריע ביי דער גרעניץ מיט איראק. וויבאלד זימרילים האט געלעבט אין דער זעלבער צייט ווי חמורבי, איז פשט אז די געשעענישן, ערטער, און מענטשן וואס ער דערמאנט זענען געווען די זעלבע ווי חמורבי'ס.

ארכאלאגן האבן אין יענעם מארי-ראיאן געפונען שטיינער מיט אויפשריפטן וואס קומען פון דעם זימרילים. אין יענע שריפטן ווערט דערמאנט די כנענ'ישע שטאט חָצוֹר כאטש צוויי-צענדליג מאל. דער נאמען פונעם חצור'ישן קעניג ווערט אנגעגעבן אלס "יבני אדד", וואס דערמאנט אינעם "יבין" וועלכער ווערט דערמאנט אין נ"ך (יהושע י"א, א' און שופטים ד', ב') אלס קעניג פון דער זעלבער שטאט.

ס'איז מערקווירדיג, אז פון אלע הערשערס און פירערס וואס די מארי-שטיינער דערמאנען, ווערן אינגאנצן צוויי, יבני אדד און חמורבי, אנגערופן מיט'ן נאמען "קעניג". דאס דערמאנט אונז פון דעם פסוק (יהושע י"א, י'), "וישב יהושע בעת ההיא וילכד את-חצור ואת-מלכה הכה בחרב כי-חצור לפנים היא ראש כל-הממלכות האלה."

די מארי שריפטן באשטייען פון א גרויסן אוצר פון טויזנטער שטיינער, וואס דערציילן אין גרויסן וועגן א סך מלוכות, מדינות און געשעענישן אין יענעם טייל וועלט פון יענער תקופה. מצרים, וואס איז במשך לאנגע דורות געווען א מעכטיגע אימפעריע, ווערט דארט בכלל נישט דערמאנט.

די מארי-שטיינער דערציילן אויך וועגן געשעפטן וואס זימרילימ'ס מלוכה האט געפירט מיט ארץ ישראל. פארשערס האבן באמערקט אז די נעמען פון די שטעט וואס די מארי שריפטן זענען די זעלבע, אדער גאר ענליך צו די נעמען וויאזוי די אידן האבן זיי אנגערופן נאכ'ן אייננעמען די פלעצער. נישט נאר די נעמען, נאר עטליכע מנהגים וואס זענען נישט געווען אנגענומען אין יענעם ראיאן נאר זענען מחודש געווען דורך אונזערע אור-עלטערן. איינע אזא זאך איז דער פארבאט קעגן אריבערפירן א נחלה פון איין שבט צו אן אנדערן, וואס איז געווען קעגן דעם איינגעשטעלטן סיסטעם פון יענער תקופה מיט איין אויסנאם, ווי דערמאנט אין פסוק (במדבר ל"ו, ז'), "ולא תסב נחלה לבני ישראל ממטה אל מטה כי איש בנחלת מטה אבתיו ידבקו בני ישראל," און ווי חז"ל (תענית ל', ע"ב) באשטעטיגן איז אינפארסירט געווארן דוקא אינעם דור ווען דאס לאנד איז צעטיילט געווארן.

דער בעסטער אופן צו פארשטיין דעם אינהאלט און רעפערענצן פון די מארי-שריפטן וועט ובכן זיין אנצונעמען די מסתבר'דיגע מיינונג אז ער האט געלעבט און געקעניגט אין דער תקופה צווישן יהושע בן נון און אנהייב פון די שופטים. אין יענער צייט איז חצור טאקע געווען פון די מאכטפולסטע מלוכות; דער ארץ ישראל מיט וועלכן מארי האט געפירט געשעפטן זענען שוין געווען איינגענומען דורך די אידן און די נעמען פון די שטעט זענען במילא געווען די וואס דערמאנט אין נ"ך; און מצרים, וועלכע האט זיך נאכנישט באוויזן צוריקצוכאפן נאך די קאטאסטראפעס וואס האבן איר באטראפן אין דער תקופה פון יציאת מצרים מיט א 40-50 יאר פריער, נאכנישט באוויזן צוזיך צו קומען האט טאקע נישט געהאט קיין גרויס איינפלוס איבער יענעם ראיאן.

וויבאלד זימרילים איז געווען א בן דור פון חמורבי, ווערט ווידעראמאל אונטערגעשטיצט די פריערדערמאנטע דעה, אז חמורבי האט געלעבט אין דער תקופה באלד נאך דעם וואס אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל.


די אונטערשטע שורה
די חוקי חמורבי אנטהאלט א צאל געזעצן און שטיקלעך וואס זענען זייער ענליך צו פארשידענע חוקים ומשפטים פון להבדיל בין קודש לחול די תורה.

די תקופה ווען חמורבי האט געלעבט איז באזירט אויף דער כראנאלאגיע פון די מלכי אשור.

פארשערס האבן שוין לאנג באשטעטיגט אז ביים אנהייב פון דער כראנאלאגיע איז צוגעשטעלט געווארן א צאל פיקטיווע קעניגן וואס האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט. די איבעריגע מלכים אין דער כראנאלאגיע זענען אנגענומען געווארן אלס קראנט פשוט ווייל ס'איז נישט געווען קיין סיבה צו זאגן אנדערש – הגם ס'איז מסתבר אז שפעטערדיגע מלכי אשור האבן זיך באנוצט מיט'ן זעלבן "פאטענט" ווי זייערע אבות און אריינגעשטעלט אין דער ליסטע פיקטיווע קעניגן לויט'ן געברויך.

למעשה זענען פאראן ערנסטע קשיות און אפילו סתירות וואס לאזן נישט אננעמען אז די אפילו די שפעטערדיגע חלקים פון דער כראנאלאגיע, באזונדערס דער צווייטער דינאסטיע, זענען יא קראנט. כדי זאכן זאלן שטימען מוז מען אננעמען אז די גאנצע צווייטע דינאסטיע, פונקט ווי דעם חלק פאר דער ערשטער דינאסטיע, איז פיקטיוו און האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. נישט נאר שטימט די היסטאריע בעסער אן דער צווייטער דינאסטיע, נאר אפילו מצד עצמה, פון די אנגעגעבענע פרטים און דאטומס, מוז מען צוקומען צו זאגן אז דער חלק איז א פאבריקאציע.

אויב עלימינירט מען די צווייפלהאפטיגע צווייטע דינאסטיע, קומט אויס אז חמורבי האט געלעבט מיט ארום 3,400 יאר צוריק – וואס קומט אויס אין דער תקופה פון יהושע און די שופטים און עטליכע צענדליג יאר נאך קבלת התורה.

*

(דער ארטיקל איז באזירט בעיקר אויף די ביכער "מקרא וארכיאולוגיה" און Ages in Chaos, מיט א צוגאב פון וויקיפידיע, א גוטן פריינט הרוצה בעילום ניקו - און א קאלקולעיטאר.)
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב גענאשט האט חמורבי פון תורה, צו תורה פון חמורבי, ווייס איך נישט, אבער אז אונז האבן גענאשט פון דיין רייכקייט איז מיטאמאל זיכער!!!

מעג! מעגא! מעגא!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

געלייענט דעם פארגאנגענעם שבת, וואס זאל איך ענק זאגן. בר כוכבא איז מיי מען. כ'קען נישט זאגן איך בין נישט דיזי געווארן עטליכע מאל, מ'האמער דאס אבער שטארק ענדשויט, און אויסגעברייטערט מיינע ידיעות. תודה חביבי.
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

יואב האט געשריבן:געלייענט דעם פארגאנגענעם שבת, וואס זאל איך ענק זאגן. בר כוכבא איז מיי מען. כ'קען נישט זאגן איך בין נישט דיזי געווארן עטליכע מאל, מ'האמער דאס אבער שטארק ענדשויט, און אויסגעברייטערט מיינע ידיעות. תודה חביבי.

אויב גלייכט איר די נושא וואלט איך אייך רעקאמענדירט אדורעכציטאן די סעריע ביכער פון וילקובסקי תקופות בתוהו (זע לינק שפעטער פונעם דעם ערשטען חלק). אדער די ענגלישע ווערסיע דערפון Ages in Chaos. התנ"ך האבוד פון יהושע עציון. און מקרא וארכיאולוגיה (זע לינק)
http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=454
http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=676.
סאיז א פעסענעיטינג ריעד פאר ווער סגלייכט די נושא.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

סידאך אייביג געווען נביאים. שם בן נח איוב - אליפז התימני, בלדד השוחי צופר הנעמתי אליהוא בן ברכאל הבוזי
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה: איך וועיס נישט אויב דו לעבסט נאך. (איך וויין נישט זייער שטארק נאך דיר.). אבער דער פשט פון הרב אורי שרקי (שערקי) שליט"א איז זייער א גוטער און שכל'דיגער פשט אין פסוק...!

אונז האבן מיר נישט קיין השגה וויפיהל אוזנ פארלירן מיר מיט אונזע פערדישן מהלך פון נישט וועללן הערן די זיסע פשטים און דברי תורה פון אזא גאון ווי הרב שרקי. ווייל ער איז א ציוני...!
פארשפארט